טריגער ווארענונג פארוואס גייען אזויפיל אראפ פון אידישן וועג? לאמיר קלערן

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער
א שאד, ס'איז אזא וויכטיגע שמועס אבער נעבעך so out of touch מיט לייף

אזויפיל שטותים כ'קען קוים ציילן וואס דא איז אלס צאמגעהאקט געווארן...

איינער אנדערש זאל מיר איבערנעמען..

1. ער האט א קינד אין די פרשה
2. הייבט זיך אן צו "גליטשן"
3. דיפרעסט
4. דראגס און אלקעהאל סטאריס גיסט זיך ווייל בעצם איז עס מיינסטנס א סובסטאנס אישאו...
5. די עטעאיסט איז א myth פון קרבן ציבור:rolleyes:
6. סתם איגנארנס איבער די לייפסטייל
7. מחיצות ביי די שבת איז נישט נאר צניעות נאר ווייל אסאך פרויען האבן מורא פון די מאן, וואס זאגסטו נישט? מאך העכערע מחיצות,
8. קאמפלעקס פון עלטערן מ'וועט מיך יא זעהן, מ'וועט מיך נישט זעהן...
9. מיין פעוואריט ווי ער לייגט אראפ וויאזוי א מאנרא אסיפה האט אינפארסירט די גדרי צניעות און חילי גיט אזא ווארף אריין נאכדעם פרעגט מען א קשיא פארוואס מ'גייט פון אידישן וועג. קעש!!\
10. טשיקנט ארויס/פליפט פלאפט ערגעץ צום סוף אז זיי זענען נישט קיין ארגענעזאציע צו זאגן וויאזוי צו פירן א שטוב, פרעג דעת תורה נאר צו געבן חיזוק
איי, ער פארקויפט סעמינארן פון א טעראפיסט? אלעס האט איין תירוץ וואס מ'זאגט נישט. קראנקער קולט. קראנקע עצות, אלעס איז קראנק. פשוט אסאך מענטשן צוזאמען זענען קראנק.

ועוד ועוד...

וואס מיינט געגליטשט? וואס מיינט די פרשה? וואס מיינט די דרעק? סא א קינד רייכערט שבת, א מיידל טראגט מער נישט די שטרימפ וואס דו האסט ליב, סא פאקינג וואט? ס'איז נישט איראן דא לאז יעדעם זיין זיך.

מ'מעג זיין פריי, די וועלט שטייט נישט אויף משה רבינו און נישט אויף מוהאמאד.
כ'ווייס נישט פארוואס אבער דו מיט דיינע רענטס דערמאנט מיך פון העשי טישלער🤣
 
מ'הערט אלס פון מענטשן וואס פארן אפ, אה ער איז נעבעך אפגעגליטש ווייל ער האט א תאווה צו פרויען/מיידעלעך... נעבעך, מ'הערט קיינמאל נישט די אנדערע זייט פון די מטבע ווי דער וואס זאגט דאס האט א תענוג גשמי פשוט אפצוקלצ'ן די טעג און נעכט אין מקוואות און בארביקיו'ס מיט מענער, זיך דרייען און טשילן מיט אזויפיל מענער...

#הילינג
 
מ'הערט אלס פון מענטשן וואס פארן אפ, אה ער איז נעבעך אפגעגליטש ווייל ער האט א תאווה צו פרויען/מיידעלעך... נעבעך, מ'הערט קיינמאל נישט די אנדערע זייט פון די מטבע ווי דער וואס זאגט דאס האט א תענוג גשמי פשוט אפצוקלצ'ן די טעג און נעכט אין מקוואות און בארביקיו'ס מיט מענער, זיך דרייען און טשילן מיט אזויפיל מענער...

#הילינג
ביסט אזוי גערעכט.

בפרט אויב איז אמת דער "וואס פארשטייט א גוי".
 
לעצט רעדאגירט:

פיינע פריקן סעקסי נייעס

איך האב דאס אזוי ליב... און די נאראטיוו פארט שוין ארום היתכן מ'טשעפעט א נישט געזונטן נעבעך :cry::ROFLMAO:

Go fuk yourself דו ווילסט נישט הערן די אמת ... וואס איז גאר מעינסטריעם, ביז יעצט, ווען ס'דא א פאדקעסט ווי על העולם כולו קען הערן און אבזערווירן... ס'פאסט נישט וואס? וועסט הערן מענטשן ביטשן יעצט, די זעלבע מענטשן וואס גייען קיינמאל נישט אויף די מידיא אדער אויף פאדקעסטס אליינס, אבער ס'באדערט זיי שטארק...

איך האב דאך געקאכט פאר געלעכטער... פון פורן, צו גיטין, מאריוואנא, סואיסייד, מאלעסטאציע... סעקסיסם קאמיוניטי...

א חסידישע קאמעדי שאו.

מיין פעוואריט שאלה: די רבי איז אפשר אביסל ברעינוואשד? 😢
 
לעצט רעדאגירט:
ווייסט וואס צוקוקער כאפן נישט, ער קומט אפשר אריבער אביסל כאניאקט, איך ווייס נישט איך בין אזוי אויפגעוואקסן אלע מיינע מלמדים און אפאר פון מיינע ראש ישיבות/מגידי שיעור האבן מער ווייניגער געטראכט ווי אים.

ווען איך האב געפרעגט מיין טאטע ביי די 9 יאר די כל כבודה שאלה האט ער אויך געענטפערט אזוי...
 
קענסט עלעבערעיטן?
פון איין זייט זאגט מען וואס פארשטייט א גוי און דער וואס פארט אפ און עסט נישט טשולנט, קוגל איז כאילו לעבט נישט די גוטע לעבן. פון די אנדערע זייט פארט מען אפ צוליב גויאישע תאוות??
 
פון איין זייט זאגט מען וואס פארשטייט א גוי און דער וואס פארט אפ און עסט נישט טשולנט, קוגל איז כאילו לעבט נישט די גוטע לעבן. פון די אנדערע זייט פארט מען אפ צוליב גויאישע תאוות??
איך שטעל עס שוין אריין אינעם ענציקלאפעדיע פון פיליזאפיע אלס דעם "Epicurean paradox" על שמך.
 
Dr. Darrel Ray א ריקאווערינג קריסט וואס גיט אסאך שיעורים איבער סעקסשועליטי און אנדערע נושאים פאר מענטשן וואס זוכן צו דראפן רעליגיע. זייער אינטערסאנט, ווארענונג איז advised

זיין בוך
Sex & God: How Religion Distorts Sexuality



 
פון איין זייט זאגט מען וואס פארשטייט א גוי און דער וואס פארט אפ און עסט נישט טשולנט, קוגל איז כאילו לעבט נישט די גוטע לעבן. פון די אנדערע זייט פארט מען אפ צוליב גויאישע תאוות??
Nice, קיינמאל נישט געמאכט די קאנעקשן, האסט נאך בעסער געמאכט מיין פוינט!
 
א בליק אינעווייניג אין דער שטודיע וועגן עזיבת הדת אין ארטאדאקסישע קרייזן
פון ד״ר משה קראקאווסקי'ס ווערק פאר די או. יו. OU

עס האט נישט קיין סימפעל ענטפער און אוואדאי האט עס נישט נאר איין ענטעפער עס איז קאמבינאציע פון עטליכענע סיבות שרייבט משה קראקאווסקי אין זיין פארש ווערק פאר די חינוך געוועב זייטל אין די או. יו. סייט.

ווען איינער וואס פרובירט צו נעמען איין ענטפער וואס דארף מכלומרשט צו פארענטפערן אט די שאלה איז פשוט און פראסט לייכטזיניג און םויך צו דערגיין על מה עשה ככה צו פארלאזן דעם מאמעס שויס און זיך לאזן גיין אין א וועג וואס איז נישט ליכטיג פאר איהם און ווייסט נישט ווי ער/זי גייט און וואספארא גליקען ער/זי גייט דארט אנטרעפן. עס איז נישט לייכט פאר געווענליכע קינדער צו מאכן אזא החלטה קוק וואס ער/זי לאזט אונטער זיך ווען ער/זי איז שוין יא מחליט דאס צו פרובירן. טאטע מאמע ברידדער שוועסטער חברים/ות קאמיונעטי און וואס נישט אלעס וואס ער/זי האט געהאט איז אין א געפאר צו ווערן פארוואנדעלד אין אש און פארעך מיט דעם שריט איז וואספארא גליק גייט אט דער שריט פאר איהם/איר טוהן וואס וועט זיין בעסער אין זיין/איר איצטיגער מצב?

עס דארף א שטערקערע דיון ווי סתם זיכען א איין איינציגע סיבה וואס איז דער גורם פאר די שריט ווייל א מענטש גיבט אויף צו פיהל פון זיין/איר לעבן ביים מאכן דעם שריט. און אויב וועסטו יא פרובירן צו צוקלעבן א סיבה דערצו זייט וויסען אז וואס דו טוהסט איז דו נעמסט אוועק דעם באטראפענעמ'ס בחירה אין וואס ער/זי איז בוחר וואס זי וויל טוהן מיט איר/זיין לעבן פאר סיי וואספארא סיבה. און דער וואס זאגט די סיבה אנטזאגט זיך צו אריינקוקען טיפער אין די חלק הנשמה פונעם באטרעפענדער און דן זיין פון א פלאץ וואס דער וואס זאגט אז די סיבה איז דאס אדער יענץ האט נישט קיין מינדעסטע אנונג וואס איז דער עכטער גורם צו דעם שריט.

זאגט משה קראקאווסקי "איך האב אנגעפירט מיט גאר א ברייטער פארשונג אין דעם OU סענטער, און איטעוויונירט כמה וכמה מענטשען אנשים ונשים כדי צו פארשטיין זייער נשמה, און זייער טאהט מיט דזשוינען דעם או.טי.די לעבנס גאנג. און מיט דעם ארטיקעל וועל איך אייך פארציילן אביסעל פון מיין פארש ארבעט, אבזערוואציע און אויפטרעף. און וואס דאס קען אונז לערנען אט די פארשעריי"

אין אלע שיכטן און קרייזן פון מאדערענע ארטעדאקסיע ביז חסידישע קהילות ווי סאטמאר, סקווער, בעלזא וכו' איז דא איין איינציגער ציל. אויפציען א קומענדיגער דור וואס וועלן לעבן ווי די עלטערן און היטן תורה ומצות ווי מען לערנט פאר די קומענדיגע דור אז זיי זאלן אויפוואקסען.

די אלע קהילות אינוועסטירן הודערטער מיליאמען דאלארן און מוסדות, שיהלן, דרשות קינדער פראגראמען וכדו' נאר מיט דעם איינעם ציהל אין מיינד. די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד עולם. איי די הייליגע זיידעס זאלן זיך מיען ביים בורא עולם.

מאכט זיך אז איינער פון די קהילות א אינגעל אדער מיידל דעסייד צו אוועק גיין פון די ליניע און ווארפט פון זיך אראפ דעם עול פון תורה ומצות, און רעליגיע ווערט עס א פערזענליכער פאטש אין פרצוף פאר די אינוועסטירער וואס האבן פרובירט מיט אלע כוחות אז דאס וואס פאסירט זאל נישט פארסירן. און דאס איז א דורך פאל פון די אינוועסטירער. זייער אינוועסטמענט איז געגאנגען מיטן פיטום אראף .


דורכ-אויס 29 אינטערוויוס וואס האבן פארלאזט זייערע קהילות און רעליגיע און דאס איז נישט קיין סטאטיסטיקס נאר א יעדעס פון די 29 מענטשען האבן מיר פארפיגט א שמועס פון לכה"פ א שעה אדער אין אסאך פעלער אפי' מער פון זייער לעבן נעראטיוו.

דער ציהל פון מיינע שמועסן מיט זיי איז נישט געווען צו וויסען אין דזשענעראל וואס איז דו סימפעל פשוטע סיבה פארוואס זיי האבן בוחר געווען צו אדורך גיין דעם שווערן דורך-גאנג און מאכן אזא באשלוס וואס אין זייער אסאך פעלער פארלירט מען אלעס וואס מען האט געהאט, אלע קשרים מיט א יעדן וואס איז זיי געווען ליב און טייער. לאזן זיך אריין אין א וועג וואס זיי ווייסן אפי' נישט וואס די דער אנדערע זייט פונעם וועג וועט זיי ברענגען. נאר צו פארשטיין טיפער די וועלט פון דעם אינדיווידיואל וואס האט געמאכט דעם החלטה, וואס האבן זיי געלערנט, וואס האבן זיי דערלעבט ביז זיי האבן געמאכט דעם שריט. און וויאזוי האט זיך זייער וועג אויבגעבויעט.

שרייבט ווייטער משה קראקאווסקי "מיר זענען געווען אין קאנטאקט מיט מענטשען פון אלע שיכטן און קרייזן, חסידים, ליטאים,מאדערענע ארטעדאקסישע, מוסדות פון גרעסערע און קלענער שטעט ווי ברוקלין, לעיקוואד, מאנסי, מאנרא, און אפי' קרית טאהש. ויהיה לפלא א יעדעס איינער איז געווען א געשיכטע בפנ"ע און צו דעם האבן מיר טאקע געוואלט צו קומען".

קודם א קורצע הקדמה:
דער טערמין “OTD” – איז א בריוויעישאן וועג צו זאגן “אוף די דרך” עס איז פשוט געווארן א פאלקס רעפרענץ, אבער פון אונזערע אינטערוויוען האבן נאר 14% פון די געזאגט אז זיי זעען זיך ווי טייל פון א "OTD קהילה".

די מערהייט האבן זיך נישט מתייחס געווען אין דעם, זיי האבן בכלל נישט געהאלטן אז זיי זענען בעצם טאקע או.טי.ד. זיי האבן נישט געפילט אז זיי זענען טייל פון א באוועגונג. זיי זענען פשוט מענטשן וואס האבן געפונען א וועג וואס זיי פיהלן אז דאס לעבן איז זיי בעסער אזוי, ווי איידער צו לעבן אזוי ווי מען לעבט אין די פאחאניאקטע פלאץ פון ווי זיי קומען .

די אלע מעשיות וואס ווערן פאר אונז ליינער און שוי קוקער אויף די שאוס וואס שפילן או.טי.ד.י שאוס וכדו' ווי חסידים אנטלויפן פון זייער שטאם זענען בכלל נישט אין רעפערענץ און רעפרעזענטירט נישט די אמתע מציאות וואס שפילט זיך באמת אפ. די מעשיות זענען געווענליך דראמאטישע אויסצוגען פון א פסכילאגישע שטאנדפונקט אז ווען און אויב איז עס אזוי געווען איז דאס און דאס די ווייטאג און די הרגשה פון די וואס גייען דאס אדורך. וואס מער דראמא אלץ מער וויוערס און סקאורס וועט די שאו באקומען, ממילא האבן די שאוערס אן אינטערעסע אסאך מער צו דראמאדירן די מעשיות און אויספילען מיט וואס מער דראמאטישע טראמאטישע פארבן.

רוב מענטשען וואס מאכן די מאוו Move וועלן דאס טוהן שטיל און איינגעהאלטן און מיט וואס ווייניגער פרסום שייך און וועלן זיך אפי' פרובירן צו האלטן מיט משפחה עכ"פ נאנט און וועלן נישט דראפן אוט א מיליאן פראצענט ווי אזי עס ווערט אויסגעשפילט פאר אונז.


די מאטיווען וואס מיר האבן געהערט פון די בארעפענדע אינטערוויונירטע מענטשען וואס האבן דאס געטוהן איז געווען א שאק און אומערווארטעד. מיר האבן בכלל נישט אין די ענגעל קיינמאל געטראכט אז דאס איז וואס עס דריקן די מענטשען.

איין און זייער א שטארקער דערהער און דאס וואלט איך געשטעלט די ערשטע אויף די ליסטע. רעליגיעזע אויטאריטעטישע פיגורן איז וואס דיסאפוינט די מענטשהייט זייער שטארק און דאס מאכט איהם פארלירן זיין טראסט אין די קהילה און קאמיונעטי אין ווי ער אז אנטבלאנגט. ד.ה. אזוי כמעט א יעדעס איינציגע אינטערוויו האט דערמאנט זיין רב, מלמד, ראש ישיבה, וועלעכער האט זיי באיזה אופן זייער שטארק דיסאפוינטעד וואס האט זיי געמאכט זאגן אז די גאנצער גאנג אין וואס איך גיי איז איין שטיק בול שיט (אקסען צואה) און דאס איז געווען גאר א שטארקער שטיף אויף פארנאויס צו גיין אוט פון די קהילה, חסידות, אדער גאר אפי' פאמיליע.

די וואס וואס האבן געהאט א שלעכטע ערפארונג מיט איינע פון די פריער דערמאנטע פיגורן האבן עס גענומען צו א לעוועל אז אויס די אוטאריטעיט איז אזוי און אזוי מוז זיין אז עס שטינקט פון קאף, און א יעדער איינער וואס איז אין די קהילה מיט א משהו אוטאריטעיט (העכער פון מיר אין די הייערקי) איז אזוי און די גאנצע ריליגיע האט אזא פנים (בדרך אגב, רעדענדיג מיט אסאך וויקטים'ס פון סעקסואלער אביוז אדורך ארויף געקוקטע מענטשען אים די קהילה חסידות, למשל א מלמד מגי"ש וכדו' האבן דעם ערפארונג, אבער עס איז אן עקסטערע שמועס פאר זיך).

אינטערסאנט אנצומערקן אז אסאך פון די וואס זענען אנגעווייטוגט/דיסאפויטעד אויף די הנהלה אדער משפיע מגי"ש מנהך וכדו' אבער פון זייער פערזענליכער רב/רבי דיין רעדן זיי נאך אלץ מיט נאסטאלגיע און שפירן זיך ווי ווען זיי האבן א טשויס צו טוהן וואס זיי האבן געטוהן אן פארלירן דעם רב/דיין/רבי אדער סיי ווער וואלטן זיי עס אזוי געדרייט. אבער אזוי ווי עס קע נישט פאסירן האבן זיי אפי' דאס אויך אויפ-געגעבן.

נאך אזאך וואס איז מערקווירדיג אין אסאך פעלער ווען דער טאטע און דער זוהן זענען אנדערשט אין זייערע יסודות הדת. דהיינו א ליטווישער טאטע און זיין זוהן האט מחליט געווען צו ווערן א חסיד, אדער סערקומסטענטשול איז איינער א ליטוואק און איינער א חסיד. דאס איז געווען (זעהט אויס) א דירעקטער רעזאלט אז דער זוהן זאל זאל נעמען אזא שריט (פרעיג מיך נישט פארוואס אין די פיסכילאגיע, איך ווייס נאך נישט. איך דארף עס סטאדיען)

אדער א מיידל וואס לערנט אין א שטרענגע סקול און אינדערהיים איז די שטוב זייער ליבאראל, אדער פארקערט א ליבעראלער סקול און א שטרענגער היים.

שאקינג אבער פארט. א משפחה וואס האט זיך געצויגען פון א"י קיין אמעריקא וואוינען ווען די קינדער זענען אלט געווען בערך אין די בר/בת מצוה יארן דאס האט געשאפן א קאנפליקט אין די קינדער וואס בלייבט נישט נאר אין קלאס רום.

און ווי אויך איז מערקווירדיג און מען קען עס הערן פון מאנכע וואס זענען אוט ספאוקען (נחי יאבו למשל) זייער אסאך מאל גלייכן די מענטשען פון ווי זיי קומען. זיי גלייכען די קהילה ווי זיי זענען אויפגעוואקסען געווארן און בענקען זיך אפי' נאסטאלגיש דערצו און האבן רעספעקט פאר די פלאץ ווי זיי זענען אויפגעוואקסען אבער שפירן אייעם סארי איי העד טו טעיק עי דיפערענט ראוט I'm sorry i had to take a different route


ווען די סיבה איז טראומע אביוז וכדו' זיי קען מען נישט הערן קיין פיפס וועגן זייערע פארגאגענגענהייט זיי וועלן פרובירן נישט צו רעדן פון די פארגאגענהייט און פארוואס זיי האבן געמאכט דעם שריט. יא מען וועט זיי כסדר הערן שעלטן און ברויזען אויף דעם שגץ און אויף יענער שגץ (געווענליך מלמדים ראשי ישיבות) אבער ער/זי וועט נישט רעדן פון זייער פעסט און וואס זייער החלטה איז צו געגאנגען, און וואס איז געווען שלעכט פארוואס זיי האבן עס געטוהן וואס האט זיי געמאכט דאס טוהן (דאס איז טאקע א קלארע סימן פון ויקטימ-הוד ווייטער, אביוז איז סעפערעיטעד דיסקאשען)

פון ארטאדאקסישע מאדערענע הערט מען גאר א צווייטער מעשה. מען שפירט און הערט נישט קיין אפשיי פון ווי זיי קומען אבער אויכעט נישט קיין רעספעקט, אדער נאסטאלגיע זיי זענען טאטאלי דריפטעד דיסקאנעקטעד דיסאסוישעיטעד, אבער נישט קיין איבעל רגזה אדער פרעכקייט אין זייערע ווערטער ווען זיי רעדן פון זייער פעסט.
זיי האבן נישט געהאט קיין שלעכטע ערפארונג מיט זייער אויבער-פיגורן וואס האט זיי געוויזן אז די עבודה איז בי. עס. ניטאמאל איז עס ביי זיי א מדובר נאר פשוטו כמשמעו פריקות עול במלוא מובן המלה. ריליגיע פארלאנג אסאך שמירה און זאכן וואס מען דארף אדער מען טאר נישט טוהן און זיי האלטן פשוט אדער ביים יא טוהן וואס אין ריליגיעזע סעטינגס איז עס א נוא נוא אדער הלאטן זיי נישט ביים יא טוהן (הלאטן פשוט נישט ביים לייגן תפילין מה לי צרה הזאת פרעשור, וויי Why)

און אינטערסאנט איז אז ווען מען רעדט מיט די מאדערענע וועלן זיי אייביג טשעלעדזשען און עס קומט פאר אז דאס איז טאקע די סיבה פון זייער פארלאזן די ריליגיעזע ךעבנס שטייגער ווי סעגרעגעישאן מענער און פרויען צוזאם-מישונג, אדער וועלן זיי באיזה אופן אריין ברענגען די דיסקוסיע צו LGBTQ וכדו' ווי זיי ווילן זיך פשוט נישט איינהאלטן צו טוהן זאכן וואס ציהט זיי יא צו טוהן. (מאכט נישט קיין טעות, איך זאג נישט אז זיי זענען ניטש לויעל אין ייערער מערידזשעס, אבער וואס איז דאס נישט פארברענגען און טאנצען ביי א חתונה מיט אנשים נשים וטף אין איין טאנץ. אדער אויב בין איך פארליב אין זכרות פארוואס זאל איך דערמיט האבן אן אישו אויך תורה'דיג, פארוואס מישט זיך תורה אריין אין מיין פראונאנונס.


היוצא לנו מזה וואאס וויל משה קראקאווסקי ארויס ברענגען מיט זיין שטודיע, און מיט די אינפארמאציע וואס זיין שטודיע האט געוויזן. עס איז נישטא אין דעם קיין פשוטער ווארום דארום סיטואציע. און א יעדעס איינציגער פאל זאסטו קוקען וואס דא גייט פאר און רעדן מיט דעם מענטש וואס דו ווילסט פארשטיין וואס און םארוואס ער האט געטוהן וואס ער האט געטוהן. און ווי אזוי דער יחיד איז אין זיין מצב. און טאמער דער יעניגער וואס דו ווילסט איטעוויען איז מסכים דיר צו געבן זיין לעבנס גאנג על מה עשה ככה. דאן האסטו אויף וואס דן צו זיין און האבן א מיינונג אבער נאר אין דעם פאל וואס דו אינטערווינירסט קיןן איין איינציגער פאל קענסטו נישט לערענען א קאמאן דינאמענעיטאר וואס דער מענטש האט מחליט געווען אז דאס לעבן וועט איהם גיין בעסער אזוי אדער א זי.

ער גייט ווייטער אין זיין ארטיקעל און שרייבט וואס מען קען טוהן צו פראטעקטן דען יוגנט פון גיין או. טי. די. אבער דאס איז בכלל נישט מיין כוונה צו שרייבן וועגן מיין כוונה איז פשוט. נעם נישט אלע או. טי. די. און מטך מיט זיי מחול לצדיקים. און דו פארשטייסט בכלל נישט וואס און פארוואס זיי טוהן וואס זייטוהן נאר טאמער ביסטו אמתדיג אינטערסירט צו הערן זיין פערזענליכע סטארי און ער איז מסכים מיט פול האנעסטי עס צו שערן מיט דיר דאן וועסטו וויסען אין זיין פאל פארוואס אבער קיין אנדערע פאל איז צו דעםן בכלל נישט דומה. עס איז נישטא קיין אנזעהנדע סיבה פארוואס די יוגענט פאלן היינט מער וויי אמאל (אויב איז עס בכלל אמת, עס איז פשוט די היימישע פאפיולעישאן איז גרעסער מיט א געוואלדיגער ציפער מען דארף קוקען אין די פראצענטען ווי אזוי זיי ריקן זיך נישט אין די נומבערס. און עס קען אויך זיין אז מיר זענען ווייניגער אבלייויעס דערצו ווייל די אינפארמאציע איז היינט אסאך מער מצוי און מיר ווייסן אלעס פון א יעדען איינעם על איזה דרך אשר לא דרך)

סוף פסוק סטאף מאכן חשבונות קוק אריין און זיך לעיב און לאז לעבן זיך נישט קיין פארוואס אין יענעם'ס לעבן עס איז נישט קיין נפק"מ דער פארוואס דער איינאייציגער נפק"מ איז אז ווען דיין ברידער שוועסטער חבר ווענד זיך צו דיר פאר סיי וואספארא הילף זיי דא פאר איהם/איר

א פרייליכען תמיד.

עד כאן תוכן דבריו פון משה קראקאווסקי אין זיין שטודיע גאר אין קורצן. מכאן להבא יהא זה חלקי מכל עמלי יה"ר אז מיינע ווערטער זאלן עושה רושם זיין. ה' שפתי תפתח ופי יגיד.

דער רעפארט איז 40-50 פעדזשיגער רעפארט. מאנכע וועלן נישט זעהן אין מיינע ווערעטער זיין אוטקאום איך האב פון די רעפארט ארויס גענומען דעם געדאנק אין נישט די חומר. די חומר וועט מיר נעמען זייער ליאנג צו שרייבן עס ליגט דערינען א ים מיט אינפארמאציע וואס קען זיין זייער אינטערס
יעדעס בלעטעל אן עקסטערער שנירל פאר זיך.

וואס וויל איך אבער מיט די שורות באטאנען ?

אין קורצן וויל איך בס"ה ארויס ברענגען אז מען קען נישט נעמען אן עקשאן וואס געשעהן ביי הונדערעטער מענטשען און מאכן א קאמען דינאמענעיטאר מיט איין בלענקעט און זאגן אז די אלע 100 מענטשען האבן עס געטוהן ווייל זיי זענען געווארן אביוזד אדער פאר סיי וואס. נישט איינער ריעקט צו א יעדעס עקשאן אין זיין לעבן ווי א צווייטער. א יעדענס תכינת הנפש פארנעמט אנדערש און וואס א צווייטער פארנעמט בכלל נישט.

לאמיר אויס שפילן ראובן און שמעון.

ראובן און שמעון ביידע בחורם'לעך פון נישט מער פון 15 יאר אלט ווערן אריין געשלעפט (נישט אויף איינמאל צוויי אנעדערע פעלער) אין א טיפער טינקעלער בעסימענט פון אן 21 יעריגער לוי א באוויסטע אביוזער אין שטאט און מאכט ראובן און שמעון פילן גוט, זאגט זיי צו גאלדענע גליקן, אבערדער מוזן זיי איהם אויס זייגען, אדער פארקערט וכדו' (לאמיר נישט ווערן גראפיש דא, באט יו געט די דזשיסט).

ביידע בחורים'לעך באקומען פון איינ און צוואנציג יעריגער לוי א גלאטע 100 דאללער ביל פארן טוהן דאס פאר איהם מיט איהם פשוט שכר טירחה. ראובן וועט ארויס גיין פון דארט און 5 מינוט ארום קען ער ווייטער טאנצען ולא נודע עס האט בכלל נישט אפעקטירט ער איז שוין 30 און 40 און ער גייט אן מיטן לעבן 100% קיין שום היקאף וועט ער נישט האבן פון די מעשה. מיט שמעון שפילט זיך אפ גאר א צווייטער מעשה. ער ווערט אינגאנצען צורידערט, ער ווערט אויס געלאשן, רעדט נישט צו קיינעם דערוועגן דרייט זיך ארום מיט א טשיף אויף זיינע אקסעל פארוואס האב איך עס געטוהן איך בין שילדיג איך בין שלעכט און פואן דא און ווייטער איז ער א קעיס כל ימי חייו בוז ער גייט צו די ריכטיגע טעראפי.

וואס מיינט דאס אז שמעון תחינת הנפש איז זייד און ווען מען טשעפעט מיט זייד קען מען עס נישט פאר-רעכטן מער. משא"כ ראובן איז וואל און איין קעמל איז עס מסדר אזוי ווי עס איז געווען.

די זעלבע קען געעהן מיט ביידע אנדערע סימפטאמען וואס אפעקטירט זייער לעבן אנדערשט וכו' ע"כ די שאלה פון וואס דאס אדער דאס קומט איז קיינמאל נישט קיין בלענקעט ענטפער. נישט א יעדער וואס ליידט איז געווארן אביוזד און האטאן אפברינגיניג וואס האט נישט געטויגט א יעדעס איינציגער קעיס איז א זאך פאר זיך.

עס איז די דזשאב פון די טעראפיסט נישט צו לייגן נאך א קלייענט אונטער די אדער די בלענקעט עס איז אן אייגענער נפש אן אייגענער נשמה וואס האט נישט קיין שום שייכות צו קעען דזשענעראל סטאדי. מענטאל העלט קען מען נאר סטאדיען אויף אן אופן ווי דו ווייסט אז דער יחיד איז דיין גייד נישט דו וואס דו מיינסט אז דו פארשטייסט און בוסט א מומחה איז דער גייד צום קלייענט דער קלייענט איז אן עולם מלא וואס דו דארפסט צו טוהן איז נאר איין זאך זיין עולם מלא זאל זיך אנטוויקלען מיט זיינע אייגענע כוחות וואס דו טעראפיסט דארפסט איהם העלפן טרעפן. און אולי אזוי וועסטו מצליח זיין איהם צו טרעפן און העלפן.
 
לעצט רעדאגירט:
א שאד, ס'איז אזא וויכטיגע שמועס אבער נעבעך so out of touch מיט לייף

אזויפיל שטותים כ'קען קוים ציילן וואס דא איז אלס צאמגעהאקט געווארן...
כ'האב צוגעהערט דערצו. גראדע גאנץ מעסיג. כ'האב הנאה געהאט פון גדליה מילר. ער מאכט אפילו א חילוק צװישן דיע װאס גליטשן אינג און דיע װאס גײען אין עדאָלטהוד.
נאר לצערי האבן זײ ציװײניג דיסקוסירט די עצם נושא פון אװעקגעפאלענע יוגנט. דער עיקר האבן זײ גערעדט פון די אַררעינדזשמענטס, פײנענץ און סדר-היום. אונז שטעלן מיר דאס צו, יענץ צו. ס'קאסט מיר אזױפיהל און אזױפיהל. ס'זעהט אױס מער װי אַן אפּיעל פאר געלט אדער בּאַטײליגטע װי אײדער א אפענהארציגע אינטערװיאו איבער די סובדזשעקט װאס איז לײדער אזױ װיכטיג. ס'קוקט אױס װי גדליה איז מער הײפּד עֶבּאוט די שבתים און פארברענגען װי עבאוט די קינדער װאס גליטשען. און, כ'פארשטײ נישט פארװאס רוב צײט, קען מען נישט זעהן נאר גדליה'ס האלבע פנים.

נעקסט, האף איך, אז ס'קומט אן ארגענאזאציע װאס טוהט אױף למען קינדער װאס זײערע "עלטערן" זענען אופּגעפארן, אז מ'זאל זעהן אז יענע עלטערן זאלן דארטן אױך בלײבן בקשר מיט די קינדער.. אינטערעסאנט, אז דערװײל האלט נאכנישט גדליה ודומיו אז דארט איז עס אזױ װיכטיק..
 
כ'האב צוגעהערט דערצו. גראדע גאנץ מעסיג. כ'האב הנאה געהאט פון גדליה מילר. ער מאכט אפילו א חילוק צװישן דיע װאס גליטשן אינג און דיע װאס גײען אין עדאָלטהוד.
נאר לצערי האבן זײ ציװײניג דיסקוסירט די עצם נושא פון אװעקגעפאלענע יוגנט.
גדליה מיינט מסתם נישט קיין שלעכטס, זיינע כוונות זענען לכאורה גוטע, ער האט א טאכטער וואס איז נישט פרום, און האט זיך נישט אלס גוט געלעבט מיט איר און היינט זענען יא אינגוטן און זי איז אפילו פארמישט אין זיינע שבתים לויט ווי איך הער פון מיין מאמע וואס גייט דארט.
דער עיקר האבן זײ גערעדט פון די אַררעינדזשמענטס, פײנענץ און סדר-היום. אונז שטעלן מיר דאס צו, יענץ צו. ס'קאסט מיר אזױפיהל און אזױפיהל. ס'זעהט אױס מער װי אַן אפּיעל פאר געלט אדער בּאַטײליגטע װי אײדער א אפענהארציגע אינטערװיאו איבער די סובדזשעקט װאס איז לײדער אזױ װיכטיג. ס'קוקט אױס װי גדליה איז מער הײפּד עֶבּאוט די שבתים און פארברענגען װי עבאוט די קינדער װאס גליטשען. און, כ'פארשטײ נישט פארװאס רוב צײט, קען מען נישט זעהן נאר גדליה'ס האלבע פנים.
וואס דען זאל ער רעדן? ער האט עצות? זיין גאנצע אפראוטש איז דאך צו רופן רעדנערס ווי יעדע אנדערע צאמקום, חבורה, געיטעוועי. און ער טריפט בעיקר אויף. Teens at risk סופארט, און רעדט 0 פון די פאקט אז דעפעקטירער אין די חרדישע וועלט איז up ווי קיינמאל בעפאר. ס'איז ס'איז דאך דא א גאנצע אנדערע קאטעגאריע פון מענטשן וואס גייען, און מענטשן וואס גייען נישט אבער סתם הייבן נישט אן אריינצובלענדן און זענען ווי די קנאבל אין די מאראנץ שאלאכאץ.

דאס אויסצומישן, אדער נישט קלאר מאכן פון וועם מ'רעדט און פון וועם מ'רעדט נישט, נאר לאזן פאלן vague לאזונגען "א קינד אין די פרשה” און ”דער דיין האט אויך א קינד אזוי” ווייזט אויף זיין פערזענליכע עקספירענס און נישט פראפעסינאלע בעיקראונד.

אבי פישאף איז נישט צופיל בעסער
נעקסט, האף איך, אז ס'קומט אן ארגענאזאציע װאס טוהט אױף למען
כ'ווייס נאכנישט וואס ער טוט אויף, ווייל ער אפיעלט און רעדט ווי מ'רעדט צו א חבר ביים פול ווי דו זאגסט, און איך בין מסכים האלא איך בין גוטע נייעס, ס'איז געווען א פעסטע קומזיץ מיט א בארביקיו, אבער ער מאכט עס קלאר אויך אז זיין ארגענאזציע איז דוקא נישט קיין קרבתנו נאר א חיזוק שמועס, מיט די מענטשן אין נארט קארעא, ניו יארק קען שוין מען נישט וויסן ווען מ'מיינט עס ערנסט צו ווען מ'מיינט נאר די עושר וואס וויל הערן פרעג מיך נישט, פרעג דיין רב.

די זעלבע צופראסקעטקייט וואס הערשט מיט יונתן שווארציסם... גיי צו דיין דעת תורה... א מינוט פליישיג א מינוט פארווע. סא אז ער גייט צו זיין דעת תורה קען ער דאך שוין גיין צו א דעת תורה וואס זאל סקרעפפן דיין גאנצע שידוך ריפארם ווייל זיין איגאו זאגט אנדערש?....

the blue balls איז דאך געפערליך... אבער, אז ס'איז טאקע נאר חיזוק, איז עס גאר א שיינע און וויכטיגע זאך און די עלטערן דעזערוון דעם outlet אבער איך פיל נאר שלעכט ווען פון די אלע זאכן בלייבט מען מיט צופלויגענע געדאנקען פון drug prevention און יעדער קומט אייביג צוריק... אטעאיסם איז בולשיט... Come the f*** on וואס רעדסטו גרויס?
 
איך האב נישט קיין צייט דורכלייענען דעם גאנצן אשכול אבער דער קעפל איז לעניות דעתי א שקר.

אמאל פלעגט מען מער אפפארן פון אידישן וועג. קיינמאל אין היסטאריע זענען דא אזויפיל פרומע ווי היינט.

אמאל ווער עס איז געווארן אפגעפארן האט געמופט קיין לאנג איילענד און קיינער האט נישט געוויסט צו ער לעבט נאך צו נישט.

ס'איז נאר אן אפענער וועלט פון סאשל מידיע ווי יעדער שמויגער האט וואצעפ אין טוילעט ווען ער גייט הכנות. איז אויב האבן מיר קאנסטעפעישן שעלטן מיר אונזער סיסטעם.... און דער עולם מיינט אז מיר פארן אפ.
 
עניוועיס, א שיינע אנאליז. א דאנק
עס איז נישט מיין אנאליז. איך האב געזעהן די ווערק אין די רעפארט. בדרך אגב איך האב געמיינט איך בין א גאנצער חכם איך האב געטראפן עפעס וואס קיינער ווייסט נישט, און דא זעה איך אז איך בין אין א קרעמל מיט אויס גערופענע ידענים אלע האבן צו געצייכענט דעם ווידעאו (וואס איך הא נישט געוואוסט אז עס עקזעסטירט) און דא זעה איך איך פארצייל אפי' נישט קיינע חידושים.

אונזערע קרעמעלער קען מען גארנישט מחדש זיין זיי וויסען אלעס.

מיר האבן דא האמבעלד, קליגע, נשמהדיגע ניקס אלעס וואס מען דארף האבן פאר אזא שטיבעל ווי מען קען זיך ווייקן אין תורה און חסידות.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top