טריגער ווארענונג פארוואס גייען אזויפיל אראפ פון אידישן וועג? לאמיר קלערן

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער
איך האב נישט דאס געזאגט, איך זאג אז די שורש דערפון איז טראמא

איינער וואס רייכערט איז א באם אבער נישט יעדער וואס רייכערט איז א באם...

אדער נישט יעדע באם רייכערט... איך געדענק אליינס נישט פונקטליך וויזוי סגייט

א באם גייט מיט גאלדענע גלעזער נישט יעדער וואס גייט מיט גאלדענע גלעזער איז א באם ...

איינער וואס האט זערא טראמא , טראמא קלין וועט געווענליך נישט ווערן otd אזוי מיין איך , יא אוודאי וועלן די odt שרייען אז סהאט זערא שייכות אבער סאבקאנטשעסלי מיין איך קימט עס פון טראמא
אוודאי וועלן די פרומע דאס זאגן ווייל עס קען דאך נישט זיין אנדערש ווייל אז איינעם גייט גוט ווי קען דען זיין אז ער זאל טראכטן אז עפעס איז ראונג מיט אידישקייט….
 
פארוואס מיינסטו אזוי?
די פאלק דא האט עס וויינגער ליב
רוב פאלק אין איזרעאל זענען גלויביגע אזוי צו אזוי
ווייל רחוב יפו איז א שפאן אוועק פון מאה שערים און א ארץ ישראלדיגע בחור קען גוט עברית און גלידערט זיך איין אין די אנדערע געמיינדע טשיקטשאק משאכ אין אמעריקא
 
איך פארשטיי בכלל נישט די פראגע פון די שנירל ( אויב איינער קען מסביר זיין) וויפיל יודן גייען דען אראפ פון וועג פערצענטועל? איז עס מער ווי אנדערע רעליגיעס? איז עס מער ווי אמאל?

ווען עס זאל ווען פלוצלינג אנהייבן אראפגיין 20% יודן ווען בעפאר איז נאר געווען 1% פארשטיי איך די פראגע אבער אזוי ווי עס איז פארשטיי איך נישט פינקטליך וואס די פראגע איז

די פראגע פונעם שנירל קוקט אויס ווי מען זאל עפענען א שנירל און פרעגן דעם הארבן פראגע פארוואס אזויפיל קארס באקומען פלעטס?… מען קען פרעגן א פארקערטע פראגע פארוואס אזויפיל קארס באקומען נישט קיין פלעטס…

בקיצר מיין מיינונג, איך האלט זייט יודשקייט אדער סיי וועלכע רעליגיע זענען אייביג געווען געוויסע וואס זענען ארויס פונעם רעליגיע ווי זיי זענען אויפגעוואקסן
 
לעצט רעדאגירט:

איך אלס אן א״י׳דיגע געבוירענער און נישט פון מאה שערים נאר פון בני ברק
ביי די בילדינג וואס מיין טאטע וואינט איז ער די איינציגע חסידישע משפחה
האב איך נישט גערעדט כמעט קיין עברית ביז 4 חודשים צוריק וואס איך בין געגאנגען לערנען
איי וועסטו פרעגן פון ווי קען איך זיך אן עצה געבן
קיין ע״ה בין איך נישט און עברית האב איך געלערנט פון תנך און ספרי שו״ת און נישט פון רעדן
ועוד אז אינו דומה עברית פון א פרומע צו עברית פון א פרייע
 
האסט געקענט בעסער עברית ווי עני אמעריקאנער קאם אן
 
לאמיר ג'יין אזוי חוקר ודורש ווען דו וואונסט ווען אין אמעריקא וואלסטו געווארן otd?
 
לאמיר גיין אזוי חוקר ודורש ווען דו וואונסט ווען אין אמעריקא וואלסטו געווארן otd?
קען זיין
איך ווייס נישט
בדעה זיכער למעשה ווייס איך נישט
דאס הייסט אז קען זיין אז איך וואלט נישט ארויס אינגאנצן אבער בדיעה וואלט איך זיכער נישט געגלייבט
 
יעדע ארץ ישראל׳דיגע בחור, בעיקר פון בני ברק קען 10 מאל מער ע בעסערע עברית ווי עני אמעריקאנע בחור
 
דו מיינסטרים צו זאגן אז בני א"י קענען בעסער העברעאיש ווי בני חו"ל קענען ענגליש
 
יעדע ארץ ישראל׳דיגע בחור, בעיקר פון בני ברק קען 10 מאל מער ע בעסערע עברית ווי עני אמעריקאנע בחור
כ׳מיין די קשיא איז, אויב א ארץ ישראל׳דיגע בחור קען בעסער עברית ווי אן אמעריקאנע בחור קען ״ענגליש״
 
מן הסתם יא
ווייל אן א״י בחור מן הסתם קען ליינען חומש מיט שאר ספרי קודש מילא קען ער א ביסל בעסער ווי א א אמעריקאנע בחור וואס ליינט נישט קיין צייטונגען קען ענגליש
מיין עברית למשל איז נאר פון לערנען ספרי קודש
 
א אמעריקאנע בחור קען אויך קענען עברית בעסער פון ענגליש
פארשטייט זיך אויב ער זיצט און ער לערנט
כ'פארשטיי נישט וואס דו זאגסט.

ווי אין די וועלט קענסטו טרעפן חסיד'שע בחורים פלאפלען צו זייערע חברים אין די שפת המדינה?

נאר אין א''י האסטו דאס, אן אמעריקאנע בחור מוטשעט זיך געווענליך ווען ס'קומט צו רעדן ענגליש
 
אן אמעריקאנער בחור וואס לערנט אין אר"י לערנט זיך גאנץ גרינג אויס די שפת המדינה
 
כ'פארשטיי נישט וואס דו זאגסט.

ווי אין די וועלט קענסטו טרעפן חסיד'שע בחורים פלאפלען צו זייערע חברים אין די שפת המדינה?

נאר אין א''י האסטו דאס, אן אמעריקאנע בחור מוטשעט זיך געווענליך ווען ס'קומט צו רעדן ענגליש
ווען א אמעריקאנע בחור קומט קיין א"י כאפט ער זייער שנעל די שפת המדינה און רעדט העברייש

נישט יעדער קומט אין געשעפט קויפן מילעך און פרעגט ווי איז דא "מיץ פרה" - זאפט פון א קוה.....

און אגב איך ווייס נישט וואס דו וויסט אין ישיבה האב איך געלערנט מיט חו"ל בחורים איך בין געווען אין ב"פ מער ווי איינמאל אין מיין לעבן און איך האב נישט געזען זיי מוטשען זיך אזוי רעדן ענגליש עכ"פ זיי האבן גערעדט ענגליש אזוי גוט ווי איך האב געקענט העברעיש ביי די 22

ביז א האלבע יאהר צוריק וואלסטו מיך נישט געקענט פירן א נארמאלא שמועס אין שפת המדינה און היינט אויך קומט עס מיך זייער שווער, ליינען פארשטיין קען איך זייער גוט רעדן עס נעמט מיך צייט....
 
איך פארשטיי בכלל נישט די פראגע פון די שנירל ( אויב איינער קען מסביר זיין) וויפיל יודן גייען דען אראפ פון וועג פערצענטועל? איז עס מער ווי אנדערע רעליגיעס? איז עס מער ווי אמאל?

ווען עס זאל ווען פלוצלינג אנהייבן אראפגיין 20% יודן ווען בעפאר איז נאר געווען 1% פארשטיי איך די פראגע אבער אזוי ווי עס איז פארשטיי איך נישט פינקטליך וואס די פראגע איז

די פראגע פונעם שנירל קוקט אויס ווי מען זאל עפענען א שנירל און פרעגן דעם הארבן פראגע פארוואס אזויפיל קארס באקומען פלעטס?… מען קען פרעגן א פארקערטע פראגע פארוואס אזויפיל קארס באקומען נישט קיין פלעטס…

בקיצר מיין מיינונג, איך האלט זייט יודשקייט אדער סיי וועלכע רעליגיע זענען אייביג געווען געוויסע וואס זענען ארויס פונעם רעליגיע ווי זיי זענען אויפגעוואקסן
ס'איז זיכער מער ווי אמאל. אן האבן פונקטליכע סייענס, מ'קען זעהן טרענדס ווער ס'קוקט ברייט.
פוטסטעפס דארף צו האבן חשבונות פון עטליכע אין טויזנט, איך ווייס פון אנעקדאטן אז ס'וואקסט די לעצטע צייטן, און טויזנטער אנדערע גייען אליינס און דו הערסט קיינמאל נישט פון זיי.

ווען לוזער טווערסקי אדער שלום דין איז געגאנגען האט עס אויפגערודערט די שטאט. ס'איז געווען זייער פובליק און שמוציג.
אנדערע וואס גייען רוקן זיך ארויס און וואוינען אין מערילענד און דאס איז עס. א נייע לעבן. דאס נעמען יוסף קרויס וואס מ'קען איז ווי קראצן די טיפ פון די אייזבארג און זאגן כ'האב עס ארויס... אלע אלע קרייזן פארלירן פון אלע זייטן! מענער, ווייבער, קינדער, אייניקלעך און גאנצע משפחות! אזוי ווי דו הערסט.

און נאכדעם זענען דא גאר אסאך מענטשן ביי די עק (פרינדזש)

היינט צו גיין איז שוין א מעינסטריעם זאך, דו זעהסט דאך, ס'איז שוין דא ארגענעזאציע'ס פון זייער זייט וואס רעדן צו משפחות ארום דעם טאפיק. און קשר נפשי מאכט גרעסערע און מערערע מסיבות. און זיינע נומערן וואקסן און ער פארט ארום די וועלט צו פארקויפן זיינע קאוטישינג שיטות ביי אלע קרייזן ארטאדקאסישע קרייזן. מ'רעדט מער וועגן #ליבשאפט און נישט ארויסווארפן א קינד נא מעטער וואט...

איך פאר מיר האלט זיי רעדן מייסטנס גראבע שטותים און ס'איז בעסיקלי א שיינע פראנט און אינערליך שטופן זיי די "טראמא" און "יעדער איינער קומט סוכ"ס צוריק" נאראטיוו'ס וואס איז נישט אמת. פארט אבער איז א פרוף אז ס'ווערט מער און מער און מער אז מ'שעמט זיך ווייניגער מיט א קינד אדער קינדער וואס זענען אוועק, ווייל יעדער האט א באוועגונג וואס גייט לכאורה טרענדן אזוי פאר די נעקסטע עטליכע יארן.

אבער פארשטייט זיך ביז ס'איז א הייראט וואס פאלט צאם און ס'איז דא קינדער דעמאלטס וועלן די מאפיאנערן ווערן יד לאחים צו טוהן אלעס אין די וועלט צו האלטן די נעקסטע דור האסטידזש...

אפגערעדט ווען ס'איז א פרוי וואס קלערט פון גיין...

דו ביזט הייליג גערעכט, ווי @עמי און @שעפטאל האבן שוין ארויסגעברענגט אז דאס אז מ'גייט נישט איז נישט קיין תירוץ ס'איז א קשיא...
 
מן הסתם יא
ווייל אן א״י בחור מן הסתם קען ליינען חומש מיט שאר ספרי קודש מילא קען ער א ביסל בעסער ווי א א אמעריקאנע בחור וואס ליינט נישט קיין צייטונגען קען ענגליש
מיין עברית למשל איז נאר פון לערנען ספרי קודש
ממש אזוי?
א אמעריקאנע בחור קען אויך קענען עברית בעסער פון ענגליש
פארשטייט זיך אויב ער זיצט און ער לערנט

ווען א אמעריקאנע בחור קומט קיין א"י כאפט ער זייער שנעל די שפת המדינה און רעדט העברייש

נישט יעדער קומט אין געשעפט קויפן מילעך און פרעגט ווי איז דא "מיץ פרה" - זאפט פון א קוה.....

און אגב איך ווייס נישט וואס דו וויסט אין ישיבה האב איך געלערנט מיט חו"ל בחורים איך בין געווען אין ב"פ מער ווי איינמאל אין מיין לעבן און איך האב נישט געזען זיי מוטשען זיך אזוי רעדן ענגליש עכ"פ זיי האבן גערעדט ענגליש אזוי גוט ווי איך האב געקענט העברעיש ביי די 22

ביז א האלבע יאהר צוריק וואלסטו מיך נישט געקענט פירן א נארמאלא שמועס אין שפת המדינה און היינט אויך קומט עס מיך זייער שווער, ליינען פארשטיין קען איך זייער גוט רעדן עס נעמט מיך צייט....
איך בין שאקט דאס צו הערן פארוואס טאקע איז דאס דיין עקספיריענס ? אין חדר למשל לערנט מען נישט אויס די שפראך? האסט קיינמאל נישט אויפגעפיקט עברית פון ארימיגע מענטשן ? איך פארשטיי עס נישט
 
Back
Top