פסח, דער יו"ט פון מיסטראסט

זייט יענע מעשה, לאז איך נישט אריין ברענגן מצה ביי מיר און שטוב גאנץ פסח..
איך האב מורא אז די מצה איז חמץ, און וועיגן דעים וויל נישט מיין שווער ס'זאל אנרירן די פסח'דיגע געשיר..
איך נעם נישט קיין טשענטסעס.
גארנישט קיין ווערטל, עס איז דא א חומרא איך האב פארגעסן די מקור, אז מען עסט נישט קיין מצות גאנץ פסח, חוץ די חיובים.
 
גארנישט קיין ווערטל, עס איז דא א חומרא איך האב פארגעסן די מקור, אז מען עסט נישט קיין מצות גאנץ פסח, חוץ די חיובים.
אבער מאכן די דישעס מער הייליגער ווי די מצות.. איז מיך שווערער צי פארשטיין ווי ידיעה/בחירה
 
איך האלט שוין לאנג מען וואלט געדארפט מאכן אזא אפלויף דאטום פאר דעי אלע איסורים און מנהגים און ווען די אפלויף דאטום קימט זאלן זיך די רבנים פון דאסניי זיך צאמזעצן צו עס מאכט סענס צו נישט

נשתנו העיתים אפשר זענען די חששות פון דעמאלטס נישט שייך היינטיגע צייטן. אפשר איז דער דור צו שוואך פאר אזאלעכע גזירות. און אזוי וועט מען אפמאכן צו מען גייט ווייטער דערמיט...
דאס איז זייער א
slippery slope
ווייל ס׳וועט אימפּלייען אז אידישקייט זאל לכאורה מאכן סענס
 
איך האב געהערט אז אין חב"ד עסט מען נאר געבראקטס א יאר פאר א עיבור יאר, כדי ס'זאל זיין גאנצע 12 חדשים פאר די קומענדיגע פסח.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך מיין מ'קען מאכן א קאנטעסט פון די מערסט קריאזע און פאררוקטע חומרות וואס מענטשן האבן אלס. ווער האט געהערט פון מער עקסטרעמע זאכן אדער ביי וועמענס משפחה דרייען זיך די ראדיקאלסטע מנהגים (ספוילער, כ'האב מורא איך וועל געווינען..)

איך וועל גיין פתיחה:
שמאלץ ✅
אויפקאכן צוקער ✅
נישט נוצן קיין פאטעטא סטארטש ✅
נישט נוצן פלעסטיק געשיר אדער טישטיכע ✅ לכתחילה
גארנישט געקויפט, ✅ נישט קיין מילכיגס, נישט קיין נאש (פאר קינדער) נישט קיין "חוץ" גרעיפ דזשוס אדער וויין. ✅
שטעלן וואסער פאר פסח ✅
נישט נוצן שעמפאא מיט זייף אנע הכשר ✅
זאלצן פלייש אליין ✅
קאכן אלעס (וואס מ'קען) פאר פסח ✅

ועוד היד נטויה.
כן נהיגא גבן
ועוד דלא אכילנא שרויה באחרון של פסח מפני כבוד היום
 
כמעט א שירעם נאכן רעגן, סאיז דאך נאך פאר פסח וואס איזה מיט דיר ? אההה
נו צום פינטעל
איך האלט אן אלע חומרות פון מיין טאטען שמאלץ, מצות און פלאסטיק, בקיצור אבער חוץ 2 קליינעקייטן טוה איך אנדרעש.
איך שריי נישט, מ'מאכט פון אלעם פאן, יא ממש די גאנצע הויז ווערט פרייליך מ'מאכט מאסט סטוטזיך את מחי, און 2 און בעדראם פריווייט בין איך גאר נישט מחמיר ......
 
דאכט זיך מיר אז ס'איז א פרי מגדים וואס שרייבט אז ס'איז אסור אזוי געדענק איך אז איך האב אמאל געהערט פין איינעם..
דער פרי מגדים שרייבט אז עס האט נישט קיין מקור אבער מען זאל נישט מקיל זיין בפני ע''ה
 
איך בין זייער נייגעריג וועלכע חומרות איז דא פסח אין בעדראם וואס דו ביסט נישט מחמיר....
לאז מיר דיר מסביר זיין ברחל בתך הנאקטע,
חומרות מיין איך אלעס און לעבן,
לגבי פסח איז עס ליעדי פינגער און טשאקלעד ועוד...
 
לעידי פינגערס און טשאקלעד אין בעדרום......
מען דארף רעדן מיט פעגי....
איך בין נאך נישט קיין אלטגעזצענער במילא איך בין נישט באקנט ווערט סאיז פעגי
איך וואלט דיר גענטפרט פריווייט איך האב נאך נישט קיין רשות וועל איך מיך מוזן איינהאלטען דאס מאל
 
לעצט רעדאגירט:
אויך איז דא א קפידה אז די חומרות זאלן נישט מאכן קיין סענס. אויב סמאכט סענס איז עס אט די ווינדוי...
.......

דאכט זיך מיר אז ס'איז א פרי מגדים וואס שרייבט אז ס'איז אסור אזוי געדענק איך אז איך האב אמאל געהערט פין איינעם..
🤣😅😂🫣😋
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מיין פאטער האט גראדע ליב חומרות, אבער די קינדער באלמוטשעט ער נישט, איך מיש זיך נישט אין זיינע געשעפטן און ער מישט זיך נישט אין אונזער'ס.
איין חומרא וואס איך פראביר יא נאכצומאכן, איז עסן דעם אפיקומן מיט אזא גוטע האלבע שטונדע פאר חצות, דער גאנצער סדר איז ביי מיר זייער א בארינג עקפיריענס, סתם פלעפלן ווערטער מיט א נוסח איז נישט געמאכט פאר מיר, האקן מרור מיט כורך איז אויך יענס געשעפט, כ'וואלט ליבערשט גערוקט שטיקער סטעיק ווע֫ל דא֫ן פונעם קרבן פסח מיט די ספרדישע לאפא סטיל מצות, כמו שנהגו אבותינו און פאר מרור עפעס א ספייס מיט טעם, פארשטייסטו מיר, געבליבן זעמער מיט אזא זכר למה שעשה הלל, אזא צעפראסקעטן מרור וואס איינער האט פראבירט צו קאמיטן סואיסייד אבער איז געווען אומדערפאלגרייך, איז ער אויפגעקומען מיט א געדאנק אז מ'זאל דאס נוצן פאר מרור מיט אפאר הארטע מצות וואס קראצן די גומען און באמוטשען די צאן, ווען וועלט איז וועלט וואלט מען געבעננד די מצות צוזאמען מיט דעם צאנזער'ס מאשין מצות פראבלעם.
די הגדה וואלט איך איבערגעלאזט פאר די ארבעה בנים, מצידי קענען זיי פרעגן מאה קשיות, ווילאנג איך קען קייען בשר בשעת מעשה.

עניוועי, אונזער פסח שטייט אזוי ווייט פון חירות ווי ס'נאר מעגליך, קיין לחם עוני האמיר אויך נישט, מצות קאסטן טייערער ווי סיי וועלכע ברויט אדער סטעיק פער פונט, בקיצור פסח דארף א דרינגנדן אפדעיט לדעתי.
 
Back
Top