שווער צו זאגן אזוי ווען אין סימן ל״ו איז דא א גאנצע תשובה וועגן צודעקן און דערמאנט נישט א ווארט פון שניידן
אין די צוואה פאר די קינדער רעדט ער אויך נאך פון צודעקן אינגאנצן און דערמאנט נישט שניידן פונקט ווי אין סימן ל״ו
די אגרות משה ברענגט אים זיך צו דינגען אז א טפח מעג יא זיין אויפגעדעקט נישט אז די חתם סופר הייסט שניידן עס שטייט בכלל נישט קיין ווארט פון שניידן אין סימן ל״ו
וואס יא אין קצ״ה רעדט ער פון שניידן אלס א פראבלעם פון כל העומד לקצוץ פאר כלות, אבער דאס קען מיינען אז מען האט קלענער געמאכט די האר כדי צו קענען צודעקן
מען קען זיך דינגען אבער האמת יורה דרכו.
ערשטנס, דער מנהג איז דאך דא, דאס איז א פאקט, און די אונגארישע רבנים וואס האבן מעורר געווען אויף דעם, האבן גע'דרש'נט אז מען זאל זיך אנהאלטן דעם מנהג. דער חתם סופר, פון אונגארן, איז מסתבר אז ער באציט זיך אויפן מנהג.
צווייטנס, סתם וועגן צודעקן, האט מען שוין מדקדק געווען ביי די סעודת החתונה, נאך די חופה וקידושין. אוודאי קען מען מאכן המצאות און אוקימתות, אז ער האט נאר געמיינט אביסל, ער האט נאר געמיינט א משל, אא"וו. ער האט געמיינט די מציאות, אזוי ווי די אונגארישע אידן האבן זיך געפירט אין פרעשבורג און אין אונגארן, און צוליב דעם איז אין אונגארן די שייטל געווען אן אנגענומענע זאך, כאטש אין דייטשלאנד נישט (ווי דער צאנזער רב איז מעיד בשם זיין שווער), ווייל אין דייטשלאנד איז נישט געווען דער מנהג פון גילוח נשים, נאר כיסוי ראש, האט מען נישט געדארפט א פאה נכרית. משא"כ אין אונגארן, וואו פרויען האבן זיך געשוירן - אפגעגאלט - איז געווען א נאטורליכע פארלאנג פאר א שייטל, וואס איז קלאר אין שולחן ערוך אז עס איז נישט קיין פראבלעם.
דער חתם סופר האט געשריבן אין זיין צוואה פאר יוצאי חלציו, אז זיי זאלן נישט חובש זיין קיין פאה נכרית, כאטש זיי זענען אפגעגאלט, און מען קען אויך זען די בילדער פון די נשים צדקניות, נכדי חת"ם סופר, אז אונטער זייער כיסוי הראש איז נישט דא קיין זכר פון א שערה.