פסח, דער יו"ט פון מיסטראסט

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
1,098
רעאקציע ראטע
5,314
די גמ' אין מס חגיגה סוף פונעם צווייטן פרק און דעם גאנצן לעצטן פרק ארבייט די גמ' אריין איבער הלכות טומאה וטהרה און ווי ס'מאכט אויס צב"ש לגבי תרומה און קדשים און ווי אויך לגבי אנדערע זאכן ווי למשל מי חטאת וכו' אויך ארבייט די גמרא אריין דארט איבער חברים ווס. עמי הארצים וואס מ'האט אלץ גוזר געווען אלץ טומאת עם הארץ, פארוואס און ווי ווייט ס'גייט, אבער נאך אלע טראסט אישוס וואס איז געווען פון די חברים קעגן די עמי הארצים איז געווען אבער געוויסע זמנים וואס דאס איז געווען די דריי ימים טובים, פסח, שבועות, און סוכות, וואס דאן זענען אלע אידן ארויף געגאנגן קיין ירושלים צום בית המקדש עולה רגל זיין, וואס די חברים האבן יא געטראסט די עמי הארצים און האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם זיך צו מישן סיי מיט די כלים און סיי דירעקטלי מיט עסן וואס די עמי הארצים האבן צוגעשטעלט, וואס אגאנץ יאר איז עס געווען בבל יראה ובבל ימצא אז אויב איז עס געמאכט געווארן דורך אן עם הארץ האט עס דער חבר נישט געגעסן מער אדער נישט געניצט די כלים.

אבער אזוי ווי ס'בוכאשעם אכשר דרא, און וואס א דור גייט אריבער ווערן מיר אלץ מער פרומער איז שוין היינט צו טאגס פארהאן א מורא'דיגע פרומקייט ביי די היינטיגע סטייל חברים/חסידישע אידן וואס ווערן לכאורה פאררעכענט פאר די היינטיגע סטייל חברים, זיך נישט צו מישן איינער מיטן צווייטענס עסן אדער כלים פאר כמעט אגאנץ יו"ט פסח, "אונז מישן זיך נישט" גייט דער סלאגן אדער "ביי אונז האט מען זיך נישט געמישט" פארוואס? ווייל יענעמס קולות/חומרות זענען דאך נישט מיינע, אמער, איך בין דאך א גרעסערער מחמיר ווי מיין שכן/חבר, דערפאר, פאר זיבן טאג רופן מיר אויס אז מיר זענען אלע קאנסידערט ווי חברים און עמי הארצים איינער צום צווייטן אבער דעם אכטן טאג אחרון של פסח דאן ווערן כל החסידים חברים.

אין די תורה זעהט מען אויך ביים קרבן פסח ווי גאט זאגט ואם ימעט הבית מהיות משה ולקח הוא "ושכינו" די תורה האט בכלל נישט געהאט דעם פראבלעם פון זיך מישן איינער מיטן צווייטן אום פסח אבער מיר ברויכן דאך שטענדיג זיין פרומער פון גאט. אינטערעסאנט איז אז בזמן שבהמ"ק היה קיים האבן די חברים מורא געהאט פון דאורייתא'ס לגבי טומאה וטהרה האבן חז"ל פון יענע צייט אוועק געשטעלט גזירות און הרחקות אבער מיט דעם אלעם האבן זיי נאכאלץ געפונען געוויסע צייטן אין יאר אין אין דעם זעלבן פלאץ וואו זיי האבן אגאנץ יאר מורא געהאט ס'זאל נישט צוקומען צו מכשולות פארט יא געטראסט יעדן איד און זיך מאחד געווען מיט אלע אידן אבער מיר פרומע חסידישע אידן קענען נישט געפונען דעם פלאץ פאר כמעט גאנץ יו"ט פסח.
 
אזוי אויך מיט געבראקס, מעשין מצה, עסן וואס מען קען נישט שיילן, וכו׳. אבער ישן וואס איז א ספק דאוריתה האט מען אין בוידעם.
 
די שנירל דא איז ביי הלכה פארום.

איך מיין אבער מען דארף עפענען א פרישע סובפארום פאר זאכן וואס זענען דירעקט נישט הלכה...

פארום "מנהג ישראל תורא".

(איך האב שוין לאנג א חלום ארויסצוגעבן א ספר מיט דעם נאמען, אלס קאנקורענט פארן ספר "מנהג ישראל תורה".)
 
נו, קענסט אנהייבן מיט'ן ספר דא אין קרעמל און צוביסלעך ארויסגעבן חלקים דערפון, ס'וועט מן הסתם האבן עטליכע דיקע בענדער
 
אויך איז דא א קפידה אז די חומרות זאלן נישט מאכן קיין סענס. אויב סמאכט סענס איז עס אט די ווינדוי...

אז מען רעדט שוין איינער ווייסט פארוואס קנאבל איז אסור צו עסן פסח?
 
לעצט רעדאגירט:
אויך איז דא א קפידה אז די חומרות זאלן נישט מאכן קיין סענס

אז מען רעדט שוין איינער ווייסט פארוואס קנאבל איז אסור צו עסן פסח?
עפעס מיט אמאליגע צייטן, בערך אזוי ווי קטניות. בקיצור צוויי ווערטער "גלות פראבלעמען"
 
אויך איז דא א קפידה אז די חומרות זאלן נישט מאכן קיין סענס
די גאנצע קטניות איז אויך ממש ארויס פון אלע גרעניצען, איך קען א משפחה וואס עסט נישט קיין רויע פיקל אין פסח וועגן חשש קטניות וועגן די קערעלעך לכאורה, און איך טאר נישט לאכן דערפון
 
ס'איז א pick and choose, ביי יעדער איינער אנדערש.

ביי אונז איז געווען די מסורה:

1. כלל גדול, "מ'מישט זיך נישט!"
2. טשאקלאד יא (ווייל ס'איז גוט)
3. גרעיפ זשוס פון קדם יא (ווייל ס'איז געשמאק און ווייל קדם איז א היימישע פירמע, אבער נאר גרעיפ זשוס)
4. אראנזש זשוס איז אזוי: פאר די זיידע קוועטשט מען אליין אראנזשעס (ווייל די באבע זאל ח"ו נישט האבן קיין מינוט צו אטעמען, א זכר צו דעם וימררו את חייהם - אלו הנשים...)
די טאטע טרונק נישט בעצם די געקויפטע אראנזש זשוס, חוץ אויב מ'איז אין zoo און ס'איז נישט דא עפעס אנדערש.
5. די קינדער פאר די בר מצוה מעגן עסן אלעס ווילאנג זיי זיצן שטיל אין קאר אויפן וועג צום סאפארי.

ועוד ועוד... ואי אפשר לפרטם כי רבים הם.
 
איך האלט שוין לאנג מען וואלט געדארפט מאכן אזא אפלויף דאטום פאר דעי אלע איסורים און מנהגים און ווען די אפלויף דאטום קימט זאלן זיך די רבנים פון דאסניי זיך צאמזעצן צו עס מאכט סענס צו נישט

נשתנו העיתים אפשר זענען די חששות פון דעמאלטס נישט שייך היינטיגע צייטן. אפשר איז דער דור צו שוואך פאר אזאלעכע גזירות. און אזוי וועט מען אפמאכן צו מען גייט ווייטער דערמיט...
 
גאראנטירט אז רוב רובו פון די רבנים וועלן נישט האבן די בּצים צו עקספּייערן מנהגים. שטעל דיך פאר ווען סאכדעס מאכט אזא מיטינג און די בני יואל קומט ארויס מיט א שארפע מחאה און צו זיי שלעפן זיך נאך אסאך פון די פרומערע סארט ווי למשל די יאוואזשנע חברה מיט פארעווע זאליס מיט עטליכע קאשויער, די זאך איז אויווער נאך איידער ס'האט געקענט עקספּייען. און ווייטער ווען מאדערנע רבנים אדער מזרחישע רבנים טענה'ן אויף אסאך מנהגים אז ס'גייט שוין היינטצוטאגס נישט אן, ווער פון די פרומערע מחנה הערט דען זיי אויס? זיי זענען דאך נישט פון אונזערע!
 
ער מיינט צו זאגן, אז לכתחילה ווען מען פירט איין א נייע מנהג/חומרא, זאל עס שוין גלייך קומען מיט א עקספערעישען דעיט.
 
די גאנצע קטניות איז אויך ממש ארויס פון אלע גרעניצען, איך קען א משפחה וואס עסט נישט קיין רויע פיקל אין פסח וועגן חשש קטניות וועגן די קערעלעך לכאורה, און איך טאר נישט לאכן דערפון
מיין זיידע עסט נישט קיין פיקעל, ער האט מיר אמאל פארציילט א מעשה מיט די שר שלום אז ער האט עס נישט געוואלט עסען ווייל ער האט עס נישט ״געזעהן אינדערהיים״ און ס׳האט זיך טאקע אויסגעשטעלט אז ס׳געווען א חשש חמץ……. האב איך אים געפרעגעט אויב ער עסט עס נישט אלץ זכר לנס.
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין מ'קען מאכן א קאנטעסט פון די מערסט קריאזע און פאררוקטע חומרות וואס מענטשן האבן אלס. ווער האט געהערט פון מער עקסטרעמע זאכן אדער ביי וועמענס משפחה דרייען זיך די ראדיקאלסטע מנהגים (ספוילער, כ'האב מורא איך וועל געווינען..)

איך וועל גיין פתיחה:
שמאלץ
אויפקאכן צוקער און זאלץ
נישט נוצן קיין פאטעטא סטארטש
נישט נוצן פלעסטיק געשיר אדער טישטיכער
גארנישט געקויפט, נישט קיין מילכיגס, נישט קיין נאש פאר קינדער, נישט קיין גרעיפ דזשוס אדער וויין.
שטעלן וואסער פאר פסח
נישט נוצן שעמפאא מיט זייף אנע הכשר
זאלצן פלייש אליין
קאכן אלעס (וואס מ'קען) פאר פסח

ועוד היד נטויה.
 
@אלפא, בלינק שטארק אויב דארפסטו איך זאל שיקן איינעם (וואזנער?) דיר צו ארויסראטעווען פון גוטעמאלא...

איך האב באמת נישט געוואוסט פון האלב פון דיין ליסטע, און איך האב געמיינט איך בין אויפגעוואקסן אין א פרומע שטוב.

נישט צום גלייבן וואס מ'קען אלס מאכן פון אידישקייט.
 
איך מיין מ'קען מאכן א קאנטעסט פון די מערסט קריאזע און פאררוקטע חומרות וואס מענטשן האבן אלס. ווער האט געהערט פון מער עקסטרעמע זאכן אדער ביי וועמענס משפחה דרייען זיך די ראדיקאלסטע מנהגים (ספוילער, כ'האב מורא איך וועל געווינען..)

איך וועל גיין פתיחה:
שמאלץ
אויפקאכן צוקער און זאלץ
נישט נוצן קיין פאטעטא סטארטש
נישט נוצן פלעסטיק געשיר אדער טישטיכער
גארנישט געקויפט, נישט קיין מילכיגס, נישט קיין נאש פאר קינדער, נישט קיין גרעיפ דזשוס אדער וויין.
שטעלן וואסער פאר פסח
נישט נוצן שעמפאא מיט זייף אנע הכשר
זאלצן פלייש אליין
קאכן אלעס (וואס מ'קען) פאר פסח

ועוד היד נטויה.
עסן די מצות גלייך פון א פלאסטיק ארויס.
די גרעסערע מחמירים טוהן אזוי,
עסן קודם די מצות ביי די סעודה און נאכדעם זיך אפשאקלן פון יעדע ברעקל מצה כאילו ס'חמץ, נאכדעם עוקר זיין די שולחן, און הערשט נאכדעם עסט מען די סעודה אהנע מצות.
עסצייג וואס איז אראפ געפאלן אויף דער ערד ניצט מען נישט ביז אחרון של פסח.
אחרון של פסח ווען ס'געפאלט אום זונטאג ווי היי יאר קאכט מען נישט קיין קניידלך.
 
אויך איז דא א קפידה אז די חומרות זאלן נישט מאכן קיין סענס. אויב סמאכט סענס איז עס אט די ווינדוי...

אז מען רעדט שוין איינער ווייסט פארוואס קנאבל איז אסור צו עסן פסח?
דאכט זיך מיר אז ס'איז א פרי מגדים וואס שרייבט אז ס'איז אסור אזוי געדענק איך אז איך האב אמאל געהערט פין איינעם..
 
מיין זיידע עסט נישט קיין פיקעל, ער האט מיר אמאל פארציילט א מעשה מיט די שר שלום אז ער האט עס נישט געוואלט עסען ווייל ער האט עס נישט ״געזעהן אינדערהיים״ און ס׳האט זיך טאקע אויסגעשטעלט אז ס׳געווען א חשש חמץ……. האב איך געפרעגעט אויב ער עסט עס נישט אלץ זכר לנס.
דאכט זיך מיר אז דער מעשה גייט מיט געהעריגע אונגערקוס (קוקאמבער'ס) אין ביי דער פריעדיגע בעלזער רבי רבי ישכר בער ז"ל (דער שווער פון @חוקר ודורש )
 
עסן די מצות גלייך פון א פלאסטיק ארויס.
יאו ברענגסטו מיר ארויף קאשמארן... ביי מיין שווער האב איך איינמאל געהאלטן א מצה און די הענט און געגעסן..
די שפיזגע בליקן וואס איך האב געכאפט פון מיין שווערס עלסטע זוהן וואס זיי זענען כידוע די לאו אינפארסמענט פון זייער טאטן..
ס'גייט מיר נישט ארויסגיין פון די ביינער..😱
 
זייט יענע מעשה, לאז איך נישט אריין ברענגן מצה ביי מיר און שטוב גאנץ פסח..
איך האב מורא אז די מצה איז חמץ, און וועיגן דעים וויל נישט מיין שווער ס'זאל אנרירן די פסח'דיגע געשיר..
איך נעם נישט קיין טשענטסעס.
 
Back
Top