פרשת הפצרי"ת - הדלפת הסרטון שדה תימן

דיין פארן זיג-זאג שווינדלט מיר שוין פאר די אויגן.
מ'מעג יא אונס זיין מחבלי נוח'בה (לאמיר פארגעסן פון די פאקט, אז דער איז נישט קיין מחבל נוח'בה, מ'רעדט דאך על הצד)?

און די מדינה האט זיך יא איבערגעדרייט פאר די ליעק, די גאנצע הפגנה אין שדה תימן איז געווען טעג פאר די ליעק. די רעכטע האבן באשולדיגט די פצרי"ת אלס בוגדת, נאך אסאך פאר די ליעק.
זיי האבן קאמפלעינט אז מ'מאכט א 'אישו' פון דיין בשעת די מלחמה, סימפל.
אן אריינגיין צי מ'מעג, לכל זמן ועת
 
אגב, און אנדערע ערוצים קענסטו זען ענדליכע פילמס, מיט דראמאטישע בעקראונד נויז און שטיקלעך וידיאו וויאזוי מ'פייניגט מתנחלים, אן קיין הארץ און יושר.
דעמאלטס גייט אויך דיין בלוט ארויף אין קאפ??
 
אגב, און אנדערע ערוצים קענסטו זען ענדליכע פילמס, מיט דראמאטישע בעקראונד נויז און שטיקלעך וידיאו וויאזוי מ'פייניגט מתנחלים, אן קיין הארץ און יושר.
דעמאלטס גייט אויך דיין בלוט ארויף אין קאפ??
דו מיינסט צו זאגן ווי מתנחלים פייניגן אראבער'ס און פארברענען זייערע שאף, אדער שטעכן אויס זייערע אויגן?
יא די בלוט גייט מיר אין קאפ, און איך קוק עס טאקע נישט, ווייל מיין דאקטער לאזט נישט.

View: https://x.com/i/status/1983216681682911364
 
@כספי, זייער פיין און וואויל די אלע זאכן אז די פצ"רית האט א אויפגאבע, זי פראבירט צו בעסער מאכן די בליק פון די וועלט אויף מד"י, מען דארף זיך האלטן צום אינטערנאציאנאלן געזעץ, וכו',
אבער, דא איז די אבער, דאס אז די מערכת ביי די לינקע זייט, די.מ. די פצ"רית; סגן הפצ"רית; יועמע"שית; ועוד, איז קראפטירט, איז דא בולט אין איין טאג! נישט נאך א אויספארשונג פון צוויי יאר, אזוי ווי בוקס בעני, וואס ס'האלא ביי גארנישט..... דא זעהט מען קליפ און קלאר וואס די דאס מיינט זיך האלטן צום געזעץ, דאס האבן זיי נישט געטוהן, אנטשולדיגט, קען זיין איר אויפגאבע האט זי יא געטאן, אבער געזעץ נישט.

געזעץ מיינט געזעץ , העלן זיי עס שפירען אויף די אייגענע הויט.
 
https://www.c14.co.il/article/1354520
 
טאקע זייער טרויעריג. ה' ירחם על שארית עמו בית ישראל.

כ'כאפ נאר נישט פונקטליך וואס דיין ארגומענט איז.
 
@כספי, זייער פיין און וואויל די אלע זאכן אז די פצ"רית האט א אויפגאבע, זי פראבירט צו בעסער מאכן די בליק פון די וועלט אויף מד"י, מען דארף זיך האלטן צום אינטערנאציאנאלן געזעץ, וכו',
אבער, דא איז די אבער, דאס אז די מערכת ביי די לינקע זייט, די.מ. די פצ"רית; סגן הפצ"רית; יועמע"שית; ועוד, איז קראפטירט, איז דא בולט אין איין טאג! נישט נאך א אויספארשונג פון צוויי יאר, אזוי ווי בוקס בעני, וואס ס'האלא ביי גארנישט..... דא זעהט מען קליפ און קלאר וואס די דאס מיינט זיך האלטן צום געזעץ, דאס האבן זיי נישט געטוהן, אנטשולדיגט, קען זיין איר אויפגאבע האט זי יא געטאן, אבער געזעץ נישט.

געזעץ מיינט געזעץ , העלן זיי עס שפירען אויף די אייגענע הויט.
איך זעה נישט אז די פצרית, סגן הפצרית, יועהמשית, ועוד זענען אויפגעדעקט פאר קארופטיזם אין איין טאג.
ביזדערווייל ווייסט מען נאר פון די פצרי"ת, די אנדערע זענען נאר דא חשדות ביזדערווייל.

און יא, זיי ווערן אויפגעדעקט אין איין טאג, ווייל ווען מ'כאפט זיי זענען זיי מודה, און קיין איין לינקער אפישל בארעכטיגט זיי נישט כהוא זה.

מה שאין כן, ביי די רעכטע זייט.
 
איך זעה נישט אז די פצרית, סגן הפצרית, יועהמשית, ועוד זענען אויפגעדעקט פאר קארופטיזם אין איין טאג.
ביזדערווייל ווייסט מען נאר פון די פצרי"ת, די אנדערע זענען נאר דא חשדות ביזדערווייל.
געווענליך ווען עס איז דא איין פארפוילטע עפעל מיינט עס אז ס'איז דא מער...
און יא, זיי ווערן אויפגעדעקט אין איין טאג, ווייל ווען מ'כאפט זיי זענען זיי מודה, און קיין איין לינקער אפישל בארעכטיגט זיי נישט כהוא זה
הלואי זאלן זיי מודה זיין אין איין טאג... מ'רעדט דא פון מאכן א גאנצע שפיל מיט די טעלעפאן, אז מען זאל נישט געוואר ווערן פון נאך קראפטירטע מעשות און מענטשן אריינגעמישט אין די קראפציע, סא ס'איז נישט אז זי האט זיך אזוי גוט הארציג מודה געווען,
און לגבי לינקע אפישעלס וואס זאלן עס בארעכטיגן, פארוואס אין די וועלט???
ס'איז צו שטארק בולט אז מען זאל עס בכלל פראבירן צו בארעכטיגן, נאר די יומע"שית, נו באלד קומט מען אויף אירע שפירן....

"זאת דמוקרטיה לא דיקטטורה "......
 
געווענליך ווען עס איז דא איין פארפוילטע עפעל מיינט עס אז ס'איז דא מער...
מה דאך ווען ס'איז דא איין פארפוילטע עפל מיינט עס מער, כל שכן וכל שכן די ליכוד פארטיי וואס איז דורכגעפרעסן מיט פארפוילטע עפל...
און לגבי לינקע אפישעלס וואס זאלן עס בארעכטיגן, פארוואס אין די וועלט???

איך דארף דיר דערמאנען וויאזוי ס'זעט אויס ווען מ'באשולדיגט א רעכטער? וואס די גאנצע רעכטע לאגער ווייסט גלייך אז ס'איז תפירת תיקים און א קאנספיראציע פון די דיפ סטעיט?
 
ס'סתם קינדעריש צי האלטן אז א גאנצע לאגער וואס נעמט אריין אזוי סאך מענטשען זאלן אלע זיין קרימינאלן, טיפשים, פארברעכער, און אלע פון זיי בארעכטיגן עוולות, עס הערט זיך ווי ריינע האס געטריבן פון עפעס אן אגענדע
ווען מ'איז דן אויף א אידילאגיע איז שייך צי זאגן אז עס איז דורכגעפוילט, ווען מ'רעדט פון א מערכת, ארגון וכדומה איז שייך צי זאגן אז עס איז קרופטירט (לדוגמא, מערכת המשפט בישראל)
אדם אין צדיק בארץ, מ'קען זיכן עוולות אויף יעדעם און טרעפן, און עס איז געוויס אויך דא ביי די רעכטע פונקט ווי ביי די לינקע....
אבער צי טענה'ן אז אלע רעכטע זענען שווינדלער, און פארברעכער איז נעריש און שקר
 
איך זעה נישט אז די פצרית, סגן הפצרית, יועהמשית, ועוד זענען אויפגעדעקט פאר קארופטיזם אין איין טאג.
ביזדערווייל ווייסט מען נאר פון די פצרי"ת, די אנדערע זענען נאר דא חשדות ביזדערווייל.

און יא, זיי ווערן אויפגעדעקט אין איין טאג, ווייל ווען מ'כאפט זיי זענען זיי מודה, און קיין איין לינקער אפישל בארעכטיגט זיי נישט כהוא זה.

מה שאין כן, ביי די רעכטע זייט.
די סגן פצרי"ת האט געזאגט ליגנט אז זי ווייסט נישט די מקור פון די ליעק און זיך אליין מודה געווען שפעטער

ווייטער די פצרי"ת איז דאך די מחותן אליין, די שקרנית

יעצט, אויף די יועמשי"ת ווייסט מען נאך נישט אז זי האט טאקע געוויסט, (זי האט גיהאט א מיטינג מיט די פצרי"ת א טאג פאר די ליעק, גראדע...) זי האט פשוט געזאגט אז מען פארשט גוט אויס און מ'טרעפט נישט די שולדיגער, און זי איז זיך באגאנגען עפעס צי לייכט צי די פרשה, אויך נאך וואס די פצרי"ת האט זיך מודה געווען, יעצט דארף מען אויסטשעקן איר טעלעפאון די פראבלעם איז נאר אז מ'דארף די אישור פון די יועמשי"ת פארדעהם.....
 
נישטא קיין איין מקור אז די סגן פצרי"ת האט מודה געווען, פונקט פארקערט לויט אלע נייעס קוועלער איז די סגן פצרי"ת נישט געווען קיין חלק פון די קנוניה, און ער האט טאקע נישט געוואוסט אז די פצרי"ת האט עס געהייסן ליעקן.

די איינציגסטע קלעים אויף די יועמשי"ת איז אז ס'קען זיין אז זי איז זיך בייגאנגען צו לייכט ביי די פרשה, אלס פריינדין פון די פצרי"ת, דאס אויסצוטרעפן האט גארנישט מיט איר טעלעפאן. און אויב ס'איז אמת דארף זי טאקע באקומען א שטראף. אבער זיך גיין באגיין לייכטער מיט א פריינדין, איז נישט קיין דיפ סטעיט, במח"כ.
 
ס'סתם קינדעריש צי האלטן אז א גאנצע לאגער וואס נעמט אריין אזוי סאך מענטשען זאלן אלע זיין קרימינאלן, טיפשים, פארברעכער, און אלע פון זיי בארעכטיגן עוולות, עס הערט זיך ווי ריינע האס געטריבן פון עפעס אן אגענדע
ווען מ'איז דן אויף א אידילאגיע איז שייך צי זאגן אז עס איז דורכגעפוילט, ווען מ'רעדט פון א מערכת, ארגון וכדומה איז שייך צי זאגן אז עס איז קרופטירט (לדוגמא, מערכת המשפט בישראל)
אדם אין צדיק בארץ, מ'קען זיכן עוולות אויף יעדעם און טרעפן, און עס איז געוויס אויך דא ביי די רעכטע פונקט ווי ביי די לינקע....
אבער צי טענה'ן אז אלע רעכטע זענען שווינדלער, און פארברעכער איז נעריש און שקר
איך האב קיינמאל געזאגט אז אלע רעכטע זענען קרימינאלן, טיפשים, פארברעכער, חס מלהזכיר. איך האב קאמענטירט אויף גרויסע צולייגער'ס משל מיט די עפל, און איך האב גערעדט פון די ליכוד פארטיי (וואס איז לכו"ע א מערכת ארגון וכדומה).

די רעכטע לאגער האב איך נאר באשולדיגט אין בארעכטיגן עוולות פון זייער זייט, און די אמת איז טאקע אז ס'איז נישט די רעכטע לאגער פער סעי, ס'איז די 'ביבי'סטישע' לאגער. און איך קען דיר נישט העלפן, מענטשן וואס זענען פארגלייבט אין א מענטש און נישט אין קיין אידיאלאגיע (ווי למשל, טראמפ), וועלן מוזן בארעכטיגן עוולות וואס דער פירער בארעכטיגט, אפילו ס'איז אקעגן זייער אידיאלאגיע.
 
@כספי זאג אויב איך האב עס.
די דיעפ סטעיט, וועלכע עקסיסטירט אפי נישט. האט געליעקט אן אמת׳ער ווידיאו וואס זיי האבן אליינס צוזאמגעשטעלט וואס ווייזט פאלשערהייט ווי אידישע חיילים זענען מאנס מחבלים.
דער טעם איז אז זיי זאלן קענען אויספארשן די חיילים כדי צו ווייזן משפט החוק. זי האט געוויסט אז די סאלדאטן וועלן ריינגעוואשן ווערן צוליב דעם וואס דער ווידיאו איז פאלש. ממילא איז נישט קיין פראבלעם זיי מבזה צו זיין משא”כ איר וואס זי איז יא שולדיג ממילא טאר מען איר נישט מבזה זיין.
זי האט געמוזט ארויסגעבן א פאלשע ווידיאו פשוט זיכער צו מאכן אז די רוצחים באקומען זייערע רעכטן. איי אומשולדיגע סאלדאטן גייען דורך דאס גהינם צוליב דעם? למעשה די טעראריסטן האבן געהאט זייערע רעכטן סאו ס’איז א קליינע פרייז צו באצאלן.
היות זי האט געוואלט באווייזן משפט החוק האט זי געצווינגענערהייט עובר געווען אויף כמה חוקים בתוכם מאכן פארשווינדן א סופבינעד סעלפאון.
למעשה. היות זי איז נישט קיין ליכודניק. Who cares?
Have I missed something?
 
האסט נישט געמיסט סאמטינג, האסט געמיסט די גאנצע פוינט.

אנצופאנגען מיט'ן סוף:
למעשה. היות זי איז נישט קיין ליכודניק. Who cares?
דאס האב איך געשריבן גלייך אנפאנג:
יא, איך מוז מודה זיין די פצרי"ת און די יועהמשי"ת האט געטון א מאסיוון מיסטעיק, און מ'דארף זיי אויספארשן און שטרענג באצאלן פאר זייערע מעשים.
די הדלפה אליין איז א שוין א שטיקל עוולה, אבער די עיקר עוולה איז די קאווער-אפ נאכדעם און די ליגנט'ס.
סאו קיינער זאגט נישט דא Who cares?

יעצט לגבי די טענות:
די דיעפ סטעיט, וועלכע עקסיסטירט אפי נישט. האט געליעקט אן אמת׳ער ווידיאו וואס זיי האבן אליינס צוזאמגעשטעלט וואס ווייזט פאלשערהייט ווי אידישע חיילים זענען מאנס מחבלים.
דער טעם איז אז זיי זאלן קענען אויספארשן די חיילים כדי צו ווייזן משפט החוק. זי האט געוויסט אז די סאלדאטן וועלן ריינגעוואשן ווערן צוליב דעם וואס דער ווידיאו איז פאלש. ממילא איז נישט קיין פראבלעם זיי מבזה צו זיין משא”כ איר וואס זי איז יא שולדיג ממילא טאר מען איר נישט מבזה זיין.
זי האט געמוזט ארויסגעבן א פאלשע ווידיאו פשוט זיכער צו מאכן אז די רוצחים באקומען זייערע רעכטן. איי אומשולדיגע סאלדאטן גייען דורך דאס גהינם צוליב דעם? למעשה די טעראריסטן האבן געהאט זייערע רעכטן סאו ס’איז א קליינע פרייז צו באצאלן.
וועל איך איבערחזר'ן וואס איך האב געשריבן:
יעצט, לאמיר נישט פארגעסן די מעשה דא, ס'איז געווען חשדות אויף סאלדאטן אין שדה תימן, אז זיי האבן זיך אויפגעפירט בארבאריש און אומ-עטיש אקעגן עצורים, אזש ביז מעשי אונס וסדום. יעדער מיט אביסל שכל פארשטייט אז אזעלכע הארבע חשדות דארף מען גרינטליך אויספארשן, און דאס איז די תפקיד פון די פרקליטות הצבאית.

אבער גלייך ווען ס'איז נתפרסם געווארן די מעשה, אנשטאט די לאנד זאל אויפשוידערן פון אזעלכע מעשים, און לאזן די מערכת המשפט קלארשטעלן וואס איז דא געשען, און האפנטליך ארויסקומען אז עס איז אומריכטיג און די סאלדאטן זענען גערעכט. האט זיך די גאנצע רעכטע לאגער גלייך געוואוסט (בלי שום ספק) אז ס'איז א בלוט-בלבול פון די פצרי"ת אקעגן די סאלדאטן, און די רעכטע פאליטיקאנטן און צייטונג שרייבער'ס האבן אנגעהויבן פארפירן, א גאנצע הפגנה איז פארופן געווארן אקעגן שדה תימן וואו די סאלדאטן זענען דעמאלטס געווען, ביז מ'האט איינגעבראכן (צווישן זיי שרים און חברי כנסת) אין די מיליטערישע בעיס ארויסצוראטעווען די סאלדאטן, פון די רשעות'דיגע הענט פון מצ"ח (=משטרה צבאית חוקרת). פארשטייט זיך אז די פצרי"ת איז געווען די הויפט ציל פון אלע השמצות און באשולדינגען פון די רעכטע חברה.

מ'מוז זיין גאר א קליין קינד, אדער גאר א גרויסער היץ קאפ, צו טענה'ן אז די פצרי"ת האט פלעין און פשוט פיינט אונזערע סאלדאטן, און זי האט ליב די נוח'בות. זי האט א דזשאב און דאס האט זי געטון. זי איז פונקט אזא איזרעילי ווי די רעכטע, און זי האט נישט קיין שום כוונה צו באשמוצן די צבא (אין ווי זי ארבעט - פארגעס נישט).

נאך די איבערפאל אויף שדה תימן איז געווארן גאר א גרויסע שטורעם אקעגן די פצרי"ת, און אקעגן די פרקליטות הצבאית בכלל. די פצרי"ת האט ברוב טפשותה געליעקט די סרטון פון שדה תימן כדי צו בארוהיגן די געמיטער, און אויפווייזן אז ס'איז דא א שטארקע בעיס אקעגן די סאלדאטן, און ס'איז נישט קיין בלוט-בלבול.
איך שרייב 'ברוב טפשותה', ווייל ווען זי וויל געבט זי עס אפיציעל ארויס אין א פרעס-קאנפערענץ און שלום על ישראל, אבער זי האט דאך מורא געהאט אז מ'וועט איר באשולדיגן אין באשמוצן די סאלדאטן (אזוי ווי ס'איז טאקע), האט זי באשלאסן זיך צו באהאלטן אונטער די מאנטל פון א ליעק. דאס איז געווען א גרויסע מיסטעיק פון איר זייט. נאך א גרעסערע טפשות און עוולה איז געווען דאס לייקענען נאכדעם, און פרובירן צו פארווישן.
די חשדות זענען געווארן נאכן זעהן די ווידיא קעמרעס, און נאך די עדות פונעם דאקטער וואס האט קעיר גענומען פון יענעם עצור.

די פצרי"ת מיט אפאר פון אירע מיטארבעטער (אן קיין שום דיפ סטעיט אינוואלווט) האבן געליעקט די ווידיא כדי צו בארוהיגן די געמיטער אקעגן די פרקליטות הצבאית, נישט ווייל זי האט געדארפט אויספארשן די חיילים (ווי דו האסט געשריבן), איינע פון די עוולות איז געווען ליעקן א צושטיקלטע ווידיא, אבער די ווידיא איז נישט געווען פאלש, ליידער. די נישט אומ-שולדיגע חיילים האבן זיך געאיזקיוועט איבער א אומ-באוואפנטער עצור (וואס איז א וואר-קריים), עד כדי כך אז דער האט געדארפט אנקומען אין שפיטאל. למעשה קען מען נישט אויפווייזן קיין מעשה אונס, ווייל די פלאץ פון די מכה איז נעבן די רעקטאם, און נישט אינעם אותו מקום אליין. דאס נעמט נאך אבער נישט אוועק פון די גאנצע חומרת המעשים.

ס'איז סתם כדאי אדורכצוקוקן די ווידעא, פאר מ'רעדט וועגן די פרשה:
View: https://www.youtube.com/watch?v=DXRlVnD2Sn0

קיינער האט נישט געשריבן אז מ'מעג איר נישט מבזה זיין, פארן ליעקן א ווידיא, אדער ערגער פארן לייקענען און ליגנט זאגן, אלעס וואס איך האב געשריבן איז ארויסצוברענגען, אז וואס פארא גרויסע עולה די פצרי"ת האט געטון, קומט עס נישט צו צו די עוולה וואס די חיילים האבן געטון. און דאס וואס די פצרי"ת האט געטון קומט נישט פון שלעכטיגקייט, אדער שנאה צו חיילי צה"ל, נאר ווייל דאס איז איר דזשאב, אפצוהיטן צה"ל זאל נישט ווערן קיין טעראריסטישע מיליטער.

די גאנצע שמועס וועגן די ליכוד פארטיי, איז געווען א זייטיגע שמועס, אז די מעשה ברענגט ארויס די נארמאלקייט און גערעכטיגקייט פון די שלטון החוק און די לינקע לאגער, אקעגן די כת הביביסטים וגרורותיהם.

אוואדע איז זייער געשמאק פאר די אלע וואס טענה'ן שוין יארן איבער א דיעפ סטעיט וואס איז שולט אין לאנד (און אין אמעריקע), און זענען ביזי צו האקן אקעגן די שלטון החוק - כדי צו פארענטפערן און פארדעקן זייערע עוולות און הימל-שרייענדע כשלונות, צו אויפווייזן פון די מעשה אז די דיעפ סטעיט איז טאקע א מציאות, און צוזאמען מיט די שלטון החוק איז עס פארפוילט פון אינסייד אאוט, אבער ווען מ'צונעמט אביסל די מעשה, קען מען - אויב מ'וויל - זעהן די פונקט פארקערטע.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top