פרשת כי תצא - יפת תאר

קענסט זיי פרעגן...

ווי ווייט איך פארשטיי איז עס נישט די איינציגסטע קשיא אויף זיי
און עס וועט נישט זיין דו איינציגע קשיא וואס זיי האבען נישט קיין תירוץ
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ער רעדט יא, ער באציהט זיך צום באקאנטן זוהר הקדוש פרשת נשא וואס די מגן אברהם אין הל' קר"ש ברענגט שוין אראָפּ שהחמיר על חוט שער שגורם ח"ו עניות וצרות ומגדלת בנים רעים.
אזוי האבן די אונגארישע יידן זיך געפירט, און ער (דער חת״ם סופר) גייט ארויף אויף דעם מנהג פון אפגאהלן דעם קאפ א צומארגן פון די חתונה נאכט ,
דער חת״ם סופר ווערט אויך גיברענגט אין שו״ת איגרות משה , ער האט עס אויך אזוי פארשטאנען, ער איז מעיר , אז אין פלעצער , ווי מען פירט זיך נישט אזוי , גייט עס אריין בגדר ניוול , און דער מאן קען מוחה זיין , אויב אין זיין מקום האט מען זיך נישט אזוי געפירט ,ער גיט אבער רעספעקט פאר די מנהג ווי עס איז איינגעפירט ,
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
אזוי האבן די אונגארישע יידן זיך געפירט
און ער ( דער חת״ם סופר)גייט ארויף אויף דעם מנהג פון אפגאהלן דעם קאפ א צומארגן פון די חתונה נאכט ,
דער חת״ם סופר ווערט אויך גיברענגט אין שו״ת
איגרות משה , ער האט עס אויך אזוי פארשטאנען
ער איז מעיר , אז אין פלעצער , ווי מען פירט זיך
נישט אזוי , גייט עס אריין בגדר ניוול , און דער מאן
קען מוחה זיין , אויב אין זיין מקום האט מען זיך נישט אזוי געפירט ,ער גיט אבער רעספעקט פאר די מנהג ווי עס איז איינגעפירט ,
שווער צו זאגן אזוי ווען אין סימן ל״ו איז דא א גאנצע תשובה וועגן צודעקן און דערמאנט נישט א ווארט פון שניידן
אין די צוואה פאר די קינדער רעדט ער אויך נאך פון צודעקן אינגאנצן און דערמאנט נישט שניידן פונקט ווי אין סימן ל״ו
די אגרות משה ברענגט אים זיך צו דינגען אז א טפח מעג יא זיין אויפגעדעקט נישט אז די חתם סופר הייסט שניידן עס שטייט בכלל נישט קיין ווארט פון שניידן אין סימן ל״ו

וואס יא אין קצ״ה רעדט ער פון שניידן אלס א פראבלעם פון כל העומד לקצוץ פאר כלות, אבער דאס קען מיינען אז מען האט קלענער געמאכט די האר כדי צו קענען צודעקן
 
שווער צו זאגן אזוי ווען אין סימן ל״ו איז דא א גאנצע תשובה וועגן צודעקן און דערמאנט נישט א ווארט פון שניידן
אין די צוואה פאר די קינדער רעדט ער אויך נאך פון צודעקן אינגאנצן און דערמאנט נישט שניידן פונקט ווי אין סימן ל״ו
די אגרות משה ברענגט אים זיך צו דינגען אז א טפח מעג יא זיין אויפגעדעקט נישט אז די חתם סופר הייסט שניידן עס שטייט בכלל נישט קיין ווארט פון שניידן אין סימן ל״ו

וואס יא אין קצ״ה רעדט ער פון שניידן אלס א פראבלעם פון כל העומד לקצוץ פאר כלות, אבער דאס קען מיינען אז מען האט קלענער געמאכט די האר כדי צו קענען צודעקן

מען קען זיך דינגען אבער האמת יורה דרכו.
ערשטנס, דער מנהג איז דאך דא, דאס איז א פאקט, און די אונגארישע רבנים וואס האבן מעורר געווען אויף דעם, האבן גע'דרש'נט אז מען זאל זיך אנהאלטן דעם מנהג. דער חתם סופר, פון אונגארן, איז מסתבר אז ער באציט זיך אויפן מנהג.
צווייטנס, סתם וועגן צודעקן, האט מען שוין מדקדק געווען ביי די סעודת החתונה, נאך די חופה וקידושין. אוודאי קען מען מאכן המצאות און אוקימתות, אז ער האט נאר געמיינט אביסל, ער האט נאר געמיינט א משל, אא"וו. ער האט געמיינט די מציאות, אזוי ווי די אונגארישע אידן האבן זיך געפירט אין פרעשבורג און אין אונגארן, און צוליב דעם איז אין אונגארן די שייטל געווען אן אנגענומענע זאך, כאטש אין דייטשלאנד נישט (ווי דער צאנזער רב איז מעיד בשם זיין שווער), ווייל אין דייטשלאנד איז נישט געווען דער מנהג פון גילוח נשים, נאר כיסוי ראש, האט מען נישט געדארפט א פאה נכרית. משא"כ אין אונגארן, וואו פרויען האבן זיך געשוירן - אפגעגאלט - איז געווען א נאטורליכע פארלאנג פאר א שייטל, וואס איז קלאר אין שולחן ערוך אז עס איז נישט קיין פראבלעם.
דער חתם סופר האט געשריבן אין זיין צוואה פאר יוצאי חלציו, אז זיי זאלן נישט חובש זיין קיין פאה נכרית, כאטש זיי זענען אפגעגאלט, און מען קען אויך זען די בילדער פון די נשים צדקניות, נכדי חת"ם סופר, אז אונטער זייער כיסוי הראש איז נישט דא קיין זכר פון א שערה.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
אבער די בודזשעט וויפיל ס'קאסט די פאה נכרית (שבת, חול, שמחות) איז דאך אומדערהערט, פארוואס זאל דאס צודעקן די הוילע קאפ קאסטן אזוי טייער?! די אשה כשירה וואס גאלט נישט, דארף נישט מער ווי א טיכל ווען זי גייט ארויס פון שטוב.
מען דארף דאך מאכן אז ס'זאל אױסזעהן װי עכט. נו, דאס קאסט אסאך געלט. שטעל דיך פאר װען קאָזמעטיקס אפעראציעס װעלן װערן מער פארגעשריטן און ס'װעט מעגליך זײן זיך צומאכן א פֿײס מאסק װאס זעהט אױס פונקט װי א עכטע פנים, װעלן אפשר די רבנים דאַן אױפקומען מיט נײע חומרות און פרױען װעלן מוז ארױסגײן מיט אזאָלכע מאַסקעס. ס'װעט קאסטן אַן אפױטיקי.
 
כאטש אין דייטשלאנד נישט (ווי דער צאנזער רב איז מעיד בשם זיין שווער ) ווייל אין דייטשלאנד איז נישט גיוועהן די מנהג פון גילוח נשים , נאר כיסוי ראש האט מען נישט גידארפט פאה נכרית , משא״כ אין אונגארן , ווי פרויען האבן זיך גישויהרן- אפגיגאהלט-איז גיוועהן א נאטירליך א פארלאנג פאר די שייטל
עפעס שטימט נישט דא. מילא פריער װאס @מן הסתם האט צוגעברענגט, האבן די רוסישע פרױען אנגעטוהן שײטלען כדי מען זאל נישט װיסן אז זײ זענען די פרױען װעלכע װאלטן די האר אבגעשניטן אדער עפעס אזױ. אבער דא? װאס האט גײן מיט א שײטל צוטוהן צו מען שערט זיך יא צו מען שערט זיך נישט?

אױבנאױף, איז גײן מיט א שײטל נוגע פאר בײדע. יעדער װאס דעקט זיך צו די קאפ אין גאס, אפגעגאָלט צונישט, קען נוצן די שײטל זיך שײן צומאכן!? איך װאלט געזאגט אז אפילו @מן הסתם'ס װערטער (לא כמו שיש הטועים שהפאה באה ממנהגי המשכילים וכו' שטימט עפעס נישט. קודם די צאַר האט נישט געװיסט אז אידישקעס האבן א מנהג צו שערן װײל זײ זענען געגאנגען צוגעדעקט און מיטאמאל האבן אלע פרױען מורא װײל דער צאַר'ס מענטשן קענען שױן אײנמאל אראפשלעפן זײערע טיכלען און זעהן אױב זײ זענען אפגעשױרן צונישט!?
 
צווייטנס , סתם וועגן צודעקן , האט מען
שוין מדקדק גיוועהן, ביי די סעודת חתונה , נאך די חופה וקידושין
ממילא אז מפלעגט צודעקן ביי די חופה? מוז זיין אז די די תשובה רעדט פון שניידן??? אתמהה?? די תשובה רעדט פון צודעקן און טאקע פון די סעודה די רגע וואס מען ווערט א א״א

מען קען זאגן היסטאריע און אריינלייגן זאכן וואס שטייט נישט און די תשובה, ער גייט ארויף אויף דעם און אויף דאס, אבער האמת יורה דרכו, אין די תשובה איז נישט דערמאנט א ווארט פון שניידן, די חת״ס זאגט נאר אז אונז זענען מקפיד אז די גאנצע האר דארף זיין באדעקט אפי׳ די זייטיגע האר

און אויף דעם דינגט זיך די איגרות משה
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top