קלימאטן טויש: אמת, שקר, אדער ערגעץ אינדערמיט?

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,118
רעאקציע ראטע
7,928
פונקטן
933
איך עפן די שנירל ווייל ס'איז דאכצעך נאך נישט פארהאן דא אזא שנירל פאר אזא וויכטיגע סוגיא.

איך וועל זיין אפן... איך בין זייער באזארגט איבער די נושא, און די גלייכגילטיגקייט לגבי דעם ביי געוויסע. פון וויפיל איך האב געליינט און געהערט, געפארשט און געזוכט, איז מיר היבש קלאר אז דאס איז א ריכטיגע געפאר, און אונז שטיי מיר אויס מיטצולעבן היסטארישע טוישונגען, אין דעם רעלאטיוו נאנטן צוקונפט, צו אונזער וועג פון לעבן.

איך האב געטראכט צו עפענען א שנירל ביי "נייעס" איבער נייעס ארום די נושא, ווייל איך האב געוואלט מיטטיילן עפעס וואס איך האב געליינט דערוועגן, אבער איך האב מיר איבערגעטראכט אז זייער אסאך זענען מסתם אזוי ווייניג באקאנט מיט דעם אז נייעס איבער דעם וועט פאלן אויף טויבע אויערן.

במילא דא וועט מען דן זיין אויפן עצם געדאנק פון קלימאטן טויש. וואס זאגן די סייענטיסטן? וואס איז צו ערווארטן? קען מען עפעס טוהן דערצו? אא"וו

ביטע בלייבן אויפן עצם דן זיין איבער די סייענס שבו. ביטע נישט אריינמישן פאליטיק. ש'כח.
 
א לעצטיגע באריכט פון NYT איבער וויאזוי אין איראק מוטשעט מען זיך שוין מיט וואסער מאנגלען, און וויאזוי די מער די טרוקעניש, די מער די אומסטאביליטעט פון ציווילע בירגער, די מער אויסוואנדערונגען, די מער אומסטאבילקייט אין שכינות'דיגע לענדער, וכו' וכו'... ס'איז גאנץ דעפרעסינג.

View: https://youtu.be/RNNPxwiPfAI?si=qlJS4m_DHxUoSraV
 
ס'איז מיר געווען א שאק אז "מאמענט" פילט גענוג באקוועם צו לייגן דאס אויפן דעקל...
1000392641.jpg

הגם עס גלייבט זיך שווער אז די מסקנא פונעם ארטיקל וועט זיין ווי די סייענטיסטן. (אדרבה, לאזט וויסן אדער לייגט דא בילדער פונעם ארטיקל, אויב קויפט איר די מאמענט.)
 
ס'איז מיר געווען א שאק אז "מאמענט" פילט גענוג באקוועם צו לייגן דאס אויפן דעקל...
View attachment 4837

הגם עס גלייבט זיך שווער אז די מסקנא פונעם ארטיקל וועט זיין ווי די סייענטיסטן. (אדרבה, לאזט וויסן אדער לייגט דא בילדער פונעם ארטיקל, אויב קויפט איר די מאמענט.)
איך האב געוויסט איך האב ערגעץ יעצט געזען דעי טאפיק..

העל איך מיך זעצן ליינען.. איך האף מארגן צי האבן א קלארע תשובה פאר דיר..
 
איך עפן די שנירל ווייל ס'איז דאכצעך נאך נישט פארהאן דא אזא שנירל פאר אזא וויכטיגע סוגיא.

איך וועל זיין אפן... איך בין זייער באזארגט איבער די נושא, און די גלייכגילטיגקייט לגבי דעם ביי געוויסע. פון וויפיל איך האב געליינט און געהערט, געפארשט און געזוכט, איז מיר היבש קלאר אז דאס איז א ריכטיגע געפאר, און אונז שטיי מיר אויס מיטצולעבן היסטארישע טוישונגען, אין דעם רעלאטיוו נאנטן צוקונפט, צו אונזער וועג פון לעבן.

איך האב געטראכט צו עפענען א שנירל ביי "נייעס" איבער נייעס ארום די נושא, ווייל איך האב געוואלט מיטטיילן עפעס וואס איך האב געליינט דערוועגן, אבער איך האב מיר איבערגעטראכט אז זייער אסאך זענען מסתם אזוי ווייניג באקאנט מיט דעם אז נייעס איבער דעם וועט פאלן אויף טויבע אויערן.

במילא דא וועט מען דן זיין אויפן עצם געדאנק פון קלימאטן טויש. וואס זאגן די סייענטיסטן? וואס איז צו ערווארטן? קען מען עפעס טוהן דערצו? אא"וו

ביטע בלייבן אויפן עצם דן זיין איבער די סייענס שבו. ביטע נישט אריינמישן פאליטיק. ש'כח.
די וועלט ווערט ווארימער יעדע יאר דאס איז א פאקט, און מ'דארף עפעס טוהן דערוועגן, פונקטליך וואס אויף דעים איז שוין דא פארשידענע מיינונגען
 
סקען טאקע זיין אמת אז די קלימאט טוישט זיך און אז סהאט א השפעה אויף די מענטשהייט, אבער נאך אלס בין איך סקעפטיש בנוגע אפאר פראגעס:

1) ווי שטארק איז די אפעקט? למשל די סטראשונקעס אז ממש די פלאנעט גייט חרוב ווערן, אדער אז עכ״פ די ריזיגע קאוסטעל סיטיס וועלן אינטערגיין, זעהט אויס צו זיין היפש איבערגעטריבן, און דערמאנט אביסל פון די כסדר׳דיגע ווארענונגען די לעצטע 20 יאר אז איראן האלט צוויי וואכן אוועק פון א נוקלעארע באמבע..

2) ווער זאגט אז סך הכל איז עס טאקע אזא נעגעטיווע אפעקט? דהיינו אלס קען מען טרעפן נעגעטיווע חלקים א פועל יוצא פון די קלימאטן טויש, אבער צו זענען דען נישט דא פונקט אזוי גענוג פאזעטיווע אפעקטן, ווי למשל דאס קענען וואוינען און זיך באוועגן און ריזיגע חלקים פון די צפון זייט וועלט.

3) וויפיהל קען מען שוין טוהן עס צו פריווענטען, און צו איז עס נישט אסאך מאל יצא שכרה בהפסידה?

די עיקר נקודה וואס באדערט איז אז סאיז נישט דא וועם צו טראסטן אין דעם נושא, ווייל וויבאלד סאיז געווארן א פאליטישע נושא איז די לינקע פערפעשענאל וועלט אטאמאטיש בייעס צו די זייט פון פרא קלימאטן טויש, און מאכט זיכער אייביג צו ברענגן דוקא יענע זייט פון די מטבע. (כעין זה האט מען געזעהן למשל ביי קאוויד ווען די פראפעשענאל וועלט האט געהאט א אינטערעסע צו זאגן אז סאיז נישט געקומען פון א לעב-ליעק און צוליב דעם האבן סיי געשטיפט די בעל חי טעאריע על אף וואס סאיז לכאורה יא געווען א לעב-ליעק ואכהמ״ל).
 
און דערמאנט אביסל פון די כסדר׳דיגע ווארענונגען די לעצטע 20 יאר אז איראן האלט צוויי וואכן אוועק פון א נוקלעארע באמבע..
ס'קומט נישט אריין דא. אבער, אסאך מענטשן זענען זיך טועה. ווען מ'זאגט די לעצטע פאר יאר, אז איראן האלט צוויי וואכן אוועק פון א נוקלעאר, מיינט מען צו זאגן אז אויב ווילן זיי, קענען זיי אין צוויי וואכן אנקומען צו א נוקלאער. נאר (אפיציעל) ווילן זיי נישט, ווייל זיי דארפן די עיקר די נוקלעאר פאר ציווילע באנוץ. אשר על כן רוקן זיי נישט ווייטער די נוקלעאר קראפט, ווייל זיי דארפן נישט קיין באמבע (און זיי האבן מורא פון די וועלט, כמובן).

ואגב דאגב, איז היינט נתפרסם געווארן אין פאקס, אז איראן האט שוין נוקלעאר באמבעס פאר יארן.
 
יישר כח @מר שושני פארן ארויפברענגען די נושא.

איך געדענק ווען לעיזער קרויס האט גערעדט דערוועגן אויף קול מבשר בין איך געווען זייער בייז, בפרט אויף די וועג וויאזוי ער האט גערעדט דערפון. למעשה האב איך מחליט געווען צו ליינען און הערן אביסל. און אויב האט עס עפעס אויפגעטון בין איך ס"ה געווארן מער צומישט. ס'האט מיר געמאכט קלאר אז איך בין נישט קיין עקספערט אין קלימאטן סייענס, און אז איך וועל לכאו' נישט ווערן אזוי שנעל. אבער מער פון דעם האט עס מיר קלארער געמאכט וויאזוי אפי' אין די סייענטיפישע קאמיוניטי איז דא א לעוועל פון טראסט וואס וואלט געמעגט האבן אביסל מער סקראָטיני לדעתי, און אז זאכן זענען נישט ממש אזוי געשניטן ווי 'די קאנצענזעס' לייגט עס אראפ.
דאס אלעס אן אריינגיין אין די פאליטיק, און אין די פאטענציאלע שריט וואס מיר דארפן - אדער דארפן נישט - נעמען..

איין בוך (צווישן אנדערע וואס ב'האב געליינט דערויף) ביי Paul Caruso, הייסט 'How to Cure a Climate Change denier' איז געווען אינטרעסאנט פאר מיר - ווי ער לייקנט אפ אלע ראיות אז די טויש האט צוטון מיט עמישאנס. און הגם איך האב נישט נאכגעקוקט אלע זיינע פאקטן (ניטאמאל בין איך קוואליפיצירט דערפאר), מאכט ער אן איבערצייגענדע קעיס דארט.
אליעזר קרויס אליין האט אויך געהאט געוויסע סטאטיסטיקס, וואס ווען דו קוקסט עס נאך איז עס נישט אזוי פשוט אז 'סייענס האט עס גענומען אין אקאונט' - עגעין - לדעתי הענייה.
און על כולם האב איך געזען דעם פאלגענדע דעבאטע אויף ראש בראש, פון וואו איך בין ארויסגעקומען מער צומישט ווי איך בין אריין, און איך האב פארשטאנען אז ס'ליגט דא מער נואנס ווי איך האב געמיינט בעפאר:
View: https://www.youtube.com/watch?v=Vt2zFYvv_2Y

פון מיין זייט בין איך ווייטער מער איבערצייגט אז עס איז יא א פראבלעם, און ווען איך האב סייענס פון איין זייט ווס די ריזיגע אויל קארפאראציעס פון די אנדערע זייט, איז ביי מיר נישט קיין ספק וועמען ענדערש צו טראסטן. בפרט נאך וואס געוויסע סאלושענס און געוויסע 'גרין ענערדזשי' טעכנעלאגיעס זענען ממילא גוט און וויכטיג צו ווערן גענומען אין באטראכט. מיט דעם אלעם נעם איך די 'אלארמיסטן' מיט א גרעין אוו סאלט, און יעדע מימרא, יעדע פאליסי, דארף ווערן נדון לגופו.
 
וואס ווייזט מיר דאס איבער די סייענס פון קליימעט טשעינדזש?

יא, ס'ווייזט אז דזשאו ראגען איז אמאל געווען נארמאלער ווי היינט (זע דא..).
ס'ווייזט אז ער האט פארשטאנען אביסל וואס טראסט אין סייענס מיינט און אז ער קען גוט איבערזאגן וואס זיי זאגן.
אבער ער איז גארנישט מחדש און ער קלארט גארנישט אויס אין די עצם הסוגיא.. אדער?
 
איך ווייז נאר אז צו שרייען חי וקים אז ס׳איז שטותים, איז סתם ignorance
 
Back
Top