מיט אפאר וואכן צוריק האב איך מיר געטראפן אין א טענה'ריי מיט אפאר חברים (איינער פון זיי האלט טאקע אז איך דארף מיר אויפהערן זיך טענה'ן אזויפיל, דאס וועט מען אבער לאזן פאר א צווייטע מאל זיך אויסצו'טענה'ן..)
איך האב גערעדט פון א געוויסע ראדיא פרעזענטאר וואס איך גלייך שטארק און ספעציפיש פון א צווייטן וואס איך גלייך בדוקא נישט. זיי זענען אלע ארויפגעשפרינגען אויף מיר אז דער יעניגער וועמען איך גלייך נישט איז זאגאר פון די סאמע בעסטע אין לאנד, און נישט בחינם זענען זיינע רעיטינגס די העכסטע, זיי האבן גע'טענה'ט אז זיין פראפעסיאנאליזם און כאריזמע שטייגט איבער רוב פון זיינע קאלעגעס און קאמפעטישאנס, און אזוי איז די טענה'ריי אנגעגאנגען פאר אפאר מינוט, ווי איך האב פראבירט מיך צו האלטן שטארק מיט מיינס און דיפענדן מיין מיינונג – טאקע בלויז ווייל עס איז מיינס..
גייט אריבער אפאר וואכן, און פאר טעכנישע סיבות איז מיר אויסגעקומען צו הערן דעם דאזיגן יעניגער אביסל מער אפט אין די צייט אפשניט. וואס זאל איך אייך זאגן, ס'איז נישט געגאנגען אין איין טאג טאקע, אבער דורכאויס די תקופה בין איך געווארן א שטערקערע און שטערקערע חסיד פון יענעם פרעזענטאר אויף וועמען איך האב געשימפט נישט לאנג צוריק. מיינע ראציאנאליזאציעס און באצוקערטע פילאזאפאציעס האבן נישט גענומען קיין לאנגע וועג נאכצוקומען. אז איר פרעגט מיר היינט קען איך מסביר'ן אסאך בעסער ווי מיינע פריינט דעמאלס פארוואס דעם פרעזענטאר איז 'דעם איינעם' וועמען יעדער דארף אויסהערן (אקעי, נישט ממש.. באט..), וויאזוי זיין וועג פון אינטערוויען, די נושאים וואס ער אדרעסירט, די וועג וויאזוי ער קומט אריין אביעקטיוו און פראפעסיאנאל, די שפראך, די רעלעיטעביליטי, און וואס נישט, איז דאס בעסטע וואס די מארקעט פארמאגט נאר.
קיין נאר בין איך אבער נישט, און איך טראכט צו מיר, איז עס טאקע די קא-אינצידענט אז איך האב אים אויסגעהערט אביסל מער וואס האט מיר געברענגט נענטער צו אים? און אפי' אויב יא, איז עס טאקע די בלויזע אומשטענדן וואס האבן צוגעפירט צו מיין וויליגקייט צוצולייגן מיין אויער צו אים?
אדער..
איז דא דא א טיפערע פסיכאלאגישע שפיל וואס איז פארגעקומען?! מעגליך די עטיטוד פון מיינע חברים, די אנקאנשעס דרוק וואס די שמועס האט משפיע געווען אויף מיר, די פילינג פון זיין 'נאריש' פארן נישט פארשטיין וואס זיי אלע האלטן פאר פשוט, און די איינפאכע סאציאלע אינסטינקטן, איז וואס האט געווירקט אז איך זאל אזוי דראסטיש טוישן מיין מיינונג אין אזא קורצע צייט אפשניט?!
איך בין נוטה עס איז די צווייטע!
פארדעם אבער דארף איך נאכנישט ווידמען קיין שנירל, דאכט זיך.
נאר וואס?! דאס שטרייכט אונטער אויף א טיפערע לעוועל א געדאנק וואס פאסקאל האט שוין אדרעסירט בשעתו.
פאסקאל איז באקאנט מיט זיין 'וועידזשער' צו ענטשיידן די ג-ט שאלה. ער טענה'ט אז מ'זאל גלייבן אין ג-ט ווייל די קאסט פון ברענען אין גיהנום אויב איז מען אומגערעכט וועגט איבער די קאסט פון ליידן די פאר יאר אויף דעם וועלט פארן זיך צווינגען צו גלייבן. דאס איז זייער בקיצור זיין (גאר-באקאנטע) ארגומענט.
וואס איז אבער ווייניגער באקאנט איז אז ער האט נישט דוקא געהאלטן אז ווען איינער גלייבט נישט איז דא א וועג זיך צו 'קאנווינסן' אדער זיך צווינגען אנקעגן די אייגענע געוויסן און יא גלייבן בשעת מ'גלייבט קלאר נישט. ער האט אבער פראפאזירט אז וויבאלד 'גלויבונג' און 'קאנוויקציעס' זענען אין עסענס מער סאציאלע/פסיכאלאגישע פענאמענא איידער ווי פילאזאפישע – דערפאר איז אלץ דא א וועג זיך צו ברענגען צום מצב וואו 'גלייבן' איז גרינגער און מער עקסעסיבל צום מענטש, און ווי ער פראפאזירט זענען די פעולות אנצוקומען אהין יא אונטער די עוורידזש יכולת פונעם מענטש, וואס לפי זיין וועידזשער לוינט זיך צו שטרעבן אהין.
און דאס איז אקוראט וואס איך האט עקספיריענסד אין מיין לעצטיגע 'ראדיא'-אקטיווע עפיסאד. מיין קאנוויקציע איבער דעם פרעזענטאר, און מיין צווייטע מיינונג איבער אים, איז קלאר געווארן פארמירט און געטוישט אין דיירעקטע רעזולטאט פון די סאציאלע און פסיכאלאגישע אומשטענדן וואס האבן מיר געשטופט אהין, און דאס קען -ווי עס שיינט- רואיגערהייט ווערן עפלייד אין רוב אנדערע פעלער אויך. אויב נאר טרעפט זיך א מענטש אין א סאסייעטי אדער אין א סביבה וואו גענוג א גרויסע פראצענט (פון זיינע נאנטע) גלייבן א געוויסע זאך – וועט ער עס נאכגיין, מיט א ראציאנאליזאציע אדער אן..
רעדט אייך נישט איין אז ווען קנעכטשאפט איז נאך געווען אנגענומען וואלט איר געווען די הערא זיך אנגעקצושטעלן דערצו – אפי' אויב היינט זענט איר די גרעסטע אנטי-ראסיסטישע אקטיוויסט. איר זאלט אויך נישט מיינען אז איר וואלט געווען אויף דעם בעל שם טוב'ס זייט אנקעגן דעם גר"א, אדער אויף משה'ס זייט אנקעגן קרח. ניטאמאל וואלט איר געהאט די גאטס צו גיין מיט אליהו הנביא אנקעגן אחאב און בעל – אפי' אויב היינט קענט איר נישט משיג זיין די 'זינלאזע' לאגיק פון דינען עבודה זרה. אויב האלט איר זיך יא אזוי גרויס, לאמיר זען ווי שטארק איר זענט צו זיין א וועדזשיטעריען יעצט – ווען אין די וועלט איז עסן פלייש נאך געהעריג די נארם. לאמיר זען ווי איר פארמאגט די בעליף סיסטעם פון 100 יאר ארום, און איר זענט נישט פערצופאל געבוירן אין א סאסייעטי וואס איר שטומט צו מיט 99 פראצענט פון די וועליוס..
וואס איך ברענג ארויס איז אז אפי' אויב איר פילט יעצט אז אייערע אידישקייט (אדער גויאישקייט פאר דעם מעטער), און אז אייערע מאראל קאמפוס, איז ממש פערפעקט, דזשאסטיפייד, און ראציאנאל, שטעלט אייך א מינוט אפ טראכטן צו ווען איר זענט אן אינדיאנער, א פאלעסטינער, אדער א דזשאנגל אפשטאמיגער, וואלט איר אויך 'געהאלטן' אזוי, אדער וואלטן דאן די אלע ראציאנאליזאציעס אויסגעזען אנדערש?! און אויב אנדערש, וואס זאגט עס איבער אייערע יעצטיגע הייליגע 'ראציאנאליזאציעס'?!
דאס מיינט בכלל נישט אז ראציאנאליזאציעס זענען אומגעוואונטשן אדער אפי' אומוויכטיג, ס'מיינט נאר אזוי פיל אז אונזער מח מאכט אירע החלטות און אדאפטירט מיינונגען לויט פיל מער א ברייטע ספעקטרום פון פאקטארן ווי דאס וואס פיט אריין דורך די 'ראציאנאליזאציע לענס'. איבערהויפט ווען מ'נעמט די פסיכאלאגישע און סאציאלע אספעקט אין אקאונט – וויאזוי נארמאלערהייט און סטאטיסטיש גערעדט זענען מענטשן דאס מערסטע גענויגט צו די זעלבע וועג ווי זייער סביבה דיקטירט.
[און אפי' ווען איר שפירט אז איר האט יא געמאכט די 'מאוו' אנקעגן די ספעציפישע סאסייעטי וואו איר זענט, טראכט נאר א מינוט צו די עצם וועליו וואס האט אייך געשטופט צו נעמען די שריט איז עפעס יא געבוירן ביי אייך אין , אדער ליגט צווישן דאס אלעס ס"ה א טיפערע סאציאלע וועליו - צ.ב. פרייהייט, אמת, צופרידענהייט, א.ד.ג. וואס איר האט אדאפטירט ווידער בלויז דורכן לעבן אין די סאסייעטי וואו איר זענט...]
אין מיין מיינונג איז דאס היבש א שטארקע לעקציע צו דערהערן, ס'שאקלט אביסל אויף דאס לעצטע שטיקל ערד אויף וואס מיר רעדן זיך נאך איין מיר שפאנען מיט זיכערקייט, און עס געבט א צווייטע משמעות צו אונזער אייגענע אומבויגזאמקייטן און שטארקע קאנוויקציעס.
איבער אלעס דערציילט עס אונז דאס וואס פאסקאל און עליזאבעט אלדפיעלד פראבירן שוין פון לאנג צו איבערצייגן – אז ווען מ'וויל דוקא איז דא א וועג 'אנצוקומען' און 'טרעפן דעם וועג' צו א געוויסע בעליף סיסטעם, און דאס קומט דורכן אנטייל נעמען אין ריטואלן, אין גרופעס, אין סאציאלע צירקלען, וואו די ספעציפשע געדאנקען דאמינירן. און עס קען זיכער זיין הילפליך ווען די אנגעבליכע שטעלונגען זענען עפעס וואו מיר האלטן עס ליגט גענוג באדייט עס זאל זיך לוינען דאס נאכצויאגן...

לעצט רעדאגירט: