פלגש בהלכה

סא וואס איז פשט אין פרק יב

כשהיה הבועל ישראל, אבל כהן הבא על הגויה לוקה מן התורה משום זונה, ואחד זונה גויה ואחד זונה ישראלית. ובבעילה בלבד לוקה שהרי אינה בת קידושין.
דער אויספיר שהרי אינה בת קידושין שטימט טאקע מיט פריער אבער ואחד זונה ישראלית מה פשט
 
סא וואס איז פשט אין פרק יב

כשהיה הבועל ישראל, אבל כהן הבא על הגויה לוקה מן התורה משום זונה, ואחד זונה גויה ואחד זונה ישראלית. ובבעילה בלבד לוקה שהרי אינה בת קידושין.
דער אויספיר שהרי אינה בת קידושין שטימט טאקע מיט פריער אבער ואחד זונה ישראלית מה פשט
דאס זאגט דער רמב״ם פשט אין פסוק , ווייל בפשטות רעדט דאך די תורה פון א ישראלית א זונה, איז דער רמב״ם מפרש אז ניין,נאר ״זונה״ אין פסוק ביי די איסורי כהונה, איז כולל אחד זונה כותית ואחד זונה ישראלית אבער כל אחד כדינו, ביי ישראלית איז דער איסור נאר מיט קידושין, ווייל עס שטייט לא יקחו, און ביי א כותית וואס איז נישט א בת קידושין איז מען לוקה נאר אויף די בעילה
דער רמב״ם ווערט באנוצט אמאהל ביי א פארפאלק חוזרים בתשובה און דער מאן איז א כהן און די פרוי האט פאר זייער מערידזש געהאט א בעילה פון א גוי , און די הלכה זאגט- כיון שנבעלה לפסול נפסלה מכהונה- ווערט דא א פלאנטער זיי ווילען ווערן שומרי הדת און דא איז זי דאך פסול פאר איהם, איז דא פון רבי דוד הופמן אין שו״ת מלמד להועיל, א המצאה, אז זיי זאלען גט׳ן לויט הלכה, און נאכדעם בלייבען צוזאם מיט א סיוויל מערידזש וואס איז מותר פון דין פילגש, און די איסורי כהונה וועט נישט זיין ווייל עס איז אהן קידושין, עס ארבעט אבער נישט לויט די אנדערע רמב״ם, אז פילגש איז נאר מותר ביי מלכים בשעת אזא פלאנטער ווייל ער אבער געבן די עצה , למעשה אויב עס פאסירט זוכט מען צו פסלענען די מאן פון כהונה, מיט די המצאה אז ער איז חלל מאיזה טעם , ממילא איז נישט דא דער פראבלעם פון איסורי כהונה .
 
אויב איז עס א פלגש הייסט עס נישט מיחוד לזנות וואס דעמאלטס האלט דער רמבם אז עס איז אסור אפי' בײ א ישראל
 
אויב איז עס א פלגש הייסט עס נישט מיחוד לזנות וואס דעמאלטס האלט דער רמבם אז עס איז אסור אפי' בײ א ישראל
ריכטיג דעת הרמב״ם איז אז פילגש איז אסור
רוב ראשונים זענען מחולק, אזוי ווי מען האט שוין אהנגיצייכענט,דעם תשובות שאילת יעב״ץ,וואס ברענגט צוזאם די שיטות, און ער פיערט אויס להיתר .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נישט ממש גארנישט געטון. ס'איז טאקע נישט זנות אבער לויט רוב ראשונים אן איסור דאורייתא

הגם ס'איז דא איין מאן דאמר אין גמרא אז ס'איז יא זנות און זי ווערט אסור לכהונה, אבער מ'נעמט נישט אן אזוי.

רמב"ם
הלכות איסורי ביאה כ״א:ח׳
נָשִׁים הַמְסוֹלָלוֹת זוֹ בָּזוֹ אָסוּר וּמִמַּעֲשֵׂה מִצְרַיִם הוּא שֶׁהֻזְהַרְנוּ עָלָיו שֶׁנֶּאֱמַר (ויקרא יח ג) "כְּמַעֲשֵׂה אֶרֶץ מִצְרַיִם לֹא תַעֲשׂוּ". אָמְרוּ חֲכָמִים מֶה הָיוּ עוֹשִׂים אִישׁ נוֹשֵׂא אִישׁ וְאִשָּׁה נוֹשֵׂא אִשָּׁה. וְאִשָּׁה נִשֵּׂאת לִשְׁנֵי אֲנָשִׁים. אַף עַל פִּי שֶׁמַּעֲשֶׂה זֶה אָסוּר אֵין מַלְקִין עָלָיו. שֶׁאֵין לוֹ לָאו מְיֻחָד וַהֲרֵי אֵין שָׁם בִּיאָה כְּלָל. לְפִיכָךְ אֵין נֶאֱסָרוֹת לִכְהֻנָּה מִשּׁוּם זְנוּת וְלֹא תֵּאָסֵר אִשָּׁה עַל בַּעְלָהּ בָּזֶה שֶׁאֵין כָּאן זְנוּת. וְרָאוּי לְהַכּוֹתָן מַכַּת מַרְדּוּת הוֹאִיל וְעָשׂוּ אִסּוּר. וְיֵשׁ לָאִישׁ לְהַקְפִּיד עַל אִשְׁתּוֹ מִדָּבָר זֶה וּמוֹנֵעַ הַנָּשִׁים הַיְדוּעוֹת בְּכָךְ מִלְּהִכָּנֵס לָהּ וּמִלָּצֵאת הִיא אֲלֵיהֶן:


וואס איז מערקבאר, איז די לשון "וְיֵשׁ לָאִישׁ לְהַקְפִּיד עַל אִשְׁתּוֹ מִדָּבָר זֶה וּמוֹנֵעַ הַנָּשִׁים הַיְדוּעוֹת בְּכָךְ מִלְּהִכָּנֵס לָהּ וּמִלָּצֵאת הִיא אֲלֵיהֶן" וואס ווערט אויך ציטירט אין מחבר אין ש"ע.
פארוואס איז דאס דעם מאן'ס אויפגאבע?
אזוי איז געוועהן די סטאנדארד אז די פרוי ווערט אפגעהיטען פון זנות דארך די פראטעקשען פון די מאן
זעה למשל רש״י אין בבא מציעא סז.,ווי ער איז מסביר פארוואס מען האט מתקן געוועהן קידושי קטנה ביי א יתומה וואס עס איז נישטא דער טאטע, שלא ינהגו בה מנהג הפקר וישמרנה בעלה, די מיידלעך האבען געדארפט שמירה, און דאס איז די כוונה פון חז״ל ביי ברכת כהנים - וישמרך, בבנות
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top