פּיטשיווקעס

פּיטשיווקעס

א שרייבּעלע לכבוד יום טוב

דורך הבל וריק

פאר פיר און צוואנציג יאר צוריק, נישט מער געדאכט, בין איך אין סאוֹט אַכט שמש שטיבל, נעבן מיין טאטן געשטאנען, אויף א פאריאגטן ערב יום כיפור, נאכן מקווה, וואו ער האט פארהאנדל׳ט מיטן שמש אויפן פרייז פון א קליינעם, בחנ׳טן סעט בלויע מחזורים, אויף וואס איך האב שוין געהאלטן אן אויג און געגליסט, ביזן דאס ענדליך באקריגן א געשאנק לכבוד יום טוב.

איך האב מיך זייער געפרייט צו דעם ערשטן סעט מיינעם, און דאס געניצט מיט פלייס, דורכאויס מיינע קינדער יארן.

אין כתה ו׳ בין איך געקומען צום ראש השנה דאווענען שפּעט. מיין טאטע איז ברוגז געווען און מיך געפרעגט מיט פאראיבּל צו איך וויל פארשלאָפן מיין גאנצן מזל פון יאר.

בין איך נאך ביז היינט דעם קינדערשן בליק נישט אויסגעוואקסן, און מיט אט די צוויי איינדרוקן געבליבן, נעמליך, דעם שיינעם מחזור און פארשלאָפענעם מזל.

זינט דאן האב איך מיר שוין אליינס געקויפט ס׳שענסטע און ס׳בעסטע פון מחזורים, הגדות, חנוכה ליכט, קיישעלעך, לולבים, און ברעטער. נישט ווייל מען מוז, און נישט קיינעם צו צייגן, נאר ווייל איך האב א תאווה צו די דברים שבסביבות קדושה.
ס׳ציהט מיר די פּיטשיווקעס פון די חגים וזמנים.

אט קומען די הייליגע טעג, און איך שפּאציר ווידעראמאל אריבער די שוהל געשעפט׳לעך, וואו עס ליגן אויסגעלייגט די כלים וכלים שונים לכבוד הרגל.
ווייס איך נאך נישט וואס גענוי אינזין צו האבן ביי מלכיות אדער תר״ת, וואס אויפצולעזן ביי די נדרים, וועמען מסלק צו זיין ביי די סימנים, אדער אין וועלכע שוהל אפצורעכטן די לאנגע תפילות מיט א מכלומר׳שטע חזן, אבער האב איך א תאווה פאר א שטענדער׳ל, דעם פושקעלע טאביק, לאנגן זילבערנעם סכין, דיקערע עוז והדר מחזור׳ל, און א שענערן קיטל אפילו - פאַרן אייביגן בּונקער.

איך האב מיך נאך נישט געלערנט ווי אזוי צוצוגיין צום יום טוב מיט אלטע וועש און בלויזע געפילן, און טוהן די מצוות ומנהגים בשמחה ובטוב לבב.

נאכאלץ פלאגט מיר די פארכמור׳עטע ערבי חגאות, דערביטערטע קל עורך, באַטראָנקענע ״לבני קרח״, פארכטיגער ונתנה תקף, און פארסאַפּעטער תשליך.

די גאנצע ימים נוראים איז מיר א גרויסער וואלקן.

פונעם כוונה׳לאזן סליחות זאגן אין די אזויגערופענע אשמורות, ביזן סאמען ליסטיגלאזן לעצטע הקפה איבער צוטראטענע קוגל און הייזעריגע קולות פון צוויאוועטע טאטעס מיט באצוקערטע קינדער אין די מידע אָרעמעס - איז מיר אלעס אונטער א פראגע צייכן.

און וויפיל איך פרוביר מיך צו טוישן, אדער מיין סביבה; מיט אינערליכע משמעות, א שטייגער ווי די ציטאַטן המורגלים בפי העם ״רחמנא ליבא בעי״ ״רחמנא אמר תקעו״, אדער אפילו פּראקטישע המצאות א שטייגער ווי דאווענען ווי ס׳ציהט, טוב מעט בכוונה, מער זינגען און ווייניג זאגן, בין איך הילפלאז און מאכטלאז קעגן דעם אויסגעטראָטנעם טראָדיציע געדעכטן פּראַוועריי וואס לאזט נישט קיין רגע אומגעדעקט אהן גענויע דירעקציעס, אין דעם שטורעמישן תקופת תשרי.

אנשטאט עפענען מיין הארץ אבער; פארשטאפּט עס מיר.
דער מלך איז בשדה, אבער איך בין אין וואלד.

א נייער יאר איז שוין ביים שוועל, מ׳קראצט צוזאם עבירות אויף תשובה צו טוהן, ספרים אויף ממליך צו זיין, שולד געפילן לשם ערנסקייט. אט גייט מען ווייטער זינגען ובכן צדיקים, פאַרמאַכן פּרוכת, מורמלען פּיוטים מיט אן איבערדעקן טלית אין א פראָסטיגן גלות שוהל, דריי אין דער מיטאג, אבער איך האב דעם איין זארג נאכאלץ - נישט פארשלאפן די מזל, חלילה.
 
Back
Top