קהילה חדשה
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 17, 2025
- מעסעדזשעס
- 2
- רעאקציע ראטע
- 54
- פונקטן
- 13
(Written by humans, NO AI interference)
You are stuck. Not because you are workin hard—but because you are carrying everything alone. When you carry that weight for too long, you stop leading and start reacting - The Gray Beard Show
—————
שלום עליכם חברה! דער דאזיגער נייער ניק איז א טראנפארמאציע פון אלטע באקאנטע ניקים (אין הכי טאקע וחברים) וואס קאנצענטרירט בלויז אויפן טעמע פון די קהילה חדשה
————-
אהיים אוי אהיים, ברידערלעך אהיים!—————
שלום עליכם חברה! דער דאזיגער נייער ניק איז א טראנפארמאציע פון אלטע באקאנטע ניקים (אין הכי טאקע וחברים) וואס קאנצענטרירט בלויז אויפן טעמע פון די קהילה חדשה
————-
ערב שבת נר חמישי חנוכה כ"ט כסלו תשפ"ו
ברוכים הבאים בשם השם!!! ישמחו החלוצים ויגילו היוזמים!!!…
מיט גרויס פרייד און מיט ציטערדיגע הענט, עפענען מיר אט דעם שנירל, דאס איז נישט נאך א שנירל פאר אונטערהאלטונג, דאס איז אן עפענונג צו א לאנגער הייליגער וועג, מיט דעם שנירל לאזן מיר זיך אריין אין די ערשטע שטאפלען פון אונזער גרויסארטיגער פראיעקט, וואס עס וועלן בויען מיר אלע אינאיינעם, אידעלעך אינאיינעם, מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם!
נאר איידער מיר עפענען די טויערן פארן קהל הקודש צו קומען אין די מאסן תורם זיין פון זייערע פרי שכלם, פראקטישע עצות ורעיונות משובחות, דורך פראגע בויגן׳ס (סערוועיס) וואס דאס גייט זיין די יסוד פון אונזער פראיעקט לאורך כל הדרך, און איידער מיר גרייטן אן די ארבעטס סטאציאנען פאר די חלוצים וועלכע זענען מוכן ומזומן לשרת למשמרת הקודש, איז נישט מער ווי ריכטיג צו געבן דעם קהל א שטיקל מושג וואס אונז האבן בדעה.
עס האבן עטליכע געפרעגט צו וואס מיר צילן, ווי ערנסט מיר מיינען דאס, ווי באגרונדעט און שטאנדהאפטיג מיר גרייטן זיך צו זיין, און מי ומי ההולכים. דערפאר האבן מיר צוזאמענגעשטעלט א שטיקל ארגאנישער פראטאטיפ, זאל דער עולם כאפן דעם טאן און דערשנאפן צו וועלכער ריכטונג מיר צילן און לויט דעם שניט לאזן אונזערע שעפערישע מוחות לויפן און שפרודלען, לתפארת אונזער נייער באוועגונג/ארגאניזאציע/קהילה הבא עלינו לטובה, פארן בעסטן וואוילזיין פון אלע חשוב'ע אנשי שלומינו הי"ו.
ס'געווען שווער צו באלאנסירן צווישן קיצור און אריכות, ווען זיך לאזן אין רגש און ווען גיין טרוקן און פראקטיש, דערפאר זעען מיר דעם פאלגענדן קאדעקס ווי א מהדורה ראשונה (rough draft) וואס קען אויסגעלייטערט ווערן, ויהי רצון אז אונזערע ווערטער זאלן גוט פארשטאנען ווערן און ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן:
מטרה:
מיליאנען געהיר צעלן זענען שוין אנגעהיצט געווארן אין אונזער פראווע ארויסצוברענגען אין ווערטער פונקטליך וואס אונזער ציל איז. פון דזשאבעטינסקי זאגט מען א סיפור, ס׳האט אים א פראנצויז געפרעגט, פארוואס קלויבט עטץ אידן דוקא א מיטל-מזרח שפראך אנשטאט א אייראפעאישער שפראך? ענטפערט דזשאבאטינסקי מיט איין ווארט: "אזוי!!!". דאכט זיך דאס איז זייער טרעפליך דא אהער, מען קען מסביר זיין אהין אהער, צום סוף אבער איז קלאר איין זאך, אזוי!!! מיר דארפן א אייגענער באוועגונג.
נאר פטור בלא כלום אי אפשר, עס איז נאטורליך אז איידער מיר טרעטן אריין אין אזא אונטערנעמונג וויל זיך צו ערשט האבן כאטש אויבערפלעכליך אין איבערצייגנדע ווערטער, וואס איז אונזער מטרה? וועלן מיר פראבירן לויט אונזערע בעסטע מעגליכקייטן:
ראיתי את עני עמי, עס דרייט זיך א קבוצה שלימה אויף גאט'ס ערד, און עס פעלט עפעס פונדאמענטאל, דאס געפיל פון לעגעטימער אנגעהערשאפט לויטן אויטענטישן פערזאן וואס מען איז באמת, אן דעם כסדר'דיגן געפיל פון א פוסע על שני הסעיפים, פון א אחד בפה אחד בלב; אן אפיקורס און א נידח, וואס אין בעסטן פאל קומט אים "קירוב". ס'דרייען זיך א קבוצה אידן וואס די שיקזאל פון זייער תכונת הנפש האט געפירט דערצו אז זיי טרעפן זיך אן גראוויטאציע, און א רעיון מה ילד יום.
אונזער מטרה, קען מען דערפאר זאגן מיט רעכט, איז, אז יעדער וואס טרעפט זיך אין אזא מצב פון נישט אהין און נישט אהער, קריגט פון היינט דעם גושפנקא פון אנגעהערשאפט, א וויזיע וועלעכע ריכטונג מען פארט, דאס איז גאר וויכטיג פארן מח אז מען ווייסט וואו מען געהער, וואו מען אינוועסטירט, וואס איז מיין צענטער פונקט, דאס גוט דירעקציע אין לעבן, מען ווייסט ווער זענען מיינע מענטשן, וואס זענען מיינע עקרים, און צום ערשטן מאל אז מען איז אויף אן אמת נישט אליינס וכו'.
למען יתר הקלארקייט קענען מיר פראבירן צוטיילן אונזער מיסיע אין דריי חלקים:
א. לעגיטימאציע - אידענטיפיקאציע
כאמור לעיל, איינע פון די גרעסטע עיכובים איז אז ס'הענגט א נעפל פון אובד עצות, בלבול, און פאסיווער פריזונג, גאנץ מעגליך עס שטאמט דערפון וואס עס פעלט דער ענטפער אויף דער פונדאמענטאלער שאלה, ווער זענען מיר? און דאס קומען מיר דורכברעכן, מיר קומען מיר דא שיפטן דעם געדאנקען גאנג, מיר געבן זיך די דרייסקייט און מוטיגקייט, אז מיר פון היינט און ווייטער זענען לעגיטים, מיר זענען ראוי צו פארמירן זיך אלץ אן איינהייט, מיר זענען ווערד זיך צו נעמען ערנסט נישט ווייניגער ווי יעדער ר"ר צאץ גרופע.
אונזער ערהאבענער שריט לראש ולראשונה איז דערפאר צו ענדליך געבן אנ"ש דעם שטעמפל פון "לעגיטימאציע", ערוועקן דעם רוח הדגולה אז יא, מיר זענען אויך מענטשן צום טיש, אונזער וועזן דארף א היים, מיר זענען מער נישט אפגעריסענע שפריצלעך פארלוירענע נשמות, באגאוואונדן בשולי המחנה, מיר זענען פון היינט באגרינדעט אין א באוועגונג, בכבוד ובגאון אן דארפן זיך אריין לייגן אין פרעמדע פעל, אן א זיין דער שה אובד, מיר ווארטן נישט אויף כבוד, מיר באשאפן גראוויטאציע אויף אונזער אייגענע אקסלען. מיר געבן זיך פון היינט מאל אן אן אייגענעם דגל, פאסיג לויט אונזער קאלעקטיווער גייסט, כלומר, אידן פון חסיד'ישן אפשטאם וואס טראץ די אפנויג פון די טראדיציאנעלע פארשריפטן הלכה למעשה ועניני השקפה, זענען מיר לעגיטים לויט אונזער נייער בלענד. מיר וועלן שפעטער דיסקוסירן וועגן דעם צענטראלער קערנדל פון אט דער אידענטיפיקאציע.
ב. אנגעהערשאפט / חברה
דא קומט אריין דער חלק הקהילה:
יעדער מענטש מן השורה דארף א קהלה מיט חברים, נישט נאר מיט וועמען מען פארברענגט, נאר דארט וואו מען אינוועסטירט דעם נאמען. א קהלה מיינט א רעגלמעסיגער פארקער מיט אייגענע עמיתים, וואס מיר וועלן שפעטער לופטערן רעיונות היכי דמי.
איינע פון די מערסט אדרעסירטע אַנגעלעגנהייטן צווישן חברינו היקרים הי"ו איז דער ענין פון חששות אין באצוג צו די סאציאלע קרייזן, די קהלות און משפחות פון וואו מען שטאמט און מיט וועמען מען האט טיפע פארבינדונגען, מען האט מורא צו פארברענען בריקן, און כידוע אז אין די דאזיגע קרייזן איז אויסדרייען דעם רוקן צו זייערע סימבאלישע עקרים אן עוון בל יכופר, און דאס איז טאקע נישט א דבר של מה בכך, פאקטיש איז דאס דער נארם נישט נאר צווישן די חרדישע קרייזן, נאר אין רוב מקומות אין דער אלגעמיינער וועלט, דאס איז א שבט'ישער אינסטינקט, הלנו אתה אם לצרינו.
דערפאר טאקע איז דער אויבנדערמאנטער סעיף פון אן אידענטיפיקאציע אנטוויקלונג, א קריטישער התחלה, וואס ווי געזאגט גיט עס א דירעקציע אויף אן אייגענעם וועג ארויס פון די נארמעס. נאר כמובן איז דאס נישט גענוג, ס'פעלט סובסטאנץ. א קהילה געבויט ווי עס דארף צו זיין וועט לעזן און לינדערן דעם ענין פילפאכיג. מיט א קהלה וואס פארמאגט נישט בלויז צוזאמענקומען נאר א קריסטאל קלארער פלאן פאסיג לויט א רעגנבויגן פון אומשטענדן לפי יחיד ויחיד, קבוצה וקבוצה, וועט לויט אונזער שאצונג אויטאמאטיש גרינגער ווערן דער מורא, ווייל מ'ווייסט אז מיר נעמען אייערע זארגן ערנסט, מיר הערן די זארגן, און מיר ארבעטן אינאיינעם פאר לעזונגען.
ג. ריסארסן / ארגאניזאציע
ס'שטעלט זיך ארויס מער און מער אז ס'פעלט א פראפעסיאנאלער פראטאקאל וואס שלאגט פאר א געזונטע דורכגעטראכטע סיסטעמען פאר פראקטישע הילף און אנווייזונגען. עס פעלט אונז די ריסארסן, וואס מענטשן אין אן אוועקגעשטעלטער קרייז, אדער האבן עס אדער געברויכן נישט. דא קומט אריין דער ארגאניזאציע אפטיילונג.
מאכן דעם גרויסן באשלוס: עס איז נישט קיין סוד אז אנשים מבני מחנינו וועלעכע געפינען זיך "אינדרויסן" - האלב אדער אינגאנצן, זענען אפט מאל צומישט, ס'פעלט בהירות באשר וועלכער שריט עס איז פאסיג צו נעמען וואס איז אמבעסטן לויט די אייגענע אומשטענדן און תכונת הנפש. אין אזעלכע מצבים מאכט זיך אפט אז היינט ציט צו אזא החלטה, מארגן ציט צו אן אנדער החלטה, און אז מען האט שוין יא א שטיקל בהירות, ווערט מען צעדרוקט לחץ זה הדחק פון די גרויס דרוק פון די ארומיגע אויף וועמען מען איז אנגעוויזן.
מורה דרך אויפן דורכשפאנונג: אז מען האט שוין יא גענומען אן החלטה כמסמרות נטועים, דארף מען פון יעצט די פראקטישע כלים אויף צו קענען נעמען די נויטיגע שריט אויף צו שפאנען ווייטער אדער זיך באפעסטיגן על מכונו וואו ער האט שוין מחליט געווען צו באפעסטיגן זיך, אין אזא רייזע קען הערשן א מאנגל אין אינפארמאציע, ערפארונג, מחסור אין פראקטישע באשלוסן און פלאנירונג, און אמאל מחסור אין שטיצע, פיזיש און גייסטיש.
און דא איז וויכטיג אנצורירן א נקודה וואס מענטשן ברענגען כסדר אויף, דער ענין פון ארגאניזאציעס וואס עקזיסטירן שוין: אמת, ס'דא ארגאניזאציעס ווי פוטסטעפסט, הילל, גשר ועוד, אבער ווי מיר זענען געקומען צו די איבערצייגונג, אז אין הקומץ משביע את הארי, און ווי אויך פעלט דארט די טיפער נואנסד פארשטאנד צו דעם היימישן מענטאליטעט בכלל און פערזענליכע ראנגלענישן פון יעדן יחיד ויחיד בפרט, און דאס קען מען בלויז פאררעכטן דורך די צוויי באדינגונגען. א. מאביליזירן דעם גאנצן ציבור למשמרת הקודש, יעדער על משמרתו לויט זיין גאט באשאנקענער כשרון און וויפיל זיין צייט ערלויבט אים. ב. עס דארף קומען פון אונזער ציבור אליינס, אז מיר זאלן פארמירן דעם פרעים ווארק פאר אונזערע געברויכן. אמת אז אין חבוש מתיר עצמו, דאס איז געזאגט געווארן אויף איינער אליינס, אבער אז ס'איז צוזאמען איז עס בבחינת איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.
וויאזוי דער סיסטעם פון ריסארסן וועט אפערירן וועלן מיר אויסשמועסן להלן אין א שפעטעריגער פרק. וואס וועט זיך צוטיילן אין פארשידענע גרויסע אפטיילנגען. ווי א נעץ פון פאקטישע הילף, גורו'ס פאר פאסיגע הדרכה לויט אונזערע געברויכן, אן אייגענער פארקערפערונג פון ארגאניזאציעס, וכו'.
אבער מיט דעם חלק האבן מיר נישט בלויז בדעה צו מימיקירן קהילות און ארגאניזאציעס וואס מיר קענען, נאר אויסטרעטן א שטאפל ווייטער, און זיין א מאדעל פאר א בעסערער וועלט.
טעארעטישער וויזיע
פארנעם
א קהילה איז נישט קיין קלאב, דאס איז א פארנעם לכל דבר, דערפאר איז אונזער פאוקוס אויף אלע אספעקטן פון א געזעלשאפטליכער לעבן. "פון די ווינדלען ביז די תכריכים".
מי ומי ההולכים
לויטן אויבנדערמאנטן דארף אונזער קהילה אריין נעמען מענטשן אין אלע סארט יארגענג, מינים, לעבנסבאדינגונגען, דהיינו יונג צו אלט, מאנסביל צו פרוי, סינגל צו משפחה, געזונט צו שלאַף, דעם זייט פארהאנג און יענעם זייט פארהאנג, כל זמן ס'איז דא ביי דער באטרעפנדער די ווילן פאר צוזאמענארבעט בלב אחד.
גייסט פונעם באוועגונג (אטמאספערע)
פרוכטבארקייט!!! (פראדוקטיוויט"י), קאנסטראקטיווקייט. דאס וואוקס און בליאונג פון יעדן יחיד ויחיד שטייט העכער אלעס, צוזאמען מיט דער וואוקס און בליאינג אלץ א קאלעקטיוו. דער גייסט איז ערבים זה לזה און נישט דער היפך, מען גיט נישט אזוי שנעל אויף איינע אויפן אנדערן. מען העלפט, מען פארשטייט זיך, נישט מען פאָראורטיילט (דזשאזשינ"ג בלע"ז), וואס איז היפך הגמור פון פרוכטבארקייט.
שעפערישקייט!!! די לופט איז אפן און באגריסנד (וועלקאמינג) פאר שעפערישקייט, פילפארביגקייט, שפע רב בכל העולמות, א פאעטישער מצב פון פראדוקטיווע זוכעניש, אן אויפריכטיגער מצב פון התחלה כל אחד בתחומו פון גרונד פונקט, וכו'. זעלבספארשטענדליך דאס דארף קומען מיט א געזונטער אדיטוט, און נישט מיטן אנטי-סאציאלער פאפ קולטור גייסט.
רציניות!!! כאטש וואס דער אלגעמיינער גייסט איז פארשטענדעניש און לייכטמוטיגקייט נעמט מען זיך צו דער זעלבער צייט מיטן העכסטן מאס ערנסטקייט. אונזער קאסמוס איז געשמאק, שעפעריש, ארטיסטיש, אבער נישט קיין הקדש, נישט קיין אבי געזונט אטיטוד, הכלל, נישט א מקום אן גראוויטאציע. מיר נעמען זיך ערנסט נישט אנדערש ווי יעדער פארקערפערונג פון הויכן קוואליטעט.
דרך ארץ!!! מענטשליכקייט און גוטסקייט, איידלקייט און דרך ארץ, א רוח פון אחדות וכו'.
היימיש!!! מיט א חסידי'שן ווארימען טעם, מיר האלטן אונזער כאראקטער, מיר טוישן הוט, אבער נישט הויט, מיר טוישן פילאזאפיע, אבער נישט אונזער זאפטיגקייט. מיר האבן זיך שוין אנגע'שכל'ט גענוג מיט אינטעלעקציע, און דער אמת, אויך שכל דארף ווארימקייט. מיר זענען א ווארימער קהילה.
באלאנס צווישן אינדעווידואליטעט און פאראייניגונג - איש על מחנהו ואיש על דגלו
צו דער זעלבער צייט וואס א איינהייט איז קריטיש, איז פערזענליכע מרחב (ספעי"ס) אויך נישט קיין מפיל קינד און טאר נישט גרינגעשעצט ווערן, במיוחד אנהייב ווען מיר האבן נאך נישט אנטוויקלט מיט אן שטאנהאפטיגער געדאנקען גאנג חוץ די יסודות, און מיר זענען געוואוינט צו עבדא בהפקירא, דארפן מיר וויסן ווי איין ווי אויס, מיט וואס מיר שטייען שטייף צוזאמען, און מיט וואס מיר לאזן איינעם דעם אנדערן גיין זיין וועג.
אבני יסוד - פונקציע
מאטיוואציע (הייליגער קוה):
נאטורליך דארף יעדער באוועגונג א צענטראלער מאטיוואציע פינק, ווי מיר וועלן מאריך זיין אין אן אנדער ארט, אן דער דאזיגער צענטראלער מאטיוואציע קאדע איז שווערער פארן ארגאניזאציע צו אנהאלטן איר נאטורליכער געזעלשאפטליכער גראוויטאציע, מאנכע רופן עס א קאלעקטיווער נעראטיוו, אן "X פאקטור", וכדו'. נאר וואס, דער נעראטיוו קען זיין א געזונטער אדער חלילה דער היפך, און מיר שטרעבן און צילן צו א נעראטיוו וואס טראגט א געזונטער פלוס צווישן די אדערן פון די געזעלשאפט.
(ס'ידוע בין חכמים אז א לעבנסשטייגער דארף זיין געבויט אויף אן אידיאלאגיע, און נישט אויף בלויז באקוועמליכקייט, און נאר אזוי צוברעקלט זיך עס נישט און קען דורכלעבן שטורמישע אדער אפגעוועלקטע תקופות. דערפאר זעהן מיר פאר קריטיש וויכטיג אז אונזער קאמיוניטי זאל האבן א רוקן ביין, די "פיפל אף טע בוק" זענען די געווינער, מוזן מיר אשר על כן האבן אונזער בוק, צוגענגליך צו אונזערס א פאראייניגטער אידיאלאגיע).
פאלגנד איז איין רעיון פאר דוגמא:
היות פילע פון אונז זענען דורך מצבים פון שווערע דערנידערונגען, גייסטישע אונטערדרוקונגען, וכו', פארשטייען מיר אביסל וואס עס מיינט זיך דרייען א לעבעדיגער פונדרויסן מחד גיסא אבער א נישט-לעבעדיגער אין הארצן מחד גיסא, דאס ברענגט אונז אויף דער פונדאמענטאלער פראגע, ווער זענען מיר מענטשן? וואס קומט אונז אלץ בריאים וועלעכע דרייען זיך אויף גאט'ס ערד, אטעמען און טראגן זיך ארום א שטארק באוואוסטזייניגער קאפ אויף די פלייצעס. עס איז דערפאר נישט מער ווי יושר אז מיר זאלן אנשטעלן אונזער אייפער אינעם ריכטונג פון "כבוד החי", דהיינו פילעווען זיך אין דעם ענין אז א בן אדם וואס לעבט איז נישט אן עלה נדח, ס'טראגט א לעבעדיגער גייסט און א פארפיייניגטער מח, און דאס קומט זיך די גרעסטער כבוד, און אז מען פירט זיך אנדערש איז עס א זינד.
און דער וועג וויאזוי צו מכבד זיין דעם חי גלויבן מיר איז באלאנסירן צווישן דעם צורך פון אינדעווידואלער אויסדרוק און די פריוויליגיע פון זיין ארום גענומען מיט א לייק-מיינדעד געזעלשאפט וואס טוט מער גוטס ווי שאדן. דאס זאל זיין אונזער מאטיוואציע, דעם פאן זאלן מיר הייבן, און דערמיט דוגל זיין.
דאס איז ווי געזאגט בלויז איין רעיון. עולם קומט אריין מיט נאך רעיונות. בעסערע און שטערקערע, מער moving.
מיט א וויסנשאפטליכער ערנסטקייט / סינטעטישע שריט און נישט מיטן ווינט
מענטשן פרעגן וואס איז דא אנדערש ווי אנדערע ביז יעצטיגע גרופעס? דער ענטפער איז עס איז אנדערש מיט איין זאך, מען וועקט זיך נישט אויף איין טאג צו א סאמעט באקליידעטער manic, אדער אם תרצו א גוט הארציגער און גוטמוטיגער כאריזמאטישער יונג, וועם ס'האט געכאפט א תשוקה צו געבן חיבוקים פאר "דראפאוטס", אדער ארום לאכן מיט "אפיקורסים׳לעך" זיי צו געבן וואלידעישן. מיר ווילן דאס נישט, קודם כל ווילן מיר זיך נישט פארלאזן אויף איין מענטש (ווי יענער זאגט, מענטש איז בגימטריא קאפריזן…), און בכלל ווילן מיר אוועקשטיין פון דעם "הייפ קולטור" אין וואס דער נערוו סיסטעם פונעם ארגאן איז געוואנדן אין די קריזיס פון אימפולסיווע "מאכערס", "שוויצערס", "קלאס קעניגן". צווייטנס ווילן מיר נישט קיין קלאב, קיין פחים קטנים, מיר ווילן אויך נישט הוילע וואלידירונג, מיר זענען נישט קיין בעיביס, מיר ווילן א באדן, מיר ווילן זיין א מציאות פאר זיך אויף די אייגענע פיס!
בנוסף על זה, מיר קומען מיט א ברייטער וויזיע, גרויסארטיג, און down to science. מיר דארפן נישט קיין אויבערפלעכליכע ארגאניזאציעס, מיר דארפן עפעס העומד על תילה, פראפעסיאנאל.
פראפעסיאנאליזם כיצד?
צוגאנג: מיר זענען חוקר ודורש פארוואס עפעס האט נישט געארבעט ביז יעצט, מיר לערנען יעדע דורכפאל על מנת להשתפר פונקט ווי מען נעמט סייענס, יעדע loophole איז א שאלה בדיני נפשות, מיר זענען אויפן כסדר'דיגן געיעג נאך פארבעסערונג, ביז מען קען אין א גוטע שעה צוזאמען זאגן, מעשה ידינו להתפאר.
חשיבות היחיד: יעדן יחיד'ס הצלחה כפי תכונתו רעכנט, מיר קלאפן נישט שישו מעי אז "דער סיסטעם ארבעט", מיר זוכן דעם וואוילזיין פונעם פרט פונקט ווי פונעם כלל, ווייל א שפאלט אין א יחיד איז א שפאלט אינעם סיסטעם.
באווארענונג קעגן פארטומלונגען (distractions)
איינע פון די שטיינער אין וועג פאר א נייער פראיעקט, איז אז די ערשטע חלוצים זענען נאך אויף וואקלדיגע פיס, מען שטייט אויף א חתן בענקל וואס מען הייבט אליינס, און צו דעם דארף מען כסדר'דיגע התמדה און ווידערשטאנד (resilience) צו שטיין קעגן די כל מיני ווינטן, משיכות, היסח הדעת, און נאך, וואס רויבן צי דעם פאוקוס און הארטנעקנדיגע עקשנות (persistence). דערפאר והיה עיניך רואה את מוריך, דער פאוקוס איז דיין אנווייזונג, האלט דיין אנווייזונג פאר דיינע אויגן.
נאמען - רעפרעזענטונג
א נאמען האט א קראפט, ס'מחבר די כלי מחשבה צו איין פאקוס, ס׳ווי אן עמוד הענן ההולך לפניכם, מ'איז מיט דעם דוגל.
לויט אונזער אויבנדערמאנטער רעיון קען מען עס רופן "קדושת האדם" אדער "כבוד החי". אן אנדער רעיון איז "לב חדש", מיר גלייבן אז כל זמן מען לעבט, נישט קיין חילוק וואס איז אריבער, דארף מען א גאנצע צייט באנייען דאס הארץ, ותשחק עד יום אחרון. עולם קומט אריין מיט נאך רעיונות, כל זמן ס'טראגט וויבראציע.
שיטה - עקרונות - רוקנביין - דאקטארין
א קהילה און א באוועגונג דארף עקרונות, שטאטוטן, א שיטה ברורה, דאס גיט קלארקייט, כח, און זיכערקייט. ווי דער כלל שוין געברענגט אויבן גייט, דער וואס האט די "בוק" דער געווינט, איז לאמיר אידן קלויבן דעם "בוק". אדני יסוד וואס איז פאסיג פארן געבוי פון אונזער אייגנארטיגער מהלך.
פאלגנד איז עטליכע ביישפילן פאר אדני יסוד. אויבן האבן מיר גערעדט פון דעם גייסט פונעם מקום, פאלגענד וועלן מיר איבערשפילן טייל פון זיי נאר באצטלא דעקרונות:
געבויט אויף אן אייגענער ווירטשאפט מער ווי אויף געלט:
טאמער בויען מיר אויף געלט וועלן מיר באקומען וואס ס'שוין דא, און מיר ווילן עפעס וואס ס'נאך נישט דא, טיפער, ווארימער, און שטאנהאפטיגער. א באוועגונג וואס בויט זיך אויף גלאבאלער עקאנאמיע מער ווי אויף די אייגענע אקסל וועט אונז פירן אינעם זעלבן לופ פון וואו מיר קומען. ערך קען נישט שטעלפארטרעטן תוכן.
א נייער דערהער:
מיר זענען רעוואלוציאנערן, אונז טאנצן קיינעם נישט נאך, נישט קיין צייטגייסט, און נישט קיין כלומר'שטע באגרעניצונגען, דאס הייסט מיר מאכן נישט עפעס ווייל אזוי מאכן די מאכערס, ווייל אזוי גייט עס היינט, אזוי איז די שטיק... נישטא ביי אונז אזוינס, און אויך נישט "ווייל נאר אזוי קען מען". נישטא דא ביי אונז, מיר טוען נישט וואס "מען טוט", מיר טוען וואס עס "ארבעט". איי, "מען" טוט נישט אזוי? נו וועט מען טון פון יעצט. מוטב להיות שוטה שעה אחת… איי מען קען נישט? נו וועט מען קענען!
יעדער סיסטעם וואס ס'שוין פאראן, כבודם במקומם יהא מונח, אבער מיר הייבן אן פון פריש, גענייד פאר אונזער געברויך. מיר זענען נישט קיין נאכמאכערס — מיר קאפירן נישט קיין שום סיסטעם וואס עקזיסטירט אן א דורכדרינגליכער חקירה ודרישה פארוואס עס זאל זיין פאסיג פאר אונזערע געברויכן. אלץ דארף פון פריש נבדק ווערן בשבע בדיקות. מיר זוכן אויסצוטרעטן א ניי וועג און נישט נאכמאכן. מיר קענען נעמען דאס בעסטע פון אומעטום אבער ס'דארף זיין אן אייגענע יצירה מעשה ידי חברינו. ספעציפיש און פאוקוס, פארמייד ריבוי אור: פארקויף מיר נישט די וועלט מיט אלץ וואס ס'דא, זיי ספעציפיש און זיי מסביר פארוואס דער רעפערענצירטער פראגראם דארף ארבעטן.
פארמייד ווערטער וואס טוען אנטמוטיגן:
פארמייד אזעלכע אויסדרוקן וואס טוען אפשוואכן דעם אייפער און חשק צו טון, אויף פעולות און רעיונות וואס מיר ברויכן טון. גיב עס צייט און מיר וועלן אויפקומען מיט עפעס לעזונגען, מוטיג דעם טוער.
חשיבת דעת יחיד ויחיד:
יעדער יחיד האט מורא'דיגע טאלאנט, לאז אים טראכטן, זוך וויאזוי זיינע געדאנקען קענען זיך אקלימיזירן ווי א סימפאניע מיט אנדערע געדאנקען און צוזאמען בויען מיר דעם הערליכסטן מוזעאיק אין דער וועלט.
נאך אינעם גייסט פון אונזער באוועגונג: מיר גייען אויף גרויס, ווערן בעסער און בעסער; זאכליך, נישט אבי געמאכט; צוזאמען אויפן גרויסן בילד פון וואס יעדער וועט נהנה זיין, נישט די אייגענע בויך; ווארימקייט, פלעגונג פאר יעדן יחיד געברויכן.
צוימונגען - restrictions
שרעקט אייך נישט, מיר ווערן נישט סאטמאר, אבער אן צוימונגען איז דער גאנצער פראיעקט א שטח הפקר, אמבעסטן א חומה פרוצה. כדי חברים זאלן זיך שפירן זיכער און באשיצט מוז זיין צוימונגען, וואס יא וואס נישט, וואס א התנהגות איז נישט טאלערירט מחמת עס שאקלט די יסודות אדער וואוילזיין פון חברים. כמובן מיר ווילן נישט מאכן סתם אין די וועלט אריין לחומרא, מיר וועלן דעם ענין דערפאר געבן א ברייטער פלאטפארמע אין איינע פון די פראגע בויגן פרקים, מען וועט דאס - גענוי ווי אלע איבריגע קריטישע ענינים - דורך אקערן, דורך זייען, זיצן דערויף שבעה נקיים, ביז מיר וועלן אינאיינעם ארויס געבן א דבר נאה ומתקבל.
די מאנשאפט - גבאים - מעמבערס - משמורות
אן א מאנשאפט ארבעט גארנישט, א מאנשאפט איז די מאשינערי פונעם שיף. ווער איז די מאנשאפט? טראדיציאנאל וואלט עס געווען א באצאלטער מאנשאפט געבינדן צום וועלטליכן עקאנאמיע, נאר מיר פארן מיט א שטיקל אנדער מהלך ווי מיר וועלן שפעטער אביסל מער מרחיב זיין, דערפאר קלערן מיר פון א זעלבסט ענערגעטישער סיסטעם, נעמליך מיר האבן א ראטירנדער סיסטעם פון גבאים, וועלעכע ארבעטן לויט פונקטליכע פארשריפטן באשטימט לויטן ועד אויף די פיס טריט פון די פראגע בויגנס.
טרייב קראפט / ראטירונג / ענערגיע (פיול).
אלצדינג אין דער וועלט אין א געזעלשאפט ברויך א סאציאלער טרייב קראפט אז ס׳זאל ראטירן אן גרייכן א מבוא סתום און אן פרירן אין א ים הקרח. געלט אליינס איז נישט גענוג.
דער דרך העולם איז אז דער לעבנסליניע פון סיי וועלכער פראיעקט איז ענג געבינדן צום עקאנאמישן סיסטעם, נאר אין אונזער פאל ווען מיר געברויכן מער די שעפערישקייט, די רוח, און די אחדות און צוזאמענארבעט, איז געלט א קלענערער פאקטאר, אזוי ווי שוין אויבן גערעדט. אמת, מען קען זיך פון עקאנאמישן סיסטעם זיך נישט ארויס דרייען, אבער זיך סומך זיין בלויז אויף דעם, מאן דכר שמיה. איז דערפאר ווערד זיך ברעכן קעפ ביז מיר האבן ארויס דעם סוד פון א סאציאלער מאגנעטישער ראטירונג, צו עס איז דורך אן אינערליכער באלוינונגס סיסטעם, אדער עפעס אנדערש וואס טראגט גענוג קראפט צו טרייבן דעם מאשין.
אזויווי מיר צילן צו א פארנעם פון א קהילה, און א קהילה ברענגט מיט זיך א לעבעדיגער פארקער, האט א באלוינגונגס סיסטעם דא מער משמעות און פארגלייך צו א ראנגירונג באלוינונגס סיסטעם אויף א פארברענג וועבזייטל מיט אנאנימע חברים, ס'האט ממשות. מיר ווערן אן אייגענע קוואל פאר סטאטוס, און סטאטוס איז א לעבנסגעברויך פונקט ווי אלע לעבנסגעברויכן. גלייכט עס צו מפטיר יונה, עוזר דלים, ס'טראגט ערך פונקט ווי געלט, ווייל ס'סטאטוס. דער עיקר אז דער סטאטוס זאל זיך נישט הערן פורים'דיג נאר ס'זאל טראגן געוויכט. אנדערע ראטירונג קראפטן קען אפילו זיין פארבינדן מיטן עקאנאמישער סיסטעם פון אינווייניג, למשל וואס ברענגט גוטע קאנטאקטן, רעקלאמעס. עולם קומט אריין קלאר.
מלקט זיין פאסיגע עקזיסטירנדע רעיונות און סיסטעמען
ס'דא א סך גוטע ארגאניזאציעס, מיר דארפן האלטן א געניט אייגל, ארום קוקן און זעהן פון וועלכע עקזיסטירנדע גרופעס און ארגאניזאציעס מיר קענען נאשן גוטע רעיונות, פון חסידישע, שטאטישע, ביז גרופעס אויפגעשטעלט מיט ענליכע צילן. מיר מאכן נישט נאך בלינדערהייט, אבער מיר נאשן ווען אונז זעהן דאס פאר נוצליך.
מאכן קאנטאקט פאר הילפבארע קוועלער
בדומה להנ"ל, איז פאראן עקזיסטירנדע הילף ארגאניזאציעס, אדער סתם גוטע קוועלער פאר הילף פון דרויסנדיגע אינסטיטוציעס. מיר לייגן זיך נישט אין קיינעם'ס הענט אריין חוץ אונזערע, נאר מאסף זיין חיונה לטובת אונזער סטרוקטור איז נישט קיין עבירה, ואדרבה.
דער ועד / פארשריפטן / פראטאקאל / קאנסטיטוציע
דער ועד איז דער מאנאטאר פונעם סיסטעם, אז דער ועד איז א געזונטער פארט אלעס על מי מנוחות, דערפאר מוזן מיר אריינלייגן די מערסטע כוחות אינעם ועד, וויאזוי ער אפערירט.
דער ועד איז די וואס אנטוויקלען די פראגע בויגן'ס, זענען מחליט וואס איז ראוי ארויף צו גיין אויפן פראגע בויגן, וועלעכע ענטפערס זענען ראוי גענומען צו ווערן אין באטראכט, און וויאזוי מען וועלט דעם רוב, וכדו'.
נאר אויך דער ועד דארף פארשריפטן, דהיינו, ווער איז ראוי פאר א חבר הועד, ווי ווייט מעג ער ניצן זיין אייגענער חות דעת. און וויאזוי לויפט דער ועד'ס מעכאניזם, ווי אפט זיצט מען, וויאזוי האלט מען דאס עפעקטיוו און שפרודלדיג וכו' וכו'.
א סך קאפ און מח וועט מען דארפן ברעכן ביז מען וועט ארויסהאבן דעם שביל הזהב פון א געזונטער פונקציאנירנדע קאמיטע, סיי ס'זאל האלטן דעם לעבנסגייסט און סיי ס'זאל ז׳ך האלטן ביושר. יעדנפאלס איז געראטן אז דער ועד זאל אפערירן לויט א באשטימטער בוך (סקריפט), ווי מער נואנסן אלץ בעסער, כמעט ווי א סאפטווער, אזוי אז ס'זאל ארבעטן ביושר וביעילות, אן דער באדראאונג אז עס זאל אריינפאלן אין איין מענטשנס הענט און אן צוקומען צו אומפעאיגקייט. דאס הייסט אז די וועג וויאזוי מען שטעלט פאר א זיצונג איז גאר שטארק פארגעשריבן, א בחינה פון התרת נדרים, נאר מיט מאלטיפל טשויסעס פארשטייט זיך. דער אופן וויאזוי מען מאכט דעם סקריפט מיט פארשריפטן קען אויך געטוישט ווערן לויט כללים.
שפאקטיוו אויפן שדה המציאות - רויע מאטריאל מיט וואס מיר גייען צום טיש
אלץ א טייל פון אריינטרעטן אינעם ענין איז ווערד נעמען אין באטראכט - מיט וואס גייען מיר צום טיש? דהיינו ווער איז אונזער עולם, און וואס זענען אונזערע קוועלער אלץ ערשטער טריט אריין?
הייבן מיר אן מיטן עולם, ווער איז אונזער קראוד, וואס איז די דעמאגראפיקס, אין דעם ערשטן דור?
קודם כל ס'וועט זיין כמעט אלע אידיש רעדנדע פון חסידי'שע שטיבער.
לויט אונזער אויבערפלעכליכער שאצונג הייבן מיר אן מיט אכציג צו ניינציג פראצענט מענער פאר זיך (פארהייראט צו סינגל), א קליינער פראצענט פרויען פאר זיך (פארהייראט צו סינגל), און א קליינער פראצענט גאנצע משפחות. מיר קענען רעכענען אז נאנט צו האלב פון די אלע זענען געבינדן צום חסידישן לעבנסשטייגער און אפילו פארהייראט מיט קינדער, ד.ה, אז זייער באטייליגונג איז בחשאי, בעת די איבעריגע זענען מער בויגזאם, אדער גענצליך אומאפהענגיג. מיט צייט וועלן די דעמאגראפיקס זיך לכאורה דראסטיש טוישן, אבער דאס איז וואס מיר שאצן פארן אנהייב, און עס איז גארנישט שלעכט דערמיט.
א גרויסער פראצענט פון אונזער קראוד וועלן האבן דורכגעגאנגען גאר שווערע פרקים אין זייער לוח השנה, זייער סאציאלער סטרוקטור צו'חרוב'ט, דער מאראלער קאמפוס פארנעפלט, צוריסן צווישן וועלטן און הרגשים, חששות, שלום בית ראנגלענישן אדער גירושין, משפחה געריכטן, אויסווארצלונג פון די אייגענע משפחה געזעלשאפט און אפילו יוצאי חלציהם. פינאנציעלע ראנגלענישן, פארלוסטן, בזיונות, נידערלאגעס, אידענטיטעט קריזיס, אומצוטרוי, סתם גייסטישע עייפות, צינישקייט, און פאוסט טראומא. טייל פון די וועלן זיין שקוע אין קורצזיכטיגע פארוויילונגען, הנאות, און אפילו הוליערייען, נישט האבנדיג דעם קאפ צו הערן וועגן לאנגטערמיניגע פלענער דבר שלא בא לעולם, נאך דעם וואס זייער פונדאמענט איז צו'חרוב'ט, צופראסקעט, און צוקונפט פארנעפלט.
וועגן יארגענג, שאץ איך, די מתחילים וועלן זיין בעיקר פון 25 ביז 55. אבער ס'וועלן זיין אויך יונגערע און אויך עלטערע, לכאורה ביז די זיבעציגערס. ס'וועלן זיין מענטשן מיט ספעציעלע געברויכן ווי בעלי חולשות און מחושים, און מיר ווילן יעדער זאל ביי אונז זיין פאר יעדן.
יעצט גייען מיר צו אונזערע ריסורסן, מיט וואס א כלים און קוואליפיקאציעס קומען מיר צום טיש?
צום אלעם ערשטן, מיט א הויכע דאזע פון אפטימיזם, מוטיגקייט, רבותי מיר וועלן זיך מאכן ביז מיר וועלן ווערן. אין לובאוויטש זאגט מען אז ס'דא ביטול איז דא ארט פאר שפע.
פאטענציאנאל פארמאגן מיר אזוי, שעפערישע קעפ, בדיעבד האט א ישיבה קאפ א שטארקער בענעפיט, מיר פארמאגן נייגעריגקייט, ענערגיע, ארויס פון דער באקס, וואנזיניגע זעלבזיכערקייט וואס קען אונז גוט צוניץ קומען. מיר דארפן בלויז אנערקענען יעדן'ס טאלאנט, אים שטעלן אויפן פאסיגן ארט, האבן מיר אטאמישע כוחות.
מיר שטאמען פון די OG סטארטאפ חברה, זעה נאר וואס אונזערע ברודער חסידים בויען נאר נישט, א וועלט פיתום ורעמסס, מיר זענען פון זעלבן בלוט און פלייש, קענען מיר נישט די זעלבע? מיר שטאמען פון א נעישן וואס האט אנגעהויבן נאכאמאל און נאכאמאל. בנוסף האבן מיר דער איינגעבוירענער חוש פון זיך האלטן צוזאמען וואס לא דבר קטן היא כלל. און צום קלימאקס, מיר זענען אין עם הנבחר, צו עטץ ווילטס צו נישט, מיר ברויכן נאר שיפטן דעם נבחר צו אונזער זייט…
פאקטישע ריסורסן פארמאגן מיר אזוי, איך הייב אן מיט קלייניגקייטן, לאכט נישט, יעדער איז מוזמן צו ברענגען נאך כשרון צום טיש:
קעכערס: מיר זענען רובינו קעכערס, מיר זענען געהאדעוועט אין קיטשען מער ווי רעסטוראנען. ווען דער ענין פון סעודות קומט אריין אין בילד, דארף מען עס בלויז גוט אראנדזשירן, און ס'וועט זיין וואס צו עסן.
שרייבער: די והותר בלי עין הרע, און ס׳וועט זיין גענוג ראלעס רבותי…
לעקציע געבערס / בעלי הרצאות: אויך פון דעם זעהן מיר א שיינער אויסוואהל לפני עינינו. די באשטייערונג פון לעקציעס, א שפורדלדיגער קולטור במחנינו, איז אין לשער.
ואידך זיל גמור, זאל דער עולם אריינקומען קלאר, געשעפטס לייט, ארטיסטן, טעכנאלאגיקער, ארגאניזירער, שוויצערס, געזונטהייט מומחים וכו' וכו', און די פארטי הייבט אן געשען.
באשר געלט איז אזוי, אויף וויפיל מיר דארפן, שטעל איך זיך פאר ס'איז געוואנדן וויאזוי מיר פונקציאנירן און טרעטן אויף, אז מיר שפילן גוט איז דא די כלי, און אז ס'דא די כלי קען זיך עפענען קעשענעס מער ווי ווען ס'נישט דא א קלארער מהלך. קודם כל קען מען אנטוויקלען א סיסטעם וויאזוי דער עולם קען געבן נדבת לבם, נאך א זאך וואס מיר האבן, טאמער פעלט באמת אויס עפעס א גרעסערער סכום פאר סיי וואס א סיבה (נאכאמאל, מיר זוכן פיל מער חברים'ס אקטיוויזאציע ווי סתם קאלטע געלט און לעבנסלאזע אביעקטן וואס געלט קען קויפן) זענען מיר טרענירטע שנארערס, וואס א גוי קען נאר חלום'ן, מיר זענען רובינו געוואקסן מיט שנאר מודעות יעדן טאג, שבת אפיל'ס, טי פארטי'ס, ראש חודש און פורים שנאר רימפל, הקיצור מיר קענען די מלאכה ווי נאר מיר קענען, און מיר קענען ארויסנעמען אונזערע אלטע סקול'ס ווען מען דארף, איינשפאנען דעם עולם אויפן ריכטיגן אופן.
וואס מיר קענען נישט:
פאר די פעסעמיסטן נאט אייך א ביינדל, גערעכט, מיר האבן באגרעניצונגען:
מיר קענען נישט בויען רוים אין איין טאג, מיר דארפן גיין צושטייטעלעך
נאך עפעס וואס מיר קענען נישט, איז זיך קריגן. נישט יעצט. עס וועט נאך זיין פלענטי צייט פאר דעם, אבער יעצט, ביים בויען די יסודות קענען מיר זיך דאס נישט ערלויבן.
קריטישע אבזערוואציעס צו נעמען אין באטראכט איידער מיר הייבן אן:
אויסוואורפן, טראבל מעיקער
פראפעשענעל און פסיכאלאגישע אויפמערקזאמקייטן
פחד און חששות וועגן משפחה און געמיינדע
ווער איז וועלקאם?
וואס איז אונזער רעליגיעזער שטאטוס? (צ.ב.ש. וועט זיין דער ענין חיתון. און א רעיון איז אז, גלייך ווי סירישע זענען אפגעטיילט פון מאראקאנער מחמת מנהגים, קטניות, חיתון ועוד, אבער בלייבן גוטע ברודער, קענען מיר אויך פארמאגן עטליכע קהילות)
שאו ידיכם קודש: פראטאטיפ אבסטראקט פאר די ערשטע למעשה'דיגע שטאפלען
שפרינגט נישט רבותם פון די הויט אז עפעס זעהט נישט אויס לרוחכם. שלאפט עס איבער, און געדענקט דאס איז נאר היפאטעטיש, מען קען אלץ טוישן פרטים, דער שרייבער פון די שורות האט שוין מער פון איין מאל געטוישט פרטים רעדנדיג מיט חברה, און עס ענדיגט זיך נישט דא, דער עיקר רבותי, מיר ארבעטן צוזאמען. דער גרעסטער נסיון וואס מיר שטייען פאר איז חוסר מרץ און קינדישע רייבערייען, דאס זיך פונאנדערגיין פאר מען גיט עפעס א טשאנס.
צו אלעם ערשטן איז קריטיש וויכטיג צו האלטן די רוקנביין פונעם איינהייט, דאס איז נישט גרינג, מיר זענען געוואוינט צו איינזאמקייט, אינדעווידואליזם, יעצט וועלן מיר אינאיינעם בויען א פאראייניגונג, נאר א צוזאמענקייט וואס איז נישט דיקטאטוריש, איינזייטיג, עגאאיסטיש, א צוזאמענקייט וואס רעכנט זיך מיט געפילן און יעדנס וואוילזיין, און נישט אינטערעסן פון איין גרופע.
וויבאלד רעאליסטישקייט איז נר לרגלינו זייט ביי זייט מיט טעטיגע אפטעמיזם, און נישט אופארישע עקסטעזעס, הייבן מיר אן הצנע לכת, בעיבי סטעפס. מיר האבן געקלערט פון דריי פארקערפערונגען אין אונזערע ערשטע שטאפלען, פאלגנט איז די אבסטרקט-
- העדקוואדער, אין פארעם פון אן אייגענער פלאטפארעם. דינט אלץ א צירוף פון קהילה ווירטשאפט און הילף ארגאניזאציע, דאס ווערט אפערירט מיט חכמה ותבונה על ידי אנ"ש לויט קלארע פארשריפטן. דא ווערן געשאפן אייגענע פראדוקטן מעשי ידי חברינו, פראגראמען, קולטור צענטער, גורו'ס, אפילו עקספאס, און פארשטייסט זיך אנאונסמענטס, מזל טוב'ס און נושא בעול ובצער. אינעם נישט ווייטער עתיד קענען מיר שוין קלערן פון די קינדער צווישן אונז, און פון געבן א בכבוד'יג פלאטפארמע פאר די עלטערע צווישן אונז, בקיצור א לעבעדיגער ארגאן.
- רעפערענצן: א געטרייער שטאב ארבעט צובר צו זיין לשבור בר, רעפרענצן און פראטעקציעס צו קריטיש וויכטיגע ריסארסן. נאר כדרכינו, שטארק באגרינדעטע רעפרענצן, מיר זענען נישט קיין פורים שפילער. א רעפרענץ קען זיין יעדער ארגאניזאציע, שול, גרופע, אפילו א פארברענגונגס גרופע און וואס נישט, כל זמן ס'קען ברענגען נוצן פאר דאס וואוילזיין פון א חבר אין א געוויסער נויטיגער תחום און במיוחד אין זיין גרויסן בילד. אזויווי אויבן אויך דא הייבן מיר אן מיט איין אדער צוויי זאכן, און עס בויט זיך א שטיין נאך א שטיין.
- לאקאלע צאמקומען: דינט אלץ דעם פיזישער טייל פון א קהילה אין אירע ערשטע שטאפלען. שוין אין די בראשית שטאפלען וואלטן מיר שוין געמעגט אראנדזשירן קוריקעלומס פאר צוזאמענקומען אויף א ריטואלער אופן, נישט פארברענגענס סתם, נאר מודרך, עפעס בדומה צו א שיעור, א תפילה בציבור, א סופארט גרופ, א יאגא גרופע, א ווארקשאפט, נאר קאסטום דיזיינד לויט אונזער נואנסירטער שטייגער. (זייט ביי זייט מיטן ריטואלער סדר, קען מען קלערן פון אן אינערליכער "חברים", א סוקסעס "שטייגן" פראגראם, און "כולל" א שעה א וואך וואו מען לערנט באלערנדע ביכער וכדו'. אלץ לויט א געוויסער נוסח נישט סתם אבי, אזוי האלט מען דעם מסגרת און כבוד פונעם גרופע. דאס כבוד פון גרופע איז אייער כבוד און אייער שטארקייט).