- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,535
- רעאקציע ראטע
- 3,614
- פונקטן
- 433
לפי הבנתי זענען זיי -די בני נח- נישט מחוייב דורכצופירן די עונשים לויט די דאגמע, די עונשים זענען טעארעטיש, פונקט אזוי ווי ביי אידן זאגט די תלמוד אז מען האט נישט אדורכגעפירט בפועל טויט שטראף. א בית דין וואס האט איינעם געטויט איינמאל אין 70 יאהר האט מען מיט דערישן אנגערופן א בית דין קטלנית. רבי עקיבא דער ראש התנאים זאגט קלאר אז ער וואלט ווען מסדר געווען אז מען זאל קיינמאל נישט אדורכפירן טויט שטראף. און אויך ביי בני נח איז די זעלבע, טויט שטראף קומט אנצוצייגן די הארבקייט, נישט דייקא עס אדורכצופירן בפועל.נו כ'וויל טאקע פארשטיין פארוואס טאקע נישט?
די בני נח זענען דאך מחויב צו אויפשטעלען בתי דינים ווי מ'איז דן פאר די שבע מצוות בני נח, וואס איז כולל טויט שטראף.
פארוואס זאל מען נישט אדוואקעטן ביי טראמפ צו עס מאכן פאר א געזעץ??
די מצוה פון "דינים" איז אז עס מוז זיין א געזעץ בוך פון די ממשלה איינצושטעלן א סדר און חיוב צו ענפארסען די שבע מצוות, מיט פראפער עונשים. אויב איז נישט דא קיין געזעץ דענסטמאל איז חל אזהרתן זו היא מיתתן. און דאס זאגן א טייל ראשונים איז געוועהן די ראציאנאל פון שמעון ולוי ביי שכם, ווייל זיי האבן איגנארירט די פארברעך און זיי האבן נישט געהאט קיין סדר פון דינים וחוקים פאר עונשים.
ווייסט מען אבער אז יעקב האט האט זיי שארף געטאדעלט, און ער האט נישט מסכים געווען, ווי מען זעהט אז יארן שפעטער האט ער עס געדענקט און געזאגט ארור אפם כי עז.