איך וויל גיין ווייטער מיט די נושא פון פלגש אבער קודם לאמיר צאמנעמען די געשריבענע ביז אהער.
א פלגש איז געהעריגע מאן און ווייב קשר מיט צוויי חילוקים:
1) עס איז נישט הלכה'דיג געבינדן צו קיין קידושין/גירושין.
2) עס איז בדרך כלל צווישן פיר אויגן, נישט קיין אפיציעלע קאָפּל פאר די פובליק.
די הלכה אויף דעם לדעתי:
און שו"ע ווערט געברענגט ביידע דעות אן קיין הכרעה.
גדולי הראשונים אסר'ן, ווי אויך קען זיין פארשידענע חששות, (בושה מלטבול, אינו יחוד גמור).
די יעב"ץ איז נוטה להתיר טראץ די אלע זאכן.
דעריבער לכתחילה איז עס נישט כדאי, און עס איז נאר מותר בשעת הדחק.
עס איז כדאי צו אדורך רעדן מיט א מורה הוראה יעדע פאל ספעציפיש, אויב מעגליך.
פלגש איז פראקטיש נאר אויסגעהאלטן פאר א סינגל, אדער מיט די ווייב'ס וויסן.
ביז יעצט יעצט איז אלעס געווען אין טעאריע יעצט וויל איך צוגיין צו די שאלה וויאזוי פירט מען אויס אזא זאך למעשה.
דא ווערט אביסל קאמפליצירט, אינדערצייט וואס ביי א געווענליכע שידוך קען מען זיך ווענדן צו א שדכן, איז עס דא בדרך כלל נישט רעלעוואנט ווייל מען זוכט עס אן קיין פירסום.
איז די שאלה וואס קען מען יא טון אויב וויל מען מאכן אזא שידוך געשען?
דעריבער לייג איך דא ארויף די שאלה פארן פובליק, און איך בעט ווער עס האט א געדאנק זאל עס ביטע מיטטיילן מיטן ציבור, ותשועה ברוב יועץ.