פרשת הפצרי"ת - הדלפת הסרטון שדה תימן

סאו בעיסיקלי זאגסטו אז היות די ווידיאו איז אמת, איז זי 100% בארעכטיגט פארן עס ארויסגעבן?
איך פערזענליך האלט אזוי.

אבער די נקודה איז מער, אז יעדער איינער זאל פארטיידיגן זיין פאזיציע ביז'ן סוף. דהיינו, אויב ביסטו א יודנאצי און דו גלייבסט אין די בארעכטיגונג פון פייניגן ארעסטאנטן, גיי דערמיט ביז'ן סוף! און ווען אזא ווידעא קומט ארויס, באגריס די פרצי"ת פאר'ן מיטטיילן מיטן פאלק אזעלכע ערשטקלאסישע מראות חיילנו בעבודת הקודש.

און אויב ביסטו מער אויף די ליבעראלע זייט, פארדאם די אפיצירן אויפ'ן שארפסטן פארנעם! איי כבוד המדינה? במקום שיש חילול בזכיות האדם, אין חולקים כבוד למדינה!
 
סאו דיין ווייטאג איז נישט אויף די פרטים. דיין ווייטאג איז בעצם אז מענטשן וואס זענען אויף איין זייט פון די מטבע גייען מיט דעם בכל חומר הדין אן קענען זען עפעס פון די צווייטע זייט.
שוין,
 
דאס איז שוין זיכער היינט אז די ווידיאו איז געשטיקלט און נישט ממש אזוי ווי עס איז פרעזענטירט געווארן. און די סיבה פארוואס אלע גרויסע מידיע נעצן ווייזן דאס איז קיין קשיא נישט די סיבה פארוואס זיי האבן דאס געוויזן איז ווייל עס איז ארויס געלייגט געווארן אין ארץ ישראל אויף טשענעל 12 און אויב האבן זיי עס געלייגט דעמאלטס קענען זיי עס זיכער לייגן.
איז קודם איז דער פרצי''ת אן עוכר ישראל פאר'ן פארשעמען די מדינה ברבים דורכן לופטערן אירע שמוץ וועש אין פובליק, דערנאך איז דער שמוץ וועש בכלל א צוזאמשטעל פון פארשידענע אנדערע וועש (כאילו ס'מאכט א נפקא מינה...), און צום סוף איז די וועש בכלל ריין
 
יא אויב עס ווערט נתברר אזוי יא
 
לעצט רעדאגירט:
איך פערזענליך האלט אזוי.

אבער די נקודה איז מער אז יעדער איינער זאל פארטיידיגן זיין פאזיציע ביז'ן סוף. דהיינו, אויב ביסטו א יודנאצי אין די גלייבסט אין די בארעכטיגונג פון פייניגן ארעסטאנטן, גיי דערמיט ביז'ן סוף! און ווען אזא ווידעא קומט ארויס, באגריס די פרצי''ת פאר'ן מיטטיילן מיטן פאלק אזעלכע ערשט קלאסישע מראות חיילנו בעבודת הקודש.

און אויב ביסטו מער אויף די ליבעראלע זייט, פארדאם די אפיצירן אויפ'ן שארפסטן פארנעם! איי כבוד המדינה? במקום שיש חילול בזכיות האדם, אין חולקים כבוד למדינה!
דו האסט געמאכט א שארפע מסקנא אז אלע רעכטע וואס האבן געהאט טענות אויף די פארשעמענדע אקט פון ארויסגעבן די ווידיאו גלייבן אין בארעכטיגונג פון פייניגן ארעסטאנטן, און אויף דעם ארויף פרעגסטו פארוואס מען שרייט ווען די ווידיאו קומט ארויס. אלא מאי? זיי זענען סתם היפאקריטן? ניין, אלא מאי זיי גלייבן נישט אין די בארעכטיגונג פון פייניגן ארעסטאנטן, און ווען דו שמירסט ארויף א נאסע לאלעך אויף אומשולדיגע מענטשן ובפרט אז אזא ווידיאו איז נאך נישט בארעכטיגט צו ווערן ארויסגעגעבן לעיני כל און דורך דעם פארשעמען די גאנצע מדינה זענען זיי בארעכטיגט צו שרייען,
עס איז דא א וועג ווי אזוי יוסטיץ ארבעט, אויב זענען זיי טאקע שולדיג גיי אין קאורט -אין דיין לינקע קאורט- און קלאג זיי אן און ווייז פאר די קאורט די ווידיאו. וואס איז פשט פון עס ארויסגעבן? איך פראביר צו פארשטיין דיין מהלך.
 
סאו דיין ווייטאג איז נישט אויף די פרטים. דיין ווייטאג איז בעצם אז מענטשן וואס זענען אויף איין זייט פון די מטבע גייען מיט דעם בכל חומר הדין אן קענען זען עפעס פון די צווייטע זייט.
שוין
נישט ממש. אין א געוויסע זין, פונקט פארקערט.

איך האב נישט קיין פראבלעם (עכ''פ פאר די נקודה) מיט עקסטרעמיסטן וואס זעהן נישט די אנדערע זייט מטבע, איך האב אבער יא א ריזיגע פראבלעם מיט היפאקריטן וואס באזיסן ביידע זייטן פון די מטבע ביינזאם.

די קענסט זיין א נאצי אין פארטיידיגן די שואה, זיי מיר נאר נישט אויך א האלאקאוסט פארלייקענער דערצו. וועל אויס דיין פאזיציע און פארטיידיג איהם העלדיש!

ואגב, מ'זעהט טאקע אז אסאך נעא נאציס זענען אויך האלאקאוסט פארלייקענער, וואס לכאורה אויב האלטסטו אז אידן זענען אזעלכע פאראזיטן און מ'דארף פטור ווערן פון זיי, וואסזשע שעמסטו זיך אזוי פון דער נאצישער 'גלארייכער פרוב' צו דאס אויספירן?
נאר מיט דער אויבענדערמאנטע יסוד שטימט אלס. ודו''ק.
 
אן ארטיקל אין דער איד וועגן די נושא:

View attachment 10086

אמאל האב איך געהאט א תאוה (ווען כ'פלעג ליינען דער איד), יעדע וואך אריינצוסקענען די שטותים וואס דער א"ד שרייבער שרייבט, און עס צונעמען אויף פיץ-פיצלעך. די וואך האט @קץ דוחק עס אריינגעסקענט, וועל איך טאקע פרובירן צו-צונעמען זיינע שטותים. ובזה החלי בעזר צורי וגואלי:
צווייטע שטיקל:
מיr ברענגען ארויס אין אונזער קאלום כמעט יעדע וואך, אז טראץ דעם וואס ס׳איז דא א ״רעכטע״ רעגירונג, זענען זייערע הענט געבונדן. זיי קענען גארנישט דורכפירן אן די הסכמה פון די שופטי הבג״ץ און די רעגירונגס פראקורארן, וועלכע זענען רובם ככולם לינקע חברה.
ווי שוין געשריבן, די אלע טאלקינג פוינטס כאילו די "רעכטע" רעגירונג קען גארנישט אדורכפירן און די בג"ץ און די יועמש"ית פירן אלעס, ווערן מיסטעריעז פארשוואונדן ווען די מדינה פירט אדורך א הצלחה'דיגע אפעראציע (ווי למשל דא...). דאס ווייזט אז דאס אלעס איז נאר צו פארדעקן און פארענטפערן די עוולות און הימל-שרייענדע כשלונות פון די רעכטע רעגירונג.
זיי זוכן ארויס פון אונטער דער ערד פארשידענע באשולדיגונגען אויף די רעכטע מיניסטארן, און בראשם אויף ביבי נתני׳, וועלכער איז פארזונקען שוין יארן מיט די משפטים וואס מ׳האט צוזאמגעשטעלט קעגן אים. די שופטים אליין האבן שוין געזאגט אז זיי זעען נישט קיין שוחד אין די באשולדיגונגען, אבער די רעגירונגס פראקורארשע לאזט נישט נאך און גייט אן מיט דעם.
דאס איז פשוט אז די אלע באשולדינגען אקעגן די רעכטע פאליטיקאנטן 'זוכט מען ארויס פון אונטער די ערד', והראי' אז די שופטים האבן שוין אליין געזאגט אז זיי זעהן נישט קיין שוחד. וואס איז פלוצלינג געשען צו די טאלקינג פוינט אז די שופטים פון בג"ץ זענען דא אונטערצוברענגען די רעכטע? קען זיין אז די מערכת המשפט קוקט אויף פאקטן און געזעצן, אנשטאט (ח"ו) אויף מענטשן און זייער אידיאלאגיע?
(אגב, פרעזידענט טראמפ פרובירט צו העלפן ענדיגן דעם משפט פון ביבי).
איך אין דיין פלאץ וואלט מיך געשעמט פון דעם וואס טראמפ קומט העלפן מיין פרעמיער, וואס קען זיך נישט אליינס א עצה געבן, און מוז צוקומען צום שטערקסטן מענטש פון די וועלט אים צו ארויסראטעווען פון תפיסה. אבער די רעכטע פרייען זיך דאס איבערצוזאגן. פארוואס? איין באשעפער ווייסט...
חרב הבג״ץ הענגט אויף אלע, והדברים ידועים. און מיר גייען דא נישט פארטיידיגן די רעכטע, נאר אנווייזן ווי אלעס איז קארופטירט. (ס׳קען דאך נישט זיין, אז שטענדיג זענען די רעכטע די פארברעכער און אלע לינקע זענען ״נקיי כפיים״, זיי זענען דאך די זעלבע מופקרים).
א מינוט צוריק האסטו געזאגט אז 'מ'זוכט ארויס פון אונטער די ערד פארשידענע באשולדיגונגען אויף די רעכטע מיניסטארן', וויאזוי איז פלוצלינג געווארן אז 'זיי זענען דאך די זעלבע מופקרים'?
די רעכטע ברענגען אן א שיעור דוגמאות ווי מ׳פארשווייגט די עוולות פון די לינקע און מ׳גייט בכל חומר הדין קעגן די רעכטע. למשל, דער זון פון יועמשי״ת האט גע׳גנב׳עט א מיליטערישע פאנצער פון א צווייטן, און ס׳איז דא דערפון א קלארע ווידיא, אבער ער איז נישט געווארן באשולדיגט, ווייל ער איז ׳דער זון פון׳...;
גראדע איז גלייך ווען די פרשה איז באקאנט געווארן, האט מען געפנט א חקירה מלאה (וואס די יועמשי"ת איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין חלק פון דעם), די חקירה האט דורכגעקוקט אלע ווידיא'ס און מחליט געווען אז ס'איז נישטא גענוג עווידענס. קיינער פארשווייגט נישט גארנישט, מ'האט עס אויסגעפארשט געהעריג. וואס זאל מען טון אז די ראיות זענען נישט עפעס איי איי איי.
און דאס איז שוין אפגערעדט פון די קלייניגקייט פון די עוולה, וואס יעדער וואס איז געווען אין צבא, זאגט אז דאס זענען מעשים בכל יום. אבער דא איז ערוץ 14 ארויפגעשפרינגען אויף די מציאה, כדי צו באשמוצן די יועמש"ית.
די מענטשן וועלכע האבן געשאסן א מיסל אויף די דירה פון ביבי נתני׳ זענען נישט געווארן באשולדיגט, און נאך אן שיעור פעלער, וואו מ׳האט קיינמאל נישט גע׳משפט די לינקע.
דא איז שוין דער שרייבער אינגאנצן אראפ פון די רעלסן. די מענטשן וואס האבן געשאסן 'פייערווארקס' נעבן ביבי'ס הויז בשעת א מחאה, וואס איז אריינגעפלויגן נעבן זיין דירה, זענען נאך יענע נאכט געווארן ארעסטירט, אין צוויי וואכן איז אריינגעגעבן געווארן אקעגן זיי א כתב אישום מיט גאר הארבע עבירות: נסיון הצתה, פזיזות עם אש במניע טרור. די פרקליטות האט געוואלט מעצר עד תום ההליכים, אבער בית משפט האט אראפגעווארפן די מניע טרור, און באפרייט צו מעצר בית, און מ'האלט נאך אינמיטן די קעיס.
אבער דער רעכטער שרייבער וואס האט לכאורה נישט געספענדט א האלבע מינוט צו נאכגיין די פאקטן פון די מעשה, אים איז גענוג צו שרייבן אז לינקע האבן געווארפן א 'מיסיל' (!!) אויף די דירה, און זענען נישט געווארן באשולדיגט. און די תמימות'דיגע ליינער קענען נישט גענוג שטוינען, וואספארא סדום לאנד די מדינה איז געווארן. ווען די אמת איז פונקט פארקערט. אבער ווי שרייבט יענער Who cares?

דאס איז נאר איין שטיקל מיט מאניפולאציעס, שטותים און קאנספיראציעס. אויב דער עולם איז אינטרעסירט וועל איך בל"נ גיין ווייטער.
 
אמאל האב איך געהאט א תאוה (ווען כ'פלעג ליינען דער איד), יעדע וואך אריינצוסקענען די שטותים וואס דער א"ד שרייבער שרייבט, און עס צונעמען אויף פיץ-פיצלעך. די וואך האט @קץ דוחק עס אריינגעסקענט, וועל איך טאקע פרובירן צו-צונעמען זיינע שטותים. ובזה החלי בעזר צורי וגואלי:
צווייטע שטיקל:

ווי שוין געשריבן, די אלע טאלקינג פוינטס כאילו די "רעכטע" רעגירונג קען גארנישט אדורכפירן און די בג"ץ און די יועמש"ית פירן אלעס, ווערן מיסטעריעז פארשוואונדן ווען די מדינה פירט אדורך א הצלחה'דיגע אפעראציע (ווי למשל דא...). דאס ווייזט אז דאס אלעס איז נאר צו פארדעקן און פארענטפערן די עוולות און הימל-שרייענדע כשלונות פון די רעכטע רעגירונג.

דאס איז פשוט אז די אלע באשולדינגען אקעגן די רעכטע פאליטיקאנטן 'זוכט מען ארויס פון אונטער די ערד', והראי' אז די שופטים האבן שוין אליין געזאגט אז זיי זעהן נישט קיין שוחד. וואס איז פלוצלינג געשען צו די טאלקינג פוינט אז די שופטים פון בג"ץ זענען דא אונטערצוברענגען די רעכטע? קען זיין אז די מערכת המשפט קוקט אויף פאקטן און געזעצן, אנשטאט (ח"ו) אויף מענטשן און זייער אידיאלאגיע?

איך אין דיין פלאץ וואלט מיך געשעמט פון דעם וואס טראמפ קומט העלפן מיין פרעמיער, וואס קען זיך נישט אליינס א עצה געבן, און מוז צוקומען צום שטערקסטן מענטש פון די וועלט אים צו ארויסראטעווען פון תפיסה. אבער די רעכטע פרייען זיך דאס איבערצוזאגן. פארוואס? איין באשעפער ווייסט...

א מינוט צוריק האסטו געזאגט אז 'מ'זוכט ארויס פון אונטער די ערד פארשידענע באשולדיגונגען אויף די רעכטע מיניסטארן', וויאזוי איז פלוצלינג געווארן אז 'זיי זענען דאך די זעלבע מופקרים'?

גראדע איז גלייך ווען די פרשה איז באקאנט געווארן, האט מען געפנט א חקירה מלאה (וואס די יועמשי"ת איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין חלק פון דעם), די חקירה האט דורכגעקוקט אלע ווידיא'ס און מחליט געווען אז ס'איז נישטא גענוג עווידענס. קיינער פארשווייגט נישט גארנישט, מ'האט עס אויסגעפארשט געהעריג. וואס זאל מען טון אז די ראיות זענען נישט עפעס איי איי איי.
און דאס איז שוין אפגערעדט פון די קלייניגקייט פון די עוולה, וואס יעדער וואס איז געווען אין צבא, זאגט אז דאס זענען מעשים בכל יום. אבער דא איז ערוץ 14 ארויפגעשפרינגען אויף די מציאה, כדי צו באשמוצן די יועמש"ית.

דא איז שוין דער שרייבער אינגאנצן אראפ פון די רעלסן. די מענטשן וואס האבן געשאסן 'פייערווארקס' נעבן ביבי'ס הויז בשעת א מחאה, וואס איז אריינגעפלויגן נעבן זיין דירה, זענען נאך יענע נאכט געווארן ארעסטירט, אין צוויי וואכן אריינגעגעבן געווארן אקעגן זיי א כתב אישום מיט גאר הארבע עבירות: נסיון הצתה, פזיזות עם אש במניע טרור. די פרקליטות האט געוואלט מעצר עד תום ההליכים, אבער בית משפט האט אראפגעווארפן די מניע טרור, און באפרייט צו מעצר בית, און מ'האלט נאך אינמיטן די קעיס.
אבער דער רעכטער שרייבער וואס האט לכאורה נישט געספענט א האלבע מינוט צו נאכגיין די פאקטן פון די מעשה, אים איז גענוג צו שרייבן אז לינקע האבן געווארפן א 'מיסיל' (!!) אויף די דירה, און זענען נישט געווארן באשולדיגט. און די תמימות'דיגע ליינער קענען נישט גענוג שטוינען, וואספארא סדום לאנד די מדינה איז געווארן. ווען די אמת איז פונקט פארקערט. אבער ווי שרייבט יענער Who cares?

גיי ווייטער....
 
עס איז צום שטוינען די נארישקייטן וואס באזעסענע מענטשן קענען זאגן (און גלייבן?!) צו פארענטפערן א שווערע מדינת ישראל. אזש די בריסקער מיט זייער רמב''ם קענען זיך פארשטעקן פאר בושה.

עס איז באלד ווי דער וואס האט צוריקגעגעבן א צובראכענע לייכטער צום שכן טענה'נדיג אז קודם כל כ'האב קיינמאל נישט געבארגט דיין לייכטער, צווייטענס ס'בכלל נישט צובראכן, דריטנס ווען כ'האב עס געבארגט איז עס שוין געווען צובראכן.

איז קודם איז דער פרצי''ת אן עוכר ישראל פאר'ן פארשעמען די מדינה ברבים דורכן לופטערן אירע שמוץ וועש אין פובליק, דערנאך איז דער שמוץ וועש בכלל א צוזאמשטעל פון פארשידענע אנדערע וועש (כאילו ס'מאכט א נפקא מינה...), און צום סוף איז די וועש בכלל ריין!

חברה, וועלט'ס אויס ענקער ווינקל פון אטאקע! אויב איז דער ווידעא פאלש, פארוואס איז דאס בכלל א בושה פאר די מדינה? עטס ווייסט וויפיל פאלשע ווידעאס קעגן די מדינה דרייען זיך ארום אויף די אינטערנעט? עס איז יארע 2025! יעדער חכם מיט א סמארטפאון קען אזאנס פראדוצירן און פארשפרייטן אין פינעף מינוט (לכל היותר)!

אלא מאי, די ווידעא איז נישט פאלש. און דאס ערקלערט אויך פארוואס די אלע גרויסע מידיא נעצן ווייזען דאס (משא''כ די פילצאליגע אנדערע אנטי מדינת ישראל פראפעגאנדע), און וועגן דעם איז דאס אזא פ.ר. פראבלעם פאר די מדינה. בכלל, מ'האט שוין אינטערוויועט אפיצירן פארמישט אין די פרשה און זיי פארענטפערן זיך מיט אלע נישט געשטויגענע תירוצים פארוואס זיי האבן זיך אזוי אויפגעפירט. און לאמיר נישט רעדן פון די פאקט אז מהאנדעלט דא פון א טעראריסט וואס לעבט און דאקטוירים האבן איהם באהאנדלט פאר זיינע וואונדן.

בקיצור, ווי אזוי מ'קוקט נאר נישט אן די פרשה איז איין זאך זיכער, הפרשה אמת, וסרטונו אמת.

יעצט דארף מען פארשטיין, וואס טרייבט די אלע מכחישי הפרשה, ווייל במושכל ראשון האט עס נישט קיין זינען. די זעלבע מענטשען וואס טענה'ן אז להד''ם (וואס לשיטתם איז די גאנצע פרשה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און ממילא בכלל נישט ווערט צו דורכטון) זענען די זעלבע וואס טענה'ן אז עס איז א שרעקליכע קאטאסטראפע פאר מדינת ישראל, און די זעלבע וואס טענה'ן אז די פרצי''ת איז א פאררעטער פאר'ן ליקן אזא פארשעמנדע ווידעא זענען די וואס טענה'ן להד''ם???

לדעתי, איז די תירוץ גאנץ פשוט. מ'רעדט דא פון מענטשן וואס ליידער גלייבן זיי אז מ'מעג (מ'זאל?!) זיך באגיין מיט פאלעסטינער און אזעלכע געמיינע וועגן! דא עקא, דער חברה לעבן דאך אין דער איין און צוואנציגסטער יארהונדערט, און זיי פארשטייען אז דאס איז נישט ממש די דרגא פון מענטשליכקייט וואס דאס רוב (ציוויליזירטע) וועלט באזעצט. און ווי נישט ווי, שעמען זיי זיך אביסל פון זייער ציוויליזירטע קאלעגען. דער פראדוקט פון דעם פארלעגנהייט, זענען אט די מענטשן.

והשתא דאתית להכא, ווערן אזוי סאך ערשיינונגן פארענטפערט.

דער אחד בפה ואחד בלב ניקעס (אחד בהעברעיש ואחד בענגליש...), זענען דער זעלבע וואס באגריסן אויסהונגערען די עזה באפעלקערונג, תוך כדי דיבור פון א לענגערע ערקלערונג פארוואס צה''ל איז די מערסטע נאבעלע מיליטער וואס דער וועלט האט נאר געזען. זיי זענען די וואס טענה'ן אז מדינת ישראל וויל שלום בשעת'ן אויפשטעלן זייער געביידעס אין די זידלונגען. און זיי זענען דער ערשטע צו פארדאמען די ארויסרינונג פון א ווידעא וואס איז אויך בכלל פאלש.

כללו של דבר, מיין מדינה איז הייליג. כ'וועל זאגן/טון וואס ס'פעלט זיך אויס איר צו פארטיידיגן. כ'וועל אויך זאגן/טון וואס אימער עס איז אין אירע אינטערעסן, אריינגערעכנט אומאראלישע אקטן.

ודו''ק.
פארוואס איז זיך קיינער נישט מרחם אויף מיר??? איך בעט זיך ווי א קליין קינד מען זאל מיר שיקן דעם ווידעאוי! 😭
 
@סמולנסקין אז דו רעדסט אזוי שטארק דערפון וועל איך טאקע אריינקריכן דערין...

איך בין בכלל נישט זיכער אז רעכטן דארף זיין א וואן וועי סטריט.
קולטורן וואס גלייבן נישט אין פרי ספיטש קומט זיך נישט פאר זיי קיין פרי ספיטש (ווייל דאן ברענגסטו בס"ה אריין דיינע צוקופנטיגער אונטערדריקער).

לענדער און גרופעס וואס נעמען נישט אן די דזשענעבע קאנווענטשן וכדומה זאל מען זיי נישט געבן די רעכטן אויף צוריק וכו.
 
אמאל האב איך געהאט א תאוה (ווען כ'פלעג ליינען דער איד), יעדע וואך אריינצוסקענען די שטותים וואס דער א"ד שרייבער שרייבט, און עס צונעמען אויף פיץ-פיצלעך. די וואך האט @קץ דוחק עס אריינגעסקענט, וועל איך טאקע פרובירן צו-צונעמען זיינע שטותים. ובזה החלי בעזר צורי וגואלי:
צווייטע שטיקל:

ווי שוין געשריבן, די אלע טאלקינג פוינטס כאילו די "רעכטע" רעגירונג קען גארנישט אדורכפירן און די בג"ץ און די יועמש"ית פירן אלעס, ווערן מיסטעריעז פארשוואונדן ווען די מדינה פירט אדורך א הצלחה'דיגע אפעראציע (ווי למשל דא...). דאס ווייזט אז דאס אלעס איז נאר צו פארדעקן און פארענטפערן די עוולות און הימל-שרייענדע כשלונות פון די רעכטע רעגירונג.

דאס איז פשוט אז די אלע באשולדינגען אקעגן די רעכטע פאליטיקאנטן 'זוכט מען ארויס פון אונטער די ערד', והראי' אז די שופטים האבן שוין אליין געזאגט אז זיי זעהן נישט קיין שוחד. וואס איז פלוצלינג געשען צו די טאלקינג פוינט אז די שופטים פון בג"ץ זענען דא אונטערצוברענגען די רעכטע? קען זיין אז די מערכת המשפט קוקט אויף פאקטן און געזעצן, אנשטאט (ח"ו) אויף מענטשן און זייער אידיאלאגיע?

איך אין דיין פלאץ וואלט מיך געשעמט פון דעם וואס טראמפ קומט העלפן מיין פרעמיער, וואס קען זיך נישט אליינס א עצה געבן, און מוז צוקומען צום שטערקסטן מענטש פון די וועלט אים צו ארויסראטעווען פון תפיסה. אבער די רעכטע פרייען זיך דאס איבערצוזאגן. פארוואס? איין באשעפער ווייסט...

א מינוט צוריק האסטו געזאגט אז 'מ'זוכט ארויס פון אונטער די ערד פארשידענע באשולדיגונגען אויף די רעכטע מיניסטארן', וויאזוי איז פלוצלינג געווארן אז 'זיי זענען דאך די זעלבע מופקרים'?

גראדע איז גלייך ווען די פרשה איז באקאנט געווארן, האט מען געפנט א חקירה מלאה (וואס די יועמשי"ת איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין חלק פון דעם), די חקירה האט דורכגעקוקט אלע ווידיא'ס און מחליט געווען אז ס'איז נישטא גענוג עווידענס. קיינער פארשווייגט נישט גארנישט, מ'האט עס אויסגעפארשט געהעריג. וואס זאל מען טון אז די ראיות זענען נישט עפעס איי איי איי.
און דאס איז שוין אפגערעדט פון די קלייניגקייט פון די עוולה, וואס יעדער וואס איז געווען אין צבא, זאגט אז דאס זענען מעשים בכל יום. אבער דא איז ערוץ 14 ארויפגעשפרינגען אויף די מציאה, כדי צו באשמוצן די יועמש"ית.

דא איז שוין דער שרייבער אינגאנצן אראפ פון די רעלסן. די מענטשן וואס האבן געשאסן 'פייערווארקס' נעבן ביבי'ס הויז בשעת א מחאה, וואס איז אריינגעפלויגן נעבן זיין דירה, זענען נאך יענע נאכט געווארן ארעסטירט, אין צוויי וואכן אריינגעגעבן געווארן אקעגן זיי א כתב אישום מיט גאר הארבע עבירות: נסיון הצתה, פזיזות עם אש במניע טרור. די פרקליטות האט געוואלט מעצר עד תום ההליכים, אבער בית משפט האט אראפגעווארפן די מניע טרור, און באפרייט צו מעצר בית, און מ'האלט נאך אינמיטן די קעיס.
אבער דער רעכטער שרייבער וואס האט לכאורה נישט געספענט א האלבע מינוט צו נאכגיין די פאקטן פון די מעשה, אים איז גענוג צו שרייבן אז לינקע האבן געווארפן א 'מיסיל' (!!) אויף די דירה, און זענען נישט געווארן באשולדיגט. און די תמימות'דיגע ליינער קענען נישט גענוג שטוינען, וואספארא סדום לאנד די מדינה איז געווארן. ווען די אמת איז פונקט פארקערט. אבער ווי שרייבט יענער Who cares?

דאס איז נאר איין שטיקל מיט מאניפולאציעס, שטותים און קאנספיראציעס. אויב דער עולם איז אינטרעסירט וועל איך בל"נ גיין ווייטער.
ש'כח פאר'ן קלארשטעלן.

כ'האב מיך טאקע געווינדערט פארוואס כ'האב נישט געהערט אזעלכע דראמאטישע נייעס ווי א ראקעט איז געשאסן געווארן אויף נתניהו'ס הויז...
 
לעצט רעדאגירט:
יא אויב עס ווערט נתברר אזוי יא
איך זעה נישט פארוואס די פאקט אז די ווידעא איז צוזאמענגעשטעלט פון באזונדערע טיים-ליינס איז א נפקא מינה. ס'איז אן אנגענומע ערשיינונג צו אויסשניידן די אומאינטערסאנטע חלקים פון א לענגערע ווידעא איידער איר ארויסשיקן צום פובליק. אז נישט האבן רוב מענטשן נישט די זיץ-פלייש איר צו זעהן.

נאכמער, ס'איז גלוי וידוע פאר יעדע וואס זעהט די ווידעא אז מ'טאנצט טיים-ליינס. אויב ס'וואלט געווען דא א קאנספיראציע צו פארדעקן עפעס וואלטן די קאנספיראטארן גענומען די מינימום שריט פון עס מאכן אויסקוקן אומבארירט.
 
עס איז צום שטוינען די נארישקייטן וואס באזעסענע מענטשן קענען זאגן (און גלייבן?!) צו פארענטפערן א שווערע מדינת ישראל. אזש די בריסקער מיט זייער רמב''ם קענען זיך פארשטעקן פאר בושה.

עס איז באלד ווי דער וואס האט צוריקגעגעבן א צובראכענע לייכטער צום שכן טענה'נדיג אז קודם כל כ'האב קיינמאל נישט געבארגט דיין לייכטער, צווייטענס ס'בכלל נישט צובראכן, דריטנס ווען כ'האב עס געבארגט איז עס שוין געווען צובראכן.

איז קודם איז דער פרצי''ת אן עוכר ישראל פאר'ן פארשעמען די מדינה ברבים דורכן לופטערן אירע שמוץ וועש אין פובליק, דערנאך איז דער שמוץ וועש בכלל א צוזאמשטעל פון פארשידענע אנדערע וועש (כאילו ס'מאכט א נפקא מינה...), און צום סוף איז די וועש בכלל ריין!

חברה, וועלט'ס אויס ענקער ווינקל פון אטאקע! אויב איז דער ווידעא פאלש, פארוואס איז דאס בכלל א בושה פאר די מדינה? עטס ווייסט וויפיל פאלשע ווידעאס קעגן די מדינה דרייען זיך ארום אויף די אינטערנעט? עס איז יארע 2025! יעדער חכם מיט א סמארטפאון קען אזאנס פראדוצירן און פארשפרייטן אין פינעף מינוט (לכל היותר)!

אלא מאי, די ווידעא איז נישט פאלש. און דאס ערקלערט אויך פארוואס די אלע גרויסע מידיא נעצן ווייזען דאס (משא''כ די פילצאליגע אנדערע אנטי מדינת ישראל פראפעגאנדע), און וועגן דעם איז דאס אזא פ.ר. פראבלעם פאר די מדינה. בכלל, מ'האט שוין אינטערוויועט אפיצירן פארמישט אין די פרשה און זיי פארענטפערן זיך מיט אלע נישט געשטויגענע תירוצים פארוואס זיי האבן זיך אזוי אויפגעפירט. און לאמיר נישט רעדן פון די פאקט אז מהאנדעלט דא פון א טעראריסט וואס לעבט און דאקטוירים האבן איהם באהאנדלט פאר זיינע וואונדן.

בקיצור, ווי אזוי מ'קוקט נאר נישט אן די פרשה איז איין זאך זיכער, הפרשה אמת, וסרטונו אמת.

יעצט דארף מען פארשטיין, וואס טרייבט די אלע מכחישי הפרשה, ווייל במושכל ראשון האט עס נישט קיין זינען. די זעלבע מענטשען וואס טענה'ן אז להד''ם (וואס לשיטתם איז די גאנצע פרשה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און ממילא בכלל נישט ווערט צו דורכטון) זענען די זעלבע וואס טענה'ן אז עס איז א שרעקליכע קאטאסטראפע פאר מדינת ישראל, און די זעלבע וואס טענה'ן אז די פרצי''ת איז א פאררעטער פאר'ן ליקן אזא פארשעמנדע ווידעא זענען די וואס טענה'ן להד''ם???

לדעתי, איז די תירוץ גאנץ פשוט. מ'רעדט דא פון מענטשן וואס ליידער גלייבן זיי אז מ'מעג (מ'זאל?!) זיך באגיין מיט פאלעסטינער און אזעלכע געמיינע וועגן! דא עקא, דער חברה לעבן דאך אין דער איין און צוואנציגסטער יארהונדערט, און זיי פארשטייען אז דאס איז נישט ממש די דרגא פון מענטשליכקייט וואס דאס רוב (ציוויליזירטע) וועלט באזעצט. און ווי נישט ווי, שעמען זיי זיך אביסל פון זייער ציוויליזירטע קאלעגען. דער פראדוקט פון דעם פארלעגנהייט, זענען אט די מענטשן.

והשתא דאתית להכא, ווערן אזוי סאך ערשיינונגן פארענטפערט.

דער אחד בפה ואחד בלב ניקעס (אחד בהעברעיש ואחד בענגליש...), זענען דער זעלבע וואס באגריסן אויסהונגערען די עזה באפעלקערונג, תוך כדי דיבור פון א לענגערע ערקלערונג פארוואס צה''ל איז די מערסטע נאבעלע מיליטער וואס דער וועלט האט נאר געזען. זיי זענען די וואס טענה'ן אז מדינת ישראל וויל שלום בשעת'ן אויפשטעלן זייער געביידעס אין די זידלונגען. און זיי זענען דער ערשטע צו פארדאמען די ארויסרינונג פון א ווידעא וואס איז אויך בכלל פאלש.

כללו של דבר, מיין מדינה איז הייליג. כ'וועל זאגן/טון וואס ס'פעלט זיך אויס איר צו פארטיידיגן. כ'וועל אויך זאגן/טון וואס אימער עס איז אין אירע אינטערעסן, אריינגערעכנט אומאראלישע אקטן.

ודו''ק.
לויט ווי איך פארשטיי איז אין די צייט ווען זי האט ארויסגעליעקט די ווידיאו, נאכנישט קלאר געווען וואס די מעשה איז געווען. דאס גופא איז די פארברעך. ארויסלייגן א ווידיאו פון עפעס וואס איז נאכנישט אדורכגעגאנגען א געהעריגע משפט איז נישט יושר. דאס איז אויך קלאר אז אויב שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע מעשה איז פאלש, האט זי איינפאך שאדן געמאכט פאר די מדינת ישראל בליק אין די וועלט.
אויב איז די מעשה אמת דאן איז עס טאקע א געפערליכער אקט פון די סאלדאטן, און די וועלט מעג וויסן.
אבער א זאך וואס איז נאך אונטער אויספארשונג, נאכדערצו ווען מ'רעדט פון אזא אקט וואס קען חרוב מאכן די הסברה, איז זייער זייער שלעכט.
דו פארשטייסט אז פון די איבריגע וועלט וועט מען נישט באקומען שיינע בלומען אויב שטעלט זיך די מעשה ארויס פאלש.

אגב, מ'האט אנגעקלאגט די חיילים?
 
ווי איך פארשטיי האט מען זיי ס''ה אנגעקלאגט אויף קלענערע עבירות.

די לינקע טענה'ן אז נאר צוליב דרוק פון די רעכטע האט מען גענידערט די קלאגעס, און די רעכטע טענה'ן אז מ'האט זיי ניטאמאל אנגעקלאגט מיט די אנגעבליכע גאר הארבע קלאגעס ווייל די גאנצע מעשה איז א בילבול.
 
די האסט געמאכט א שארפע מסקנה אז אלע רעכטע וואס האבן געהאט טענות אויף די פארשעמענדע אקט פון ארויס געבן די ווידיאו גלייבן אין בארעכטיגונג פון פאניגן ארעסטאנטן. און אויף דעם ארויף פרעגסטע פארוואס מען שרייט ווען די ווידיאו קומט ארויס. אלא מאי? זיי זענען סתם היפאקריטן? ניין אלא מאי זיי גלייבן נישט אין די בארעכטיגונג פון פאניגן ארעסטאנטן און ווען די שמירסט ארויף א נאסע לאלעך אויף אומשילדיגע מענטשן ובפרט אז אזא ווידיאו איז נאך נישט בארעכטיגט צו ווערן ארויסגעגעבן לעיני כל און דורך דעם פארשעמען די גאנצע מדינה זענען זיי בארעכטיגט צו שרייען
עס איז דא א וועג ווי אזוי יוסטיץ ארבעט אויב זענען זיי טאקע שולדיג גיי אין קארט אין דיין לינקע קארט און קלאג זיי אן און ווייז פאר די קארט די ווידיאו וואס איז פשט פון עס ארויס געבן? איך פראביר צו פארשטיין דיין מהלך
די רירסט אן א ריכטיגע נקודה. דהיינו עס איז מעגליך אז עס זענען דא מענטשן וואס בעצם זענען זיי גאר קעגן פייניגן טעראריסטן, נאר זיי האלטן אז ארויסרינען אזא ווידעא צום פובליק איז נאכאלץ פראבלעמאטיש.

איך פערזענליך האלט אז דאס איז זייער א קרומע וועג פון טראכטן. ס'איז אביסל אזוי ווי דער געדאנק-גאנג פון דער 'עסקנים' (וואס יעדער איז אזוי צופרידן זיי צו אינטעררייסן דא אויף קרעמל...) וואס באשוצן רעיפיסטס אין דער קהילה. דהיינו, פערזענליך האלטן זיי אלע אז רעיפ איז א שרעקליכע עוולה, נארוואס דען? מ'קען נישט לופטערן אונזערע שמוציגע וועש אין רשות הרבים! מ'דארף באשוצן אונזער אנזעהן פאר די אלגעמיינע גאס!

לדעתי איז דאס קרום פאר צוויי סיבות.
קודם כל, ס'איז נישט עטיש. איינע פון די פליכטן וואס ליגט אויף אן אחריות'דיגער יחיד/משפחה/ארגעניזאציע/קהילה/פאלק/מדינה איז צו זיין אמת'דיג און אפן מיט'ן וועלט איבער אירע שוואכקייטן. איי די בושות? היא הנותנת! די בושות איז די סיבה פארוואס עס איז וויכטיג צו זיין אמת'דיג! אזוי וועט איר זיכער מאכן נישט צו האבן נאך אזעלכע דורכפעלער.

צווייטענס, פארדעקן ארבעט פשוט נישט! סוף גנב לתליה, און ווען די וועלט געפונט אויס איז עס אסאך ערגער. וויבאלד רוב מענטשן נעמען אן (בארעכטיגטערהייט) אז דא איז נישט געשען אן אויסנאם נאר דאס איז די סטאטוס קווא פון דער אינסטיטוציע. והא ראיה, זעסט דאך זיי האבן פרובירט דאס צו פארדעקן!

אבער דאס אלץ איז א זייטיגע נקודה. ווייל אזוי ווי כ'האב שוין ערווענט אויבן, מיין אבזערוואציע איז אז דער מענטשן וואס זענען אזוי קעגן די ארויסרינונג פון דער ווידעא זענען אויך אט די מענטשן וואס שרייען אז עס בכלל פאלש! וואס פשט? א צופאל? מעגליך. אסאך מער מסתבר כדפירשנו לעיל.
 
נאכאמאל אויסשמועסן, ס'איז עכט נישט קיין גרויסע נפקא מינה צו די ווידעא איז עכט אדער נישט, ס'איז א זייטיגע ענין, די עיקר זאך וואס דארף קלאר אויסגעשמועסט ווערן איז:

אז אין די מערכת המשפטית איז דא אינערליכע קארופציע, און איינס ביי איינס זענען מחפה אויפן צווייטן,

דא האסטו א ביישפיל פון הויכע אפישעלס אינערהאלב מד"י געזעץ סיסטעם, וואס האבן אנגעפירט א זיכערהייט אינוועסטיגעישען, וואס זיי אליין זענען די שולדיגע ...!!!!
שומו שמיים..!!!!
ווי קען מען זיין פארנומען מיט'ן טפל צום טענה צו ס'איז פאלטש אדער נישט, וועמען גייט עס אן...!! למען השם!!!
דא זיצן אלט געזעסענע לייט וואס האבן קיינמאל נישט געווינען א פארמערט, נאר אנגעקומען צום פאזיציע וועגן זיי האבן די זעלבע פאליטישע מיינונגען ווי זייערס א חבר, און זיי טיילן דעות וואס איז יא לפי החוק און וואס נישט,

אנטשולדיגט דאס איז דיקטטורה!!!!!
 
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די ישראלישע פאליטיק אבער איז נישט אמעריקע דאס זעלבע? די רעפובליקאנער קאנגרעסס זענען די וואס "אינוועסטיגעיטן" טראמפ און בילל בארר איז אין 2019 ארויסגעקומען אז נאכן "איבערקוקן אלע באשולדיגונגן פון מולער זעט ער נישט קיין קריים פון טראמפ", עס איז מסתמא דא משלים אויף פארקערט אבער איך זעע נישט אז אין יעדן דעמאקראטישן לאנד זאל מען אזוי מקפיד זיין זיך אפצוזאגן פון אינוועסטיגעישנס וואו מען איז נוגע בדבר
 
אין ישראל איז אבער דא א גרויסע פראבלעם אז די שופטים נעמען אויף שופטים און ביוראקראטן נעמען אויף ביוראקראטן (איך בין מקצר, אבער בערך אזוי), משא''כ די רעשט ציוויליזירטע וועלט. דאס פירט צו דער מציאות אז ס'נישט דא קיין עכטע פידבעק לופ פונעם פאלק צום אדמיניסטראטיווער און יוסטיץ סיסטעם אין לאנד. אלס רעזולטאט, בעת וואס די מדינה האט זיך אסאך געריקט אויף רעכטס זינט איר גרינדונג, זענען אירע אינסטיטוציעס געבליבן לינק. און דאס איז נישט דעמאקראטיש.
 
Back
Top