האסט נישט געמיסט סאמטינג, האסט געמיסט די גאנצע פוינט.
אנצופאנגען מיט'ן סוף:
למעשה. היות זי איז נישט קיין ליכודניק. Who cares?
דאס האב איך געשריבן גלייך אנפאנג:
יא, איך מוז מודה זיין די פצרי"ת און די יועהמשי"ת האט געטון א מאסיוון מיסטעיק, און מ'דארף זיי אויספארשן און שטרענג באצאלן פאר זייערע מעשים.
די הדלפה אליין איז א שוין א שטיקל עוולה, אבער די עיקר עוולה איז די קאווער-אפ נאכדעם און די ליגנט'ס.
סאו קיינער זאגט נישט דא
Who cares?
יעצט לגבי די טענות:
די דיעפ סטעיט, וועלכע עקסיסטירט אפי נישט. האט געליעקט אן אמת׳ער ווידיאו וואס זיי האבן אליינס צוזאמגעשטעלט וואס ווייזט פאלשערהייט ווי אידישע חיילים זענען מאנס מחבלים.
דער טעם איז אז זיי זאלן קענען אויספארשן די חיילים כדי צו ווייזן משפט החוק. זי האט געוויסט אז די סאלדאטן וועלן ריינגעוואשן ווערן צוליב דעם וואס דער ווידיאו איז פאלש. ממילא איז נישט קיין פראבלעם זיי מבזה צו זיין משא”כ איר וואס זי איז יא שולדיג ממילא טאר מען איר נישט מבזה זיין.
זי האט געמוזט ארויסגעבן א פאלשע ווידיאו פשוט זיכער צו מאכן אז די רוצחים באקומען זייערע רעכטן. איי אומשולדיגע סאלדאטן גייען דורך דאס גהינם צוליב דעם? למעשה די טעראריסטן האבן געהאט זייערע רעכטן סאו ס’איז א קליינע פרייז צו באצאלן.
וועל איך איבערחזר'ן וואס איך האב געשריבן:
יעצט, לאמיר נישט פארגעסן די מעשה דא, ס'איז געווען חשדות אויף סאלדאטן אין שדה תימן, אז זיי האבן זיך אויפגעפירט בארבאריש און אומ-עטיש אקעגן עצורים, אזש ביז מעשי אונס וסדום. יעדער מיט אביסל שכל פארשטייט אז אזעלכע הארבע חשדות דארף מען גרינטליך אויספארשן, און דאס איז די תפקיד פון די פרקליטות הצבאית.
אבער גלייך ווען ס'איז נתפרסם געווארן די מעשה, אנשטאט די לאנד זאל אויפשוידערן פון אזעלכע מעשים, און לאזן די מערכת המשפט קלארשטעלן וואס איז דא געשען, און האפנטליך ארויסקומען אז עס איז אומריכטיג און די סאלדאטן זענען גערעכט. האט זיך די גאנצע רעכטע לאגער גלייך געוואוסט (בלי שום ספק) אז ס'איז א בלוט-בלבול פון די פצרי"ת אקעגן די סאלדאטן, און די רעכטע פאליטיקאנטן און צייטונג שרייבער'ס האבן אנגעהויבן פארפירן, א גאנצע הפגנה איז פארופן געווארן אקעגן שדה תימן וואו די סאלדאטן זענען דעמאלטס געווען, ביז מ'האט איינגעבראכן (צווישן זיי שרים און חברי כנסת) אין די מיליטערישע בעיס ארויסצוראטעווען די סאלדאטן, פון די רשעות'דיגע הענט פון מצ"ח (=משטרה צבאית חוקרת). פארשטייט זיך אז די פצרי"ת איז געווען די הויפט ציל פון אלע השמצות און באשולדינגען פון די רעכטע חברה.
מ'מוז זיין גאר א קליין קינד, אדער גאר א גרויסער היץ קאפ, צו טענה'ן אז די פצרי"ת האט פלעין און פשוט פיינט אונזערע סאלדאטן, און זי האט ליב די נוח'בות. זי האט א דזשאב און דאס האט זי געטון. זי איז פונקט אזא איזרעילי ווי די רעכטע, און זי האט נישט קיין שום כוונה צו באשמוצן די צבא (אין ווי זי ארבעט - פארגעס נישט).
נאך די איבערפאל אויף שדה תימן איז געווארן גאר א גרויסע שטורעם אקעגן די פצרי"ת, און אקעגן די פרקליטות הצבאית בכלל. די פצרי"ת האט ברוב טפשותה געליעקט די סרטון פון שדה תימן כדי צו בארוהיגן די געמיטער, און אויפווייזן אז ס'איז דא א שטארקע בעיס אקעגן די סאלדאטן, און ס'איז נישט קיין בלוט-בלבול.
איך שרייב 'ברוב טפשותה', ווייל ווען זי וויל געבט זי עס אפיציעל ארויס אין א פרעס-קאנפערענץ און שלום על ישראל, אבער זי האט דאך מורא געהאט אז מ'וועט איר באשולדיגן אין באשמוצן די סאלדאטן (אזוי ווי ס'איז טאקע), האט זי באשלאסן זיך צו באהאלטן אונטער די מאנטל פון א ליעק. דאס איז געווען א גרויסע מיסטעיק פון איר זייט. נאך א גרעסערע טפשות און עוולה איז געווען דאס לייקענען נאכדעם, און פרובירן צו פארווישן.
די חשדות זענען געווארן נאכן זעהן די ווידיא קעמרעס, און נאך די עדות פונעם דאקטער וואס האט קעיר גענומען פון יענעם עצור.
די פצרי"ת מיט אפאר פון אירע מיטארבעטער (אן קיין שום דיפ סטעיט אינוואלווט) האבן געליעקט די ווידיא כדי צו בארוהיגן די געמיטער אקעגן די פרקליטות הצבאית, נישט ווייל זי האט געדארפט אויספארשן די חיילים (ווי דו האסט געשריבן), איינע פון די עוולות איז געווען ליעקן א צושטיקלטע ווידיא, אבער די ווידיא איז נישט געווען פאלש, ליידער. די נישט אומ-שולדיגע חיילים האבן זיך געאיזקיוועט איבער א אומ-באוואפנטער עצור (וואס איז א וואר-קריים), עד כדי כך אז דער האט געדארפט אנקומען אין שפיטאל. למעשה קען מען נישט אויפווייזן קיין מעשה אונס, ווייל די פלאץ פון די מכה איז נעבן די רעקטאם, און נישט אינעם אותו מקום אליין. דאס נעמט נאך אבער נישט אוועק פון די גאנצע חומרת המעשים.
ס'איז סתם כדאי אדורכצוקוקן די ווידעא, פאר מ'רעדט וועגן די פרשה:
View: https://www.youtube.com/watch?v=DXRlVnD2Sn0
קיינער האט נישט געשריבן אז מ'מעג איר נישט מבזה זיין, פארן ליעקן א ווידיא, אדער ערגער פארן לייקענען און ליגנט זאגן, אלעס וואס איך האב געשריבן איז ארויסצוברענגען, אז וואס פארא גרויסע עולה די פצרי"ת האט געטון, קומט עס נישט צו צו די עוולה וואס די חיילים האבן געטון. און דאס וואס די פצרי"ת האט געטון קומט נישט פון שלעכטיגקייט, אדער שנאה צו חיילי צה"ל, נאר ווייל דאס איז איר דזשאב, אפצוהיטן צה"ל זאל נישט ווערן קיין טעראריסטישע מיליטער.
די גאנצע שמועס וועגן די ליכוד פארטיי, איז געווען א זייטיגע שמועס, אז די מעשה ברענגט ארויס די נארמאלקייט און גערעכטיגקייט פון די שלטון החוק און די לינקע לאגער, אקעגן די כת הביביסטים וגרורותיהם.
אוואדע איז זייער געשמאק פאר די אלע וואס טענה'ן שוין יארן איבער א דיעפ סטעיט וואס איז שולט אין לאנד (און אין אמעריקע), און זענען ביזי צו האקן אקעגן די שלטון החוק - כדי צו פארענטפערן און פארדעקן זייערע עוולות און הימל-שרייענדע כשלונות, צו אויפווייזן פון די מעשה אז די דיעפ סטעיט איז טאקע א מציאות, און צוזאמען מיט די שלטון החוק איז עס פארפוילט פון אינסייד אאוט, אבער ווען מ'צונעמט אביסל די מעשה, קען מען - אויב מ'וויל - זעהן די פונקט פארקערטע.