- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 569
- רעאקציע ראטע
- 1,955
האסט שוין אויך געהאט 75 מעססעדזש דעמאלטס?איך געדענק אויך אזוי אבער אפילו ווען איך האב געהאט 2 לייקס פער מעסעדש האב איך אויך נישט געקענט
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
האסט שוין אויך געהאט 75 מעססעדזש דעמאלטס?איך געדענק אויך אזוי אבער אפילו ווען איך האב געהאט 2 לייקס פער מעסעדש האב איך אויך נישט געקענט
יא אפאר מאל
טאמער געדענק איך גוט מ׳האט שוין אמאל גערעדט פון דעם
מען דארף אויך זיין רעגיסטרירט ווייניגסטענס דרייסיג טאג
פראבלעם פארראכטן, א דאנק פאר באריכטן!פארוואס קען איך נישט זעהן די אלע הודעות וואס א ניק האט געשריבן?
נישט קיין חילוק וועלעכע אויך מיינע
עס קומט ארויף א מעעסעדזש:
נישט געפונען קיין רעזולטאטן
יעצט גטשעקט און טאקע פאראכטען יישר כח.
גדרים אין אידישקייט? ניין. פונקט ווי יו טוב.
קרעמל איז נישט ממלא מקום פון ק"ש.קאווע שטיבל איז געווען געשטעלט צו זיין א ארטאדאקסישע סייט, און אוודאי האט מען זיך געהאלטן צו תורה ומצוות.
פארוואס איך פרעג, איך האב באריכטעט עטליכע תגובות וואס זענען געשריבן געווארן בחילול שבת ל"ע, און דער ענטפער (א מושג וואס איז באגריסנסווערד כשלעצמו, איך ווייס נישט פון נאך א פארום וואס מען באקומט א רעאקציע צו א דיווח) וואס איך האב באקומען איז געווען אז דאס גייט נישט אקעגן די איצטיגע שטאטוטן פון קרעמל
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פונקטליך על מה היתה נטושה המערכה קעגן דעם ק"ש מנהל, און זיין אויפפירונג towards the end האט נישט אינספירירט קיין קאנפידענץ. פארט גלייבט זיך שווער אז די מלחמה איז געווען כדי צו קענען ערלויבן חילול שבת תגובות רח"ל.
ר' איד, קודם כל איז עס 'דיין' רעליגיע פונקט אזוי, whether you like it or notס׳איז דא א חילוק ציוווישן חילול שבת וואס איז אסור נאר לויט דיין רעליגיע צו כמו פארנאגרעפיע וואס איז א ליגאלע פראבלעם
לויט דיין רעליגיע...ר' איד, קודם כל איז עס 'דיין' רעליגיע פונקט אזוי, whether you like it or not
פאר א סייט וואס איז אפן פארן עלטער פון 13?
נישט פאר פרומע און נישט פאר נושרים. נאר פאר אפענע און פאר די וואס קענען זיך אליין צענזורן וועלכע קאנטענט זיי ווילן ליינן.אזוי צי אזוי, די פוינט איז נישט אריינצוגיין אין קיינע וויכוחים, די ערשטע זאך איז וויכטיג צו זיין קלאר וואו מען שטייט, במה אנן קיימין, און ווי עס זעהט אויס איז @טובה גערעכט געווען, עכ"פ מיט דעם אז די אפיציעלע צורה פונעם זייטל איז נישט דוקא א פרומע וועבסייט פאר פרומע אידן, נאר בעיקר פאר נושרים והגלילות מיט א פיס אין ביידע וועלטן.
מיר האבן אבער געפילט אז עס פעלט זיך אויס א פרישע פלאץ געבויעט אויף די ארגינעלע ווירדן פון קאווע שטיבל וואס וועט בלייבן רעלעוואנט פאר לאנגע יארן, א פלאץ וואו די קומענדיגע דור שרייבערס זאלן קענען ארויסלייגן זייערע געדאנקען און זאל כסדר דערפרישט מיט די בעסטע טעכנישע פונקציעס, א פלאץ וואס איז לכתחילה געבויעט אויף אן אופן אז עס זאל קענען איבערגעגעבן ווערן פאר פרישע כוחות ווען די יארן לויפן פארביי און די אלטע אדמיניסטראטארן ווערן מיט די צייט דיוועסטירט פון דעם זייטל, א פלאץ וואו אלע אידיש רעדנדע ברידער און שוועסטער זאלן קענען פארברענגען און דיסקוטירן צוזאמען מיט אהבה אחוה שלום וריעות (און אפילו אויך אמאל זיך קריגן, ווי עס איז דער סדר צווישן גוטע געשוויסטער) און זיך אליינס מאכן די תקנות מיט א פון-אונטען-ארויף צוגאנג.
אט דאס איז אונזער ״קרעמל״!
ד) סעקסועל רייצענדע מידיא - קרעמל איז געווארן אויפגעשטעלט דורך - און צוגעשטעלט פאר - היימישע אידיש רעדענדע אידן, און עס איז פאר יעדנס טובה צו מאכן ווי מער באקוועם די מערהייט פון אונזערע מעמבערס, דערפאר איז נישט ערלויבט קיין עראטיקא, גראפישע אינהאלט, סעקסועל רייצענדע בילדער און ווידיאס. דאס רעכענט אריין בילדער וואס קוקן אויס גראפיש אויפן ערשטן בליק
@דעת תורה איך פארשטיי דיינע געפילן, ווייזט אויס דו ביסט אנטוישט.
אבער קיינער פרובירט נישט דא צו פארפירן קיינעם.
ליין איבער די קאנסטיטוציע פון קרעמל וועסטו זעהן אז די ציל פונעם סייט איז זייער קלאר, און מ'האלט זיך צו די ציל.
אזוי אויך אנדערש ווי די זאגסט, זענען רוב פון די באזוכער היימישע אידן, פונטקליך וועלכע מצוות מ'האלט יא אדער נישט איז נישט קיינעם'ס דאגה, פונקט ווי אויף טוויטער (וואס איז פיל מיט היימישע פארשטייט זיך). און ווייל קרעמל אקצעפטירט אויסדריקליך יעדן איינעם, ווערט עס נאך נישט קיין 'סייט פאר נושרים' ווי דו רופסט עס, נאר א סייט פאר 'אלע' אידן צו שמועסן אן קיין שום צענזור.
דו באשיינסט די קרעמל און איך האף דו וועסט בלייבן באשיינען מיט דיינע זאכליכע תגובות.
וּמִ֨י יִתֵּ֜ן כׇּל־עַ֤ם יְהֹוָה֙ נְבִיאִ֔ים כִּי־יִתֵּ֧ן יְהֹוָ֛ה אֶת־רוּח֖וֹ עֲלֵיהֶֽם׃
איך מיין דו ביסט זיך טועה...אוודאי איז נישט די נקודה צו באקוקן די ציצית פון יעדן ליינער. אפילו אויף אייוועלט קענען זיך נושרים איינשרייבן אן דעם וואס מען זאל וויסן, און קען אפילו זיין אז אפילו מען ווייסט יא (ווי לאנג עס ווערט נישט קיין שטורעם דערקעגן דורך א קנאי). די פוינט איז אבוויעסלי וואס מען שרייבט אויף דעם זייטל, און נאכמער בולט איז דער 'ווען'. אויב שרייבט מען אויף דעם סייט אום שבת דאן איז דאס בפירוש נישט קיין סייט וואס זוכט צו מאכן ספעציעלע אקאמאדאציעס פאר רעליגיעזע אידן זיי זאלן זיך שפירן היימיש אין א אייגענער ווינקל, נאר אינגאנצן א אנדערע סארט סייט.
אין מיינע אויגן זאל זיך יעדער דרייען ווי ער וויל. ס'איז נישט מעלה ומוריד.אז איינער איז מחלל שבת ל"ע זאל ער זיך ענדישער דרייען דא ווי זיך דרייען אויף שמיציגע סייטס . נישט אזוי?