- זיך איינגעשריבן
- אוג. 7, 2024
- מעסעדזשעס
- 221
- רעאקציע ראטע
- 905
- פונקטן
- 123
און עס וועט נישט זיין דו איינציגע קשיא וואס זיי האבען נישט קיין תירוץקענסט זיי פרעגן...
ווי ווייט איך פארשטיי איז עס נישט די איינציגסטע קשיא אויף זיי
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
און עס וועט נישט זיין דו איינציגע קשיא וואס זיי האבען נישט קיין תירוץקענסט זיי פרעגן...
ווי ווייט איך פארשטיי איז עס נישט די איינציגסטע קשיא אויף זיי
אזוי האבן די אונגארישע יידן זיך געפירט, און ער (דער חת״ם סופר) גייט ארויף אויף דעם מנהג פון אפגאהלן דעם קאפ א צומארגן פון די חתונה נאכט ,ער רעדט יא, ער באציהט זיך צום באקאנטן זוהר הקדוש פרשת נשא וואס די מגן אברהם אין הל' קר"ש ברענגט שוין אראָפּ שהחמיר על חוט שער שגורם ח"ו עניות וצרות ומגדלת בנים רעים.
שווער צו זאגן אזוי ווען אין סימן ל״ו איז דא א גאנצע תשובה וועגן צודעקן און דערמאנט נישט א ווארט פון שניידןאזוי האבן די אונגארישע יידן זיך געפירט
און ער ( דער חת״ם סופר)גייט ארויף אויף דעם מנהג פון אפגאהלן דעם קאפ א צומארגן פון די חתונה נאכט ,
דער חת״ם סופר ווערט אויך גיברענגט אין שו״ת
איגרות משה , ער האט עס אויך אזוי פארשטאנען
ער איז מעיר , אז אין פלעצער , ווי מען פירט זיך
נישט אזוי , גייט עס אריין בגדר ניוול , און דער מאן
קען מוחה זיין , אויב אין זיין מקום האט מען זיך נישט אזוי געפירט ,ער גיט אבער רעספעקט פאר די מנהג ווי עס איז איינגעפירט ,
שווער צו זאגן אזוי ווען אין סימן ל״ו איז דא א גאנצע תשובה וועגן צודעקן און דערמאנט נישט א ווארט פון שניידן
אין די צוואה פאר די קינדער רעדט ער אויך נאך פון צודעקן אינגאנצן און דערמאנט נישט שניידן פונקט ווי אין סימן ל״ו
די אגרות משה ברענגט אים זיך צו דינגען אז א טפח מעג יא זיין אויפגעדעקט נישט אז די חתם סופר הייסט שניידן עס שטייט בכלל נישט קיין ווארט פון שניידן אין סימן ל״ו
וואס יא אין קצ״ה רעדט ער פון שניידן אלס א פראבלעם פון כל העומד לקצוץ פאר כלות, אבער דאס קען מיינען אז מען האט קלענער געמאכט די האר כדי צו קענען צודעקן
מען דארף דאך מאכן אז ס'זאל אױסזעהן װי עכט. נו, דאס קאסט אסאך געלט. שטעל דיך פאר װען קאָזמעטיקס אפעראציעס װעלן װערן מער פארגעשריטן און ס'װעט מעגליך זײן זיך צומאכן א פֿײס מאסק װאס זעהט אױס פונקט װי א עכטע פנים, װעלן אפשר די רבנים דאַן אױפקומען מיט נײע חומרות און פרױען װעלן מוז ארױסגײן מיט אזאָלכע מאַסקעס. ס'װעט קאסטן אַן אפױטיקי.אבער די בודזשעט וויפיל ס'קאסט די פאה נכרית (שבת, חול, שמחות) איז דאך אומדערהערט, פארוואס זאל דאס צודעקן די הוילע קאפ קאסטן אזוי טייער?! די אשה כשירה וואס גאלט נישט, דארף נישט מער ווי א טיכל ווען זי גייט ארויס פון שטוב.
עפעס שטימט נישט דא. מילא פריער װאס @מן הסתם האט צוגעברענגט, האבן די רוסישע פרױען אנגעטוהן שײטלען כדי מען זאל נישט װיסן אז זײ זענען די פרױען װעלכע װאלטן די האר אבגעשניטן אדער עפעס אזױ. אבער דא? װאס האט גײן מיט א שײטל צוטוהן צו מען שערט זיך יא צו מען שערט זיך נישט?כאטש אין דייטשלאנד נישט (ווי דער צאנזער רב איז מעיד בשם זיין שווער ) ווייל אין דייטשלאנד איז נישט גיוועהן די מנהג פון גילוח נשים , נאר כיסוי ראש האט מען נישט גידארפט פאה נכרית , משא״כ אין אונגארן , ווי פרויען האבן זיך גישויהרן- אפגיגאהלט-איז גיוועהן א נאטירליך א פארלאנג פאר די שייטל
ממילא אז מפלעגט צודעקן ביי די חופה? מוז זיין אז די די תשובה רעדט פון שניידן??? אתמהה?? די תשובה רעדט פון צודעקן און טאקע פון די סעודה די רגע וואס מען ווערט א א״אצווייטנס , סתם וועגן צודעקן , האט מען
שוין מדקדק גיוועהן, ביי די סעודת חתונה , נאך די חופה וקידושין