פראגעס און ענטפערס איבער קרעמל

יא אפאר מאל
טאמער געדענק איך גוט מ׳האט שוין אמאל גערעדט פון דעם
און מהאט דאן געזאגט אז סקין נעמען א פאר שעה ביז ווען די סיסטעם כאפט עס און אויב דערווייל האט זיך עס געטוישט באקומסטו נישט דעם וועטעראן אבער איינמאל די האסט עס קען עס נישט פאלן
 
פארוואס קען איך נישט זעהן די אלע הודעות וואס א ניק האט געשריבן?
נישט קיין חילוק וועלעכע אויך מיינע
עס קומט ארויף א מעעסעדזש:
נישט געפונען קיין רעזולטאטן
פראבלעם פארראכטן, א דאנק פאר באריכטן!
 
סתם נייגעריג, אויב דער מקום האט סיי וועלכע גדרים
גדרים אין אידישקייט? ניין. פונקט ווי יו טוב.
נאר וואס דען, מ'שטעלט צו טריגער ווארענונגן, און די אפענע דיסקאסיעס איבער אמונה זענען אין פארמאכטע פארום'ס, כדי צו צושטעלן פאר מענטשן וואס ווילן עס נישט זעהן.
קאווע שטיבל איז געווען געשטעלט צו זיין א ארטאדאקסישע סייט, און אוודאי האט מען זיך געהאלטן צו תורה ומצוות.

פארוואס איך פרעג, איך האב באריכטעט עטליכע תגובות וואס זענען געשריבן געווארן בחילול שבת ל"ע, און דער ענטפער (א מושג וואס איז באגריסנסווערד כשלעצמו, איך ווייס נישט פון נאך א פארום וואס מען באקומט א רעאקציע צו א דיווח) וואס איך האב באקומען איז געווען אז דאס גייט נישט אקעגן די איצטיגע שטאטוטן פון קרעמל

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פונקטליך על מה היתה נטושה המערכה קעגן דעם ק"ש מנהל, און זיין אויפפירונג towards the end האט נישט אינספירירט קיין קאנפידענץ. פארט גלייבט זיך שווער אז די מלחמה איז געווען כדי צו קענען ערלויבן חילול שבת תגובות רח"ל.
קרעמל איז נישט ממלא מקום פון ק"ש.
 
ס׳איז דא א חילוק ציוווישן חילול שבת וואס איז אסור נאר לויט דיין רעליגיע צו כמו פארנאגרעפיע וואס איז א ליגאלע פראבלעם
ר' איד, קודם כל איז עס 'דיין' רעליגיע פונקט אזוי, whether you like it or not

אפילו פארנאגראפיע זעלבסט איז נישט קיין לעגאלע פראבלעם, כל שכן מיט כמו פארנאגראפיע. מען קען העכסטנס צולייגן א טריגער ווארענונג ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט.

אזוי צי אזוי, די פוינט איז נישט אריינצוגיין אין קיינע וויכוחים, די ערשטע זאך איז וויכטיג צו זיין קלאר וואו מען שטייט, במה אנן קיימין, און ווי עס זעהט אויס איז @טובה גערעכט געווען, עכ"פ מיט דעם אז די אפיציעלע צורה פונעם זייטל איז נישט דוקא א פרומע וועבסייט פאר פרומע אידן, נאר בעיקר פאר נושרים והגלילות מיט א פיס אין ביידע וועלטן.

דאס איז לאו דוקא צו קריטיקירן; נושרים מעגן אויך האבן א וועבזייטל. עס וואלט נאר שיין געווען צו וויסן דערוועגן בעפארן (ווערן געמוטיגט אין אישי דורך וועטעראן קאווע שטיבל'ער) זיך איינשרייבן, אז דאס איז ליבערשט א פאליש סארט זייטל און נישט אין קאווע שטיבל'ס גאטונג בכלל. א 'טריגער ווארנונג' וואלט דא אריינגעקומען הענדי.

איך זאג נישט אז איך וואלט זיך נישט באנוצט מיט דעם סייט, פונקט ווי די גאנצע אינטערנעט קען מען דא טרעפן ווערטפולע אינפארמאציע און אינטערעסאנטע ידיעות און אויסטוישן. נאר איך וואלט מסתמא נישט געקומען מיט דעם ניק (fwiw), און מיין צוגאנג וואלט געווען אנדערש פארשטייט זיך, עס איז אינו דומה א היימישע וועבזייטל פון אחים לדעה (וואס האט גראדע באזוכער און באנוצער פון אלע זייטן פונעם ספעקטרום) צו א זייטל וואס איז בכלל נישט באזירט אויף די זעלבע יסודות און skewed העווילי צו די פרייע, סעקולערע זייט.

פארוואס זאג איך דאס? ווייל איך האלט אז עס איז יושר אז אנדערע זאלן דאס וויסן. מיט אזא איידעלע און סענסיטיווע הנהלה - וואס איז באמת באגריסנסווערד - דא, מיין איך אז זיי קענען פארשטיין אז עס איז יושר צו זאגן גאנץ אפן, אויפן הויפט בלאט, וואס די ערכים פון דעם זייטל זענען, כדי מענטשן וואס זוכן נישט אזא סארט עקספיריענס זאלן זיך נישט טועה זיין. און איך האלט גאנץ קלאר אז פאר היימיש-אידיש רעדנדע - אבוויעסלי די טארגעט אוידיענץ פונעם וועבזייטל - איז טאלערירן חילול שבת תגובות א גרעסערע פאקטאר ווי ערלויבן נאטורליכע בילדער וואס ריזעמבלען פארנאגראפיע.
 
ר' איד, קודם כל איז עס 'דיין' רעליגיע פונקט אזוי, whether you like it or not
לויט דיין רעליגיע...
אפילו פארנאגראפיע זעלבסט איז נישט קיין לעגאלע פראבלעם,
פאר א סייט וואס איז אפן פארן עלטער פון 13?
אזוי צי אזוי, די פוינט איז נישט אריינצוגיין אין קיינע וויכוחים, די ערשטע זאך איז וויכטיג צו זיין קלאר וואו מען שטייט, במה אנן קיימין, און ווי עס זעהט אויס איז @טובה גערעכט געווען, עכ"פ מיט דעם אז די אפיציעלע צורה פונעם זייטל איז נישט דוקא א פרומע וועבסייט פאר פרומע אידן, נאר בעיקר פאר נושרים והגלילות מיט א פיס אין ביידע וועלטן.
נישט פאר פרומע און נישט פאר נושרים. נאר פאר אפענע און פאר די וואס קענען זיך אליין צענזורן וועלכע קאנטענט זיי ווילן ליינן.
 
@דעת תורה איך פארשטיי דיינע געפילן, ווייזט אויס דו ביסט אנטוישט.

אבער קיינער פרובירט נישט דא צו פארפירן קיינעם.
ליין איבער די קאנסטיטוציע פון קרעמל וועסטו זעהן אז די ציל פונעם סייט איז זייער קלאר, און מ'האלט זיך צו די ציל.

אזוי אויך אנדערש ווי די זאגסט, זענען רוב פון די באזוכער היימישע אידן, פונטקליך וועלכע מצוות מ'האלט יא אדער נישט איז נישט קיינעם'ס דאגה, פונקט ווי אויף טוויטער (וואס איז פיל מיט היימישע פארשטייט זיך). און ווייל קרעמל אקצעפטירט אויסדריקליך יעדן איינעם, ווערט עס נאך נישט קיין 'סייט פאר נושרים' ווי דו רופסט עס, נאר א סייט פאר 'אלע' אידן צו שמועסן אן קיין שום צענזור.

דו באשיינסט די קרעמל און איך האף דו וועסט בלייבן באשיינען מיט דיינע זאכליכע תגובות.

וּמִ֨י יִתֵּ֜ן כׇּל־עַ֤ם יְהֹוָה֙ נְבִיאִ֔ים כִּי־יִתֵּ֧ן יְהֹוָ֛ה אֶת־רוּח֖וֹ עֲלֵיהֶֽם׃
 
לענ"ד איז אפי' עראטיקע גע'אסרט געווארן שלא בצדק. מ'האט טאקע קיינמאל נישט געשטומט דערויף. מ'דארף לכאו' האבן א פריוואטע פארום דערפאר, וואס נישט יעדער קען שרייבן, און מ'דארף בעהטן צו קענען ליינן. נאר מ'האט נישט גענוג מען פאוער צו קעיר נעמען דערפון דערווייל. מ'דארף א מאד וואס קען זיך אויס מיט די גדרים וואס איז עראטיקע און וואס איז סתם שמוץ.
 
מיר האבן אבער געפילט אז עס פעלט זיך אויס א פרישע פלאץ געבויעט אויף די ארגינעלע ווירדן פון קאווע שטיבל וואס וועט בלייבן רעלעוואנט פאר לאנגע יארן, א פלאץ וואו די קומענדיגע דור שרייבערס זאלן קענען ארויסלייגן זייערע געדאנקען און זאל כסדר דערפרישט מיט די בעסטע טעכנישע פונקציעס, א פלאץ וואס איז לכתחילה געבויעט אויף אן אופן אז עס זאל קענען איבערגעגעבן ווערן פאר פרישע כוחות ווען די יארן לויפן פארביי און די אלטע אדמיניסטראטארן ווערן מיט די צייט דיוועסטירט פון דעם זייטל, א פלאץ וואו אלע אידיש רעדנדע ברידער און שוועסטער זאלן קענען פארברענגען און דיסקוטירן צוזאמען מיט אהבה אחוה שלום וריעות (און אפילו אויך אמאל זיך קריגן, ווי עס איז דער סדר צווישן גוטע געשוויסטער) און זיך אליינס מאכן די תקנות מיט א פון-אונטען-ארויף צוגאנג.

אט דאס איז אונזער ״קרעמל״!

דאס איז פון די קאנסטיטוציע

און די הויפט יסוד פון קאווע שטיבל איז געווען אז דאס איז א זייטל געשטעלט פאר ארטאדאקסישע, פרומע אידן. און אוודאי איז קיינעם נישט אויפן חלום געקומען צו ערלויבן שרייבן תגובות אום שבת.

און דא האט איר א ביישפיל פון די שטאטוטן

ד) סעקסועל רייצענדע מידיא - קרעמל איז געווארן אויפגעשטעלט דורך - און צוגעשטעלט פאר - היימישע אידיש רעדענדע אידן, און עס איז פאר יעדנס טובה צו מאכן ווי מער באקוועם די מערהייט פון אונזערע מעמבערס, דערפאר איז נישט ערלויבט קיין עראטיקא, גראפישע אינהאלט, סעקסועל רייצענדע בילדער און ווידיאס. דאס רעכענט אריין בילדער וואס קוקן אויס גראפיש אויפן ערשטן בליק

די צוויי ציטאטן צייגן זייער קלאר איבער וואס די אריגינעלע פרעימינג פון דעם סייט איז געווען, און די אומשולדיגע מעסעזש וואס עס שטעלט פאר פאר פאטענציאלע באזוכער וואס ציילן זיך צווישן די "היימישע אידן, מערהייט פון אונזערע מעמבער'ס" וואס האבן א פראבלעם צו באזוכן א זייטל (ווי למשל וויקיפעדיע) וואס ערלויבט גראפישע בילדער.

ריכטיג, חילול שבת ויו"כ ווערט נישט אויסגערעכנט צווישן די זאכן, און עס קען זיין אז די מייסדים און מנהלים האלטן בתום לב אז דאס איז ווייניגער אפענסיוו צו א פרומע באזוכער ווי דאס ערלויבן נאטורליכע כמו - גראפישע בילדער, איך האלט אבער אז זיי זענען דעד-ראנג. א היימישער זייטל וואס ערלויבט צו שרייבן תגובות אום שבת איז סאך מער אפשטויסנד פאר א ארטאדאקסישער איד ווי די אויסוואל פון בילדער וואס קומען אריין אין א טריגער באווארנטע אשכול.
 
@דעת תורה איך פארשטיי דיינע געפילן, ווייזט אויס דו ביסט אנטוישט.

אבער קיינער פרובירט נישט דא צו פארפירן קיינעם.
ליין איבער די קאנסטיטוציע פון קרעמל וועסטו זעהן אז די ציל פונעם סייט איז זייער קלאר, און מ'האלט זיך צו די ציל.

אזוי אויך אנדערש ווי די זאגסט, זענען רוב פון די באזוכער היימישע אידן, פונטקליך וועלכע מצוות מ'האלט יא אדער נישט איז נישט קיינעם'ס דאגה, פונקט ווי אויף טוויטער (וואס איז פיל מיט היימישע פארשטייט זיך). און ווייל קרעמל אקצעפטירט אויסדריקליך יעדן איינעם, ווערט עס נאך נישט קיין 'סייט פאר נושרים' ווי דו רופסט עס, נאר א סייט פאר 'אלע' אידן צו שמועסן אן קיין שום צענזור.

דו באשיינסט די קרעמל און איך האף דו וועסט בלייבן באשיינען מיט דיינע זאכליכע תגובות.

וּמִ֨י יִתֵּ֜ן כׇּל־עַ֤ם יְהֹוָה֙ נְבִיאִ֔ים כִּי־יִתֵּ֧ן יְהֹוָ֛ה אֶת־רוּח֖וֹ עֲלֵיהֶֽם׃

אוודאי איז נישט די נקודה צו באקוקן די ציצית פון יעדן ליינער. אפילו אויף אייוועלט קענען זיך נושרים איינשרייבן אן דעם וואס מען זאל וויסן, און קען אפילו זיין אז אפילו מען ווייסט יא (ווי לאנג עס ווערט נישט קיין שטורעם דערקעגן דורך א קנאי). די פוינט איז אבוויעסלי וואס מען שרייבט אויף דעם זייטל, און נאכמער בולט איז דער 'ווען'. אויב שרייבט מען אויף דעם סייט אום שבת דאן איז דאס בפירוש נישט קיין סייט וואס זוכט צו מאכן ספעציעלע אקאמאדאציעס פאר רעליגיעזע אידן זיי זאלן זיך שפירן היימיש אין א אייגענער ווינקל, נאר אינגאנצן א אנדערע סארט סייט.
 
איך מיין דו ביסט זיך טועה...

1. ס'שטייט אין די קאנסטיטוציע 'היימיש/אידיש רעדנדע', ס'שטייט נישט 'רעליגיעזע' אדער 'פרומע' אדער 'ארטאדאקסישע'.

2. טויזענטער היימישע אידן זענען סיי אויף טוויטער און סיי אויף וויקיפעדיע און סיי אויף יוטוב, און ווי נישט... קוקט נישט אויס ווי זיי האבן א פראבלעם מיט איינער אנדערש וואס שרייבט אין שבת.

3. האסט נישט געוויסט אז ס'איז דא אידן וואס האלטן נישט וואס דו האלטסט?
איך רעדט מיר נישט איין אז יעדער וואס רעדט אידיש האלט שבת. ס'איז אביסל געלעבט אין אן אייגענע באבל צו טראכטן אזוי.
 
אז איינער איז מחלל שבת ל"ע זאל ער זיך ענדישער דרייען דא ווי זיך דרייען אויף שמיציגע סייטס . נישט אזוי?....
 
לעצט רעדאגירט:
אז איינער איז מחלל שבת ל"ע זאל ער זיך ענדישער דרייען דא ווי זיך דרייען אויף שמיציגע סייטס . נישט אזוי?
אין מיינע אויגן זאל זיך יעדער דרייען ווי ער וויל. ס'איז נישט מעלה ומוריד.

קרעמל'ס זשאב/ציל איז נישט צו אינפארסירן אידישקייט, פונקט ווי ס'איז נישט דא צו אינפארסירן גוי'אישקייט.
 
אינטרעסאנט
כ'פלעג באקומען לייקס אין שבת אין קאווע שטיבל פון די שטערקסטע ניקים.

און אפי' הכי, קאווע שטיבל האט זיך נישט געמעגט פארמאכן. ווייל קרעמל איז אן אנדערע זאך אינגאנצן.
@דעת תורה אפשר העלפסטו עס צוריק עפענען? מ'דארף אויך אן אפענעם סייט ע"פ תורה.
 
Back
Top