- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 364
- רעאקציע ראטע
- 1,612
- פונקטן
- 223
גערעכט! מענטשן זאגן אז עי איי "גייט" האבן פאוער. דער אמת איז אז ס'איז שוין יעצט גאר מאכטפול!
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וואס ליגט אונטער די החלטות וואס ווערן געמאכט פאר א טשעט באט היינטיגן צייטן, וויאזוי פרייהייט און סעיפטי זענען אין דיירעקטע קאנטראסט און די דילעמעס וויאזוי עס צו באהאנדלען
וואס גייט דיר אן צי ס׳איז עכט אדער AI — אויב דו פילסט זיך אזוי באטראפן דערפון, מיינט עס אז ס׳איז עכט פאר דיר. אויב אזוי זאל זיין יא AI נישט AI איין חילוק!כ'מיין אז די צייטן פון "funny shorts" איז אווער. די אינטערנעט איז flooded מיט עי איי פראדוצירטע קליפס און ס'איז זייער שווער צו וויסן וואס איז עכט און וואס נישט. ס'האט פארלוירן די גאנצע אינטערעסאנטקייט.
א חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן עפעס טון פאר דעם. למשל א רול אז מ'דארף שרייבן אז ס'איז עי איי, און זיי זאלן האבן א סיסטעם (עי איי?...) דאס צו אינפאסירן.
למשל די קליפ, קוק צום סוף ווי די שטריק קומט זיך וואונדערליך צוזאם פון זיך אליין...
View: https://youtube.com/shorts/TmJmhqYLHms?si=DrIxFLlXbYbSFyjI
וואס גייט דיר אן צי ס׳איז עכט אדער AI — אויב דו פילסט זיך אזוי באטראפן דערפון, מיינט עס אז ס׳איז עכט פאר דיר. אויב אזוי זאל זיין יא AI נישט AI איין חילוק!
און מיר אלע הומו סאפיענס זענען פונקט אזעלכע גולמים — מיר פארשטייען אויכעט גארנישט; בסך הכל פלאפערן מיר נאר נאך דאס וואס מיר זענען געווייערט. מיר זענען א גזירה שוה.פשט? פשט אז דו פארשטייסט נישט עכט וואס AI, מער ריכטיג אן LLM איז.
זיי טראכן קיינמאל, קיינמאל נישט! סך הכל שפייעט ער אויס א ווערטער. עס איז באמת שווער פאר אונז מענטשעלעך צו פארשטיין ווייל ער רעדט זאגט אזוי צום זאך. מיט אזויפיל טעם און קלארקייט (רוב מאל עט ליעסט...) אזש עס קוקט אויס אזוי עכט. עס איז אבער נישט.עס קוקט אויס ווי איינער זיצט אויף די אנדערע זייט און פארשטייט וואס דו פרעגסט און פארשטייט וואס ער ענטפערט דיר צוריק. ער האט אבער נישט קיין מושג.ער "ווייסט" נישט אז ביידען איז פרעזידענט, און ער "ווייסט" נישט אז טראמפ איז פרעזידענט. ער "ווייסט" נאר וועלכע ווערטער זענען געווענליך ארום דעם נאמען "ביידען" (ווי "פרעזידענט") פון ווען ער איז טרענירט געווארן. ער האט נישט קיין שום "מיינונג" אויף די דזשאסטיס סיסטעם. ער איז נישט רעכט אדער לינק. ס'איז א גולם, אבער גאר א קלוגער גולם וואס קען רעדן ווי א ידען.
הונדערט פראצענט.פשט? פשט אז דו פארשטייסט נישט עכט וואס AI, מער ריכטיג אן LLM איז.