- זיך איינגעשריבן
- יולי 3, 2024
- מעסעדזשעס
- 331
- רעאקציע ראטע
- 1,064
- פונקטן
- 223
מ׳הערט ליידער אסאך אין די לעצטע פּאָר יאהר אז אנטיסעמיטיזים האט זיך שטארק פארשפרייט אין די מערב וועלט ספעציעל ביי די גאר לינקע לאגערן, אינטער די איינפלוס פון די פראפאגאנדע-מאשין פון איראן, קאטאר און אנדערע מוסלימענער גרופעס אויף די וועלט וואס זענען דא צופארשפרייטן פאלשע-אינפארמאציע, ליגענט און האסע קעגן אידן.
איך האב געוואַטשעט די ווידעא קליפ פון א איד אין לאנדאן וואס קלעימט אז די היינטיגע בריטישע גאווערמענט און זייערע פאליטשאונס נעמען נישט ערענסט די געפאר פון די מוסלימענער טעראר אין ענגלאנד קעגן די אידן, און אפילו נאך אפאר אינצידענטן אין ענגלאנד ווי אראבער האבן באפאלן אידישע געגענטער מיט מעסערס האבן זיי ניטאמאל ארעסטירט אדער ערענסט באשטראפט די באשולדיגטע און צום סוף זענען זיי געבליבן אויף די פריי, ווי אויך אז די היינטיגע פאליטשאונס אין לאנדאן קאמפיינען עפענטליך ביי די וואלן אז זיי זענען קעגן מדינת ישראל און שטיצן די פאלעסטינער וואס הגם ס׳האט גארנישט צוטוהן מיט די אינערליכע פאליטיקס פון ענגלאנד, איז דאס געווארן א נייע טרענד ווי די פאליטשאונס זוכן צו געוואונען וואלן און שטיצע דורך זיך דערקלערן אנטי-ישראל…
איך בין נישט זיכער צי אלעס וואס ער זאגט אין די קליפ איז טאקע ריכטיג, איך האלט נישט מיט קיין אינערליכע פאליטיק אין ענגלאנד און איך האב נישט נאכגעקוקט צי יעדער אינצידענט וואס ער ברענגט אראפ איז טאקע ווירקלעך אמת אדער שטארק איבערגעטריבען. אבער אויב ס׳איז טאקע אמת איז עס זייער אַלאַרמינג און שרעקליך און מיר אידן טארן דאס בשום אופן נישט צולאזן!!!
פונקטליך וואס מ׳דארף טוהן ווייס איך אויך נישט, מ׳דארף עס איבערטראכטען און איבערעדן מיט קלוגע מענטשען, אבער דאס איז זיכער אז אונז טארן נישט זיצען שטיל ווען מ׳באשמוצט די אידן אין די עפענטליכקייט און מ׳באשולדיגט זיי אויפן ערגסטען, אונזן טארן נישט בשום אופן שבעולם צולאזן אז ס׳זאל זיין א נארמאלע ערשיינוגנ אז מ׳קען באפאלן אידן אויף די גאסן מיט מעסערס און די פאליציי זאלן צומאכן א אויג און נישט באשטארפן די באשולדיגטע - נאכדערצו ווען מ׳רעדט נישט דא פון עפעס א דריטע וועלט לאנד נאר מ׳רעדט דא פון די פרייעסטע מערב לענדער אויף די וועלט ווי גרעיט בריטאן!!! פאר אכציג יאר צוריק האט די פראפאגאנדע-קאמפיין פון היטלער און די נאציס קעגן די אידישע פאלק ליידער מצליח געוועהן צונעמען די מערסטע ציוויליזירטע מענטשען אויף די וועלט און זיי פארוואַנדלען צו די גרעסטע רוצחים וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן…!!!!
אונז טארן דאס קיינמאל נישט פארגעסן!!!
און אויב ס׳איז טאקע אזוי די מציאות מוז עפעס דרינגענד געטוהן ווערן!!!
לאזט אייך הערן אייער מיינונג, איז עס טאקע אמת אז ס׳הערשט גרויסע אנטיסעמיטיזם אין ענגלאנד אדער איז עס שטארק איבערגעטריבן? און וואס האלט איר וואלט געוועהן די בעסטע רעספאנס צו דעם?
View: https://youtu.be/PUw5ldueLPQ?si=l8vRPkjRMfLrN5hF