פאולס אין מדינת ישראל, און ערוץ 14 בפרט - אנאליז

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
997
רעאקציע ראטע
4,220
פונקטן
413
שוין א שטיק צייט צוריק איז נתפרסם געווארן אז די מכון הסקרים דיירקט פולס, וואס ארבעט מיט ערוץ 14 און פלעגט געבן איבער 30 מאנדאטן פאר ביבי, ווען קיין שום אנדערע פאול קאמפאני האט נישט געגעבן אפי' נאנט צו דעם, גייט אנפאנגען ארבעטן פאר ערוץ I24 (וואס איז מער רעכט געשטימט, אבער נישט דוקא ביביסט).
כ'האב שוין דעמאלט'ס געטראכט אז יעצט וועט מען קענען זעהן וואס גייט פאר מיט די פאול קאמפאני, ווער רוקט דארט די נומבערס, איז עס די קאמפאני, אדער די קאמפאני וואס רעפרעזענטירט עס (אין דעם פאל ערוץ 14).

והנה, וראה זה פלא!
היינט האבן סיי ערוץ 14 און סיי I24 מפרסם געווען סקרים, און וואונדער איבער וואונדער, ס'איז דא א 6 מאנדאטן חילוק צווישן ערוץ 14 וואס געבט 33 מאנדאטן פאר ליכוד, און ערוץ I24 וואס געבט 27.
נאכאמאל די זעלבע קאמפאני מאכט פאולס פאר ביידע טעלעוויזיעס, איינס האט 33 מאנדאטן, און איינס האט 24.

כ'האב שוין א אלטע טעאריע, אז די פאול קאמפאני'ס (אדער די טעלעוויזיעס וואס ווייזן עס) וועלן רוקן 4-5 מאנדאטן ארויף אראפ לפי זייער אגענדע, און זיי שרייבן קלאר אז די מדגם הטעות איז 4 פראצענט (4 פראצענט פון 120 בענקלעך איז בערך 4.8 פראצענט).
דאס געבט זייער קלאר צו פארשטיין, פארוואס זייט די מלחמה אין אקט' 7, איז די עוורידזש פון די פאולס (אויסער ערוץ 14) געווען אין די געגנט פון 20 (+-) מאנדאטן פאר ליכוד, ווען די עוורידזש פון ערוץ 14 איז געווען אין די גענגנט פון 30 (+-). ווייל זיי נעמען אראפ 4-5, און זיי לייגן ארויף 4-5.

דאס אבער איז נישט די אמת ווען ס'קומט צו די לעצטע נאציאנאלע וואלן, וואס ערוץ 14 מיט די מכון דיירקט פולס זענען געווען די מערסטע אקוראט, ווען זיי האבן געגעבן בערך 60-63 מאנדאטן פאר די רעכטע לאגער, ווען די אנדערע האבן געגעבן (אויב געדענק איך גוט) 56-60 מאנדאטן, און די רעכטע לאגער האט טאקע געווינען 64 מאנדאטן (אגב, ביי די שטאטישע וואלן זענען זיי אבער מיאוס דורכגעפאלן)
און פון דעם קומט די איינרעדעניש אז ערוץ 14 און די מכון דיירקט פולס זענען די בעסטע אפצושאצן, און מ'דארף זיך די מערסטע פארלאזן אויף זיי.

אבער די אמת איז, אז די לינקע לאגער האט פארלוירן כמעט 290,000 קולות (פונקטליכער 288,886) ווען בל"ד מיט מרץ זענען ארויסגעפאלן, אין פארגלייך האט יהדו"ת וואס האט באקומען נאר 280,194 באקומען 7 בענקלעך.
יעצט ס'איז אמת אז אויך פון די רעכטע איז פארלוירן געגאנגען 45 טויזנט קולות (פון די בית היהודי פארטיי), און בכלל איינמאל קולות ווערן פארלוירן, גייט די אחוז החסימה ארויף, סאו ווען בלד און מרץ גייען ווען אדורך וואלטן זיי אויך נישט באקומען 7 בענקלעך.
עכ"פ, מרץ וואלט געדארפט נאך קרוב צו 3,300 קולות אריבערצוגיין די אחוז החסימה, און בל"ד נאך קרוב צו 16 טויזנט קולות. אזא נאנטע פארלוסט קען קיינער קען נישט אפשאצן, ס'פשוט נישט מעגליך.
און ווען מרץ און בלד גייען ווען אדורך די אחוז החסימה, וואלט ביבי'ס גוש אראפגעגאנגען צו מאקסימום 60 מאנדאטן, ביז אזוי ווייניג ווי 57 מאנדאטן.

קומט אויס אז די צוויי אפשאצונגען איבער וויפיל גוש הימין גייט באקומען (רוב הערוצים, 56-60. ערוץ 14, 60-63), איז סך הכל געווען א אומזיכערע זאך וואס קיינער קען נישט פארזען, א חילוק פון 18000 קולות צו די אדער די זייט, סאו סך הכל האט עס יעדער גערוקט צו דארט ווי ער האט געוואלט ס'זאל זיין. אבער ס'קלאר נישט אז ערוץ 14 איז געווען די מערסטע אקוראט ווייל זיי זענען די בעסטע פאולסטער'ס, נאר דאס איז געווען יד הגורל, ס'וואלט פונקט אזוי געקענט זיין, אז ערוץ 14 זאל ארויס גיין די לוזער, ווען ס'איז ווען נאך דא נאך 18000 קולות, א זאך וואס קיינער האט נישט געקענט וויסן.

נאכן שרייבן איבער דעם, זעה איך אז איינער האט שוין אנגערירט די היינטיגע פלא:
View: https://x.com/patriotamiti10/status/1948443028047237301
 
יענער מאכט א גראבע טעות. פילבר האט אפגעלאזט דיירקט פולס פאר צוויי חודשים צוריק. היינט פירט עס זיין שותף וואס ארבעט נאר מיט I24. פילבר איז היינט א מנתח נתונים פאר ערוץ 14 און ס'צוויי אנדערע פאול קאמפעני'ס
 
אגב, פילבר איז באמת ארויפגעקומען אויף א פונדעמענטאלע טעות וויאזוי די אנדערע סוקרים זענען סוקר די ליכודניקים. זעה דא אן אינטערוויו מיט אים (איינוועגס קען מען הערן די רשעות פון די איזראעלי דיפ סטעיט וואס האט אים חרוב געמאכט זיין לעבן צוליב וואס ער האט געארבעט מיט ביבי)

View: https://youtu.be/G6ADYhs14nY?si=4YSeu6Mksi7JzNN-
 
די פאולס אין ישראל זענען באמת זייער אינטערעסאנט, יעצט זענען דא פאולס וואס געבן פאר די אפאזיציע איבער 70 מאנדאטן, אבער ווען ס'קומט צו די בחירות באקומען זיי עס קיינמאל נישט...
 
ביי די אלע פריערדיגע רונדעס פון וואלן איז ערוץ 14 געווען די מערסטע אקוראט
ווילסט נעמען דיין אינפארמאציע דווקא פון די וואס האבן א שלעכטע רעפוטאציע? עס גייט סתם מאכן דיין דיסעפוינטמענט שטערקער
 
ביי די אלע פריערדיגע רונדעס פון וואלן איז ערוץ 14 געווען די מערסטע אקוראט
ערוץ 14 איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 22', סאו פון וועלכע אלע פריערדיגע רונדעס פון וואלן רעדסטו?
און אגב, ווי געשריבן, האבן זיי ביי די בחירות לעיריה בכלל נישט מורא'דיג שטארק צוגעטראפן.

איך זאג נישט אז ערוץ 14 איז דורכאויס שטארק גענויגט, אדרבה, אויב האסטו געליינט וואס איך האב געשריבן, האב איך זיי געשטעלט פונקט אזוי גענויגט ווי אלע אנדערע מעינסטריעם ערוצים, נאר די אנדערע וועג צו רעכט.
כאטשיג ערוץ 14 איז מער רעכט, ווי לינק די ערוצים 12-13-11 זענען צוזאמען...
 
זיי האבן זיך געטוישט נאמען פון 20 צו 14 און '22 אפן זענען זיי שוין פון 2014 און זייערע פאולס פון פילבער זענען טאקע נישט געווען אקוראט ביי די לאקאלע וואלן אבער אויף די וואלן צום כנסת זענען זיי אייביג געווען אקוראט איך כאפ נישט פארוואס די רופסט עס גענויגט

עדיט
איך האב יעצט איבערגעקוקט ביסט גערעכט אז דיירעקט פאולס וואס האט זיך געגרינדעט אין 2018 האט נאר געמאכט פאולס פאר ערוץ 14 ביי די לעצטע בחירות
עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז ער איז געווען די איינציגסטער וואס איז געווען אקוראט אין ווייל די רעכטע האבן געווינען הייסט עס נישט "רעכט גענויגט" ווייל ער איז געווען אקוראט
 
לעצט רעדאגירט:
1000104643.jpg
 
יענער מאכט א גראבע טעות. פילבר האט אפגעלאזט דיירקט פולס פאר צוויי חודשים צוריק. היינט פירט עס זיין שותף וואס ארבעט נאר מיט I24. פילבר איז היינט א מנתח נתונים פאר ערוץ 14 און ס'צוויי אנדערע פאול קאמפעני'ס
די ווארט איז נישט אזוי ווייט אז איין קאמפאני האט געמאכט צוויי סקרים, כאטשיג כ'האב עס גענוצט צו דראמאטיזירן דעם ענין, די ווארט איז מער אז די זעלבע קאמפאני וואס האט ביז יעצט געמאכט די סקרים פאר ערוץ 14 און געגעבן 33 פאר ליכוד, געבט יעצט אין א מער אנגענומענערע טעלעוויזיע 27, וואס קומט נענטער צו די מעינסטריעם ערוצים.
איך האב יעצט איבערגעקוקט ביסט גערעכט אז דיירעקט פאולס וואס האט זיך געגרינדעט אין 2018 האט נאר געמאכט פאולס פאר ערוץ 14 ביי די לעצטע בחירות
עס נעמט נישט אוועק די פאקט אז ער איז געווען די איינציגסטער וואס איז געווען אקוראט אין ווייל די רעכטע האבן געווינען הייסט עס נישט "רעכט גענויגט" ווייל ער איז געווען אקוראט
ייש"כ פארן מודה זיין על האמת, אבער ס'זעט מיר אויס ווי דו האסט נישט געליינט וואס איך האב געשריבן.
זיי אזוי מוחל און ליין איבער, ייש"כ:

Back
Top