עקאנאמישע דיסקוסיעס

אילאן מאסק קען גארנישט טוהן מיט די געלט וואס ער איז ווערט, עס איז טאקע נאר א שאצונג וויפיל ארבעט ער קעו טוהן (אילאן מאסק קען נישט יעצט קויפן זאכן פאר 362.5 בילליאן דאלאר)
 
אילאן מאסק קען גארנישט טוהן מיט די געלט וואס ער איז ווערט, עס איז טאקע נאר א שאצונג וויפיל ארבעט ער קעו טוהן (אילאן מאסק קען נישט יעצט קויפן זאכן פאר 362.5 בילליאן דאלאר)
ער קען פארקויפן סטאקס פאר 'ריעל געלט' און עס נוצן!
 
ווייל מענטשן גלייבן אין זיין ארבעט אין זענען גרייט צו צאלן פארדעם
 
מענטשן גלייבן אין זיין ארבעט
דא ליגט דיין קאנפלאציע, ס'איז נישט זיין 'ארבייט' וואס די געלט רעפרעזענטירט, ס'איז די 'גלייבן' פארוואס מ'צאלט.. ס'איז אלל-אבאוט 'פאטענציאל' - לאפוקי עכטע און מאטעריאליסטישע ארבייט.
 
אבער וויבאלד מענטשן גלייבן, זענען זיי גרייט צו געבן זייער פראף פון ארבעט ווייל זיי גלייבן אז ער גייט טוהן מער ארבעט מיט דעם (אזוי ווי איך האב שוין געזאגט, עס איז נישט קיין פראף אז די האסט געארבעט, עס איז פראף אז עס איז געווארן געטון ארבעט, ער קען נישט גארנישט טון מיט זיין ווערט ביזווילאנג איינער וואס האט געטון ארבעט געט עס אוועק פאר אים)
 
ביזווילאנג איינער וואס האט געטון ארבעט געט עס אוועק פאר אים)
אויך נישט זיכער, ווייל ער קען גיין אין באנק וואס וועט אים פארבארגן געלט פריש ארויס פון דרוק - אויפן חשבון פון זיין פאטענציאל. קיין ארבייט איז דא נישט פארמישט בכלל.
אפי' געלט וואס מענטשן סעיוון אין די באנק איז אויך מער נישט 'עכטע געלט' איינמאל עס ווערט פארבארגט, ווייל צוויי מענטשן קענען נוצן דעם זעלבן דאלאר אויפאמאל, דער מענטש מיט די קרעדיט און דער לוה וואס בארגט עס..
 
קיינער פרינט נישט קיין געלט סתם אז די באנק זאל האבן געלט... די געלט וואס מען פרינט איז צו ריפלעסן אלטע ציריסענע געלט וואס מען קען שוין נישט ניצן, און אויך צו קאנטראלירן אינפלאציע (ווייל אין א געזינטע עקאנאמיע מיז זיין אביסל אינפלאציע) און טאקע ווען מען פרינט מער געלט וויפיל ארבעט עס איז אריינגעלייגט געווארן אין די עקאנאמיע פאלט די דאלאר (וואס דאס מיינט אז יעדער געט אביסל פון זיין געלט/ארבעט פאר די גאווערמענט). די געלט פון באנק, אפי' עס איז "פריש ארויס פון דרוק" קומט עס נאך אלטס פון מענטשן וואס האבן געגעבן זייער געלט/ארבעט פאר די באנק צי האלטן.
און לגבי דאס אז צוויי מענטשן קענען ניצן די זעלבע דאלער, עס איז נאר אמת ווי לאנג די באנק האט געלט פון א צווייטן וואס יענער ניצט נישט יעצט זיין געלט, אויב יעדער וועט קימען ארויס נעמען זייער גאנצע געלט אויף איינמאל, וועט די באנק טאקע נישט קענען באצאלן פאר יעדעם (אויך נישט קיין געלט פריש ארויס פון דריק...) ווייל די באנק האט אינוועסטירט א חלק פון די געלט אין אנדערע אינוועסטמענטס.
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז נאר אמת ווי לאנג די באנק האט געלט פון א צווייטן וואס יענער ניצט נישט יעצט זיין געלט
נישט ממש!

איך לייג אריין הונדערט טויזענט דאלאר אין באנק און איך האב לכבוד דעם גענוצט מיין דעביט קארטל איינצוקויפן אין גראסערי פאר מיין פסח ארדער, די באנקנאטן וואס איך האב אבער אריינגעלייגט ליגט שוין יעצט ביי נתנאל (אלס לאון) וואס האט געקויפט דערמיט אינווענטארי פון חיים מעכל פאר זיין ביזנעס. חיים מעכל האט עס ווידער אריינגעלייגט אין באנק, דאס מאל אפצוצאלן זיין קרעדיט קארד חוב וואס האט אים געקויפט א נייע קאר לעצטע וואך. און שמואל וואקט נארוואס אריין אין באנק צו באקומען די (זעלביגע) $100,000 אלס א מארגעדזש פאר זיין נייע הויז.

יעצט זאג דיר מיר וויפיל 'עכטע ארבייט' אונזער 100 אלפים רעפרעזענטירט אין דעם געשיכטע?
 
די באנקנאטן וואס איך האב אבער אריינגעלייגט ליגט שוין יעצט ביי נתנאל (אלס לאון)
און שמואל וואקט נארוואס אריין אין באנק צו באקומען די (זעלביגע) $100,000 אלס א מארגעדזש פאר זיין נייע הויז
בסך הכל איז די באנק גרייט צי אויסלייגן פאר מענטשן געלט ווייל זיי ווילן באקימען אינטרעסט. אמת טאקע עס איז נישט דא צוויי מאל די געלט אין די באנק אבער פארגעס נישט די באנק האט אויך אינדרויסענדיגע אינוועסטמענס וואס איז אויך ווערט געלט.
אין פאל פון דיין ביישפיל, אויב נאך די אלע זאכן וועט די גראסערי אייגנטומער אריינשפאצירן אין באנק ארויסצונעמען זיין הונדערט טויזנט דאלער וואס ער האט באקימען פון דיר גייט די באנק נישט האבן פון ווי אים עס צי געבן (חוץ אויב עס איז דא אנדערע אומבאניצטע געלט פון אנדערע מענטשן)
 
אויב נאך די אלע זאכן וועט די גראסערי אייגנטומער אריינשפאצירן אין באנק ארויסצונעמען זיין הונדערט טויזנט דאלער וואס ער האט באקימען פון דיר גייט די באנק נישט האבן פון ווי אים עס צי געבן
טאקע נישט! פארדעם איז א באנק געלויף די ערגסטע זאך אין מאדערנע עקאנאמיע, עכ"כ אז די רעגירונג אליין שטיצט אונטער בענק אין פאל מענטשן הייבן אן לויפן דערצו (כדי אפצוהאלטן די איבעריגע פון קומען און צוזאמלייגן דאס באנק).

די נקודה איז אז געלט כהיום רעפרעזענטירט נישט נאר ארבייט און מאטעריאל, נאר אויך פיוטשער ארבייט און פיוטשער מאטעריאל וואס מ'קוקט שוין יעצט אן ווי געלט און ווי וועליו וואס מ'קען פארנוצן.

אין מיין פריערדיגע געשיכטע, די ערשטע 100 טויזענט איז דאך עכטע געלט (וואס איך לייג אריין נאך א יאר ארבייט לדוגמא), און ווען איך נוץ א רעפרעזענטאט דערפון (-דעביט קארטל) אין געשעפט איז אלעס ווידער לעגיטימע און עכטע געלט/פראדוקטן דערווייל.
ווען די באנק געבט עס אלס לאון פאר נתנאל האבן זיי יעצט באמת 'באשאפן' וועליו, וויבאלד זיי רעכענען שוין אז די מאטעריאל וואס נתנאל גייט איינקויפן ליגט שוין ביי אים אין טאש און אז זיי גייען דערצו נאך באקומען אינטרעסט, ווען אין פאקט איז עס נאך א דבר שלא בא לעולם.
חיים מעכל נוצט די 'אויפגעמאכטע געלט' צו באצאלן פאר זיין 'עכטע' קאר, און אפצאלן די נעכטיגע לאון וואס ער האט גענומען דערויף.
און ווען שמואל וואקט אריין הייבט זיך די שפיל אן פון פריש..
 
לעצט רעדאגירט:
די באנק האט נאר די מעגליכקייט אויפצימאכן געלט וויבאלד עס איז דא אימבאניצטע געלט (עס זעהט נאר אויס אויפגעמאכט וויל "זיין" געלט איז דאך שוין געגעבן פאר א צווייטן)
טאקע ווייל געלט איז עכטע ארבעט איז א באנק געלויף א פראבלעם, ווען די באנק קען ווען סימפלי "באשאפן/ אויפמאכן געלט וואלט עס בכלל נישט געווען קיין פראבלעם
 
איך מיין אונז פארשטייען זיך און עגריען מער ווייניגער (זאג מיר אויב איך בין זיך טועה). ס'איז יעצט נאר א סעמאנטישע טענה'ריי צו פיוטשער ארבייט הייסט 'עכטע ארבייט' אדער נישט.

איך פארשטיי אז ווילאנג עס רעפרעזענטירט גארנישט ממשות'דיג איז עס נאר בבחינת 'כל העומד', און וויבאלד עס האט די מעגליכקייט צו קראכן (אזויווי די מארקעטס האבן נארוואס געטון) רוף איך עס נישט עכט.
ווס, דו, וואס דו האלסט אז כל זמן זיי ווערן נישט באשאפן פון thin air (נאר אויף חשבונות - אפי' פון די עתיד) הייסט עס יא 'עכט'.

איך הער.
 
ווס, דו, וואס דו האלסט אז כל זמן זיי ווערן נישט באשאפן פון thin air (נאר אויף חשבונות - אפי' פון די עתיד) הייסט עס יא 'עכט'.
נישט ממש, איך האלט אז ארבעט וואס איז נאך נישט געטון געווארן האט בכלל נישט קיין וועליו ביז איינער וואס האט שוין יא געטאן ארבעט איז גרייט אוועקציגעבן זיין ארבעט פאר דעם ווייל ער האלט אז מיט זיין ארבעט גייט געטון ווערן מער ארבעט.
 
נישט ממש, איך האלט אז ארבעט וואס איז נאך נישט געטון געווארן האט בכלל נישט קיין וועליו ביז איינער וואס האט שוין יא געטאן ארבעט איז גרייט אוועקציגעבן זיין ארבעט פאר דעם ווייל ער האלט אז מיט זיין ארבעט גייט געטון ווערן מער ארבעט.
וועלכע 'עכטע ארבייט' גייט אריין אין א לאון וואס די באנק פארבארגט (פאר א פאטענציאלע ביזנעס)? ס'איז דאך נישט די געלט פון דער וואס האט עס אריינגעלייגט אין באנק, ווייל ער נוצט בו בזמן די זעלבע געלט אין פארעם פון א דעביט קארטל?!
 
ווייל דער וואס טשארדשט דעם דעביט קארד קען גארנישט טון מיט זיין טשארדש אויב עס איז נישטא קיין צווייטער וועמענס געלט/ארבעט מען קען בארגן
 
איך ווייס אז עס איז דא אזא זאך אז בענק זעהן אויס אזוי ווי זיי מאכן נייע געלט, אבער באמת איז עס נאר אן אילאזיע ווייל עס איז נישטא אזא זאך ווי געלט אן קיין ארבעט אינטער דעם.
 
ווייל דער וואס טשארדשט דעם דעביט קארד קען גארנישט טון מיט זיין טשארדש אויב עס איז נישטא קיין צווייטער וועמענס געלט/ארבעט מען קען בארגן
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט דא. אין אן 'עכטע וועלט' וואלט מיין באנקנאט געדארפט ליגן אין באנק ביז דער געשעפטסמאן (וואס האט געטשארדזשט מיין קארטל) קומט אפנעמען דאס געלט. למעשה אבער געבט די באנק דאס געלט פאר א דריטן אויפן וועג, און זיי 'באשאפן' דערמיט נייע וועליו מיטן אננעמען די פיוטשער ביזנעס פון יענעם אלס געבויטע זאך נאך איידער עס איז באמת..
איך ווייס אז עס איז דא אזא זאך אז בענק זעהן אויס אזוי ווי זיי מאכן נייע געלט, אבער באמת איז עס נאר אן אילאזיע ווייל עס איז נישטא אזא זאך ווי געלט אן קיין ארבעט אינטער דעם.
וואס מיינסטו מיט 'אילוזיע'? מ'טוט דאס אגאנצן טאג און ביליאנען דאלארן דרייט זיך נאר ארום ווייל די באנק האט מחליט געווען אריינצוברענגען 'פיוטשער ארבייט' אינעם עקוועישאן. הענס, דיין הנחה אז געלט מוז זיין 'עכטע ארבייט' צופאלט!
 
הענס, דיין הנחה אז געלט מוז זיין 'עכטע ארבייט' צופאלט!
זיי ביטע מסביר ווי אזוי אין דיין פריערדיגע משל וועט יעדער ארויסגיין מיט זייער געלט (ספעסיפיש, דער גראסערי אייגנטומער), אן אריינמישן א צוויטער וואס האט שוין געטאן ארבעט
איך לייג אריין הונדערט טויזענט דאלאר אין באנק און איך האב לכבוד דעם גענוצט מיין דעביט קארטל איינצוקויפן אין גראסערי פאר מיין פסח ארדער, די באנקנאטן וואס איך האב אבער אריינגעלייגט ליגט שוין יעצט ביי נתנאל (אלס לאון) וואס האט געקויפט דערמיט אינווענטארי פון חיים מעכל פאר זיין ביזנעס. חיים מעכל האט עס ווידער אריינגעלייגט אין באנק, דאס מאל אפצוצאלן זיין קרעדיט קארד חוב וואס האט אים געקויפט א נייע קאר לעצטע וואך. און שמואל וואקט נארוואס אריין אין באנק צו באקומען די (זעלביגע) $100,000 אלס א מארגעדזש פאר זיין נייע הויז.
איך האלט גראדע אז דאס (אז עס איז נישט מעגליך אן אריימישן אן אינדרויסנדיגן) איז א ראי צו מיין הנחה...
 
זיי ביטע מסביר ווי אזוי אין דיין פריערדיגע משל וועט יעדער ארויסגיין מיט זייער געלט, אן אריינמישן א צוויטער וואס האט שוין געטאן ארבעט

איך האלט גראדע אז דאס (אז עס איז נישט מעגליך אן אריימישן אן אינדרויסנדיגן) איז א ראי צו מיין הנחה...
אקעי מ'רוקט זיך.

דא קומט אבער אריין די באקאנטע ווערטל (בשם יענקל מילער פארשטייט זיך), פון דער וואס איז געקומען מיט טענות צום טשעק אויסשרייבער אז די טשעקל האט געקראכט, אויף וואס יענער האט צוריקגעענטפערט אז ס'זיין אייגענע שולד אז ער פראבירט עס צו קעשן - א טשעק איז געמאכט ארומצופארן די וועלט ביז עס לאנדעט צוריק אין זיינע הענט אדער צורייסט זיך עס..

די געדאנק איז אז מענטשן נעמען טאקע קיינמאל נישט ארויס זייער געלט (עכטע רעדט מען). ס'הערט זיך אפשר אינטרעסאנט, אבער איינער פון די פונדאמענטאלע יסודות פון די מאדערנע עקאנאמיע איז אז מענטשן וועלן אייביג האלטן געלט אינעם סיסטעם ווי איידער עס ארויסנעמען סיי ווען. אין יעדע צייט זענען אייביג דא מער מענטשן וואס לייגן אריין ווי וואס נעמען ארויס, וממילא קען זיך די סיסטעם ערלויבן צו דרייען און אנבארדן 'על החשבון' אן מורא פון די אלע וואס גייען ארויסנעמען זייער געלט.
סא די תשובה אויף דיין פראגע אין קורצן איז אז מ'קען טאקע נישט מאכן אז יעדער זאל ארויסגיין מיט קעש סיי ווען. רובא דרובא פון געלט זענען בלויזע נומערן אויפן קאמפיוטער און זיי רעפרעזענטירן מער פיוטשער ארבייט ווי פאקטישע ארבייט וואס איינער גייט וועלן ארויסקעשן..
 
לעצט רעדאגירט:
סא די תשובה אויף דיין פראגע אין קורצן איז אז מ'קען טאקע נישט מאכן אז יעדער זאל ארויסגיין מיט קעש סיי ווען. קובא דרובא פון געלט זענען בלויזע נומערן אויפן קאמפיוטער און זיי רעפרעזענטירן מער פיוטשער ארבייט ווי פאקטישע ארבייט וואס איינער גייט וועלן ארויסקעשן..
אט דאס איז וואס איך פראביר ארויסציברענגען, עס קען זיין עס זעהט אויס אז די סיבה פארוואס א באנק האט נישט אלע געלט אויף וואס מענטשן בויען איז ווייל די געלט איז נישט עכט דא נאר אביסל פון די געלט האט די באנק קריעטעד, אבער ווען די גייסט עס אביסל דורכטון פון אן עקאנאמישער בליק וועסטו זעהן אז די סיבה behind the scenes איז, ווייל געלט איז עכטע ארבעט אין די באנק האט נישט אזויפיל עכטע ארבעט אין סטאק ווייל זיי האבן אינוועסטירט א חלק דערפון...
 
Back
Top