קאנסערוואטיווער אקטיוויסט טשארלי קירק דערשאסן געווארן

דאס איז די פרייז פארן זאגן אז מ'דארף ריספעקטן די אייגענע עלטערן, טויט שטראף אין פאבליק, א טייערע נשמה געווען.


 
ס'נישט אמת, אגב:
הָאֹמֵר לְאָבִיו וּלְאִמּוֹ לֹא רְאִיתִיו וְאֶת אֶחָיו לֹא הִכִּיר וְאֶת בָּנָיו לֹא יָדָע כִּי שָׁמְרוּ אִמְרָתֶךָ וּבְרִיתְךָ יִנְצֹרוּ.
ספר דברים • פרק ל"ג • פסוק ט'
 
ס'נישט אמת, אגב:
הָאֹמֵר לְאָבִיו וּלְאִמּוֹ לֹא רְאִיתִיו וְאֶת אֶחָיו לֹא הִכִּיר וְאֶת בָּנָיו לֹא יָדָע כִּי שָׁמְרוּ אִמְרָתֶךָ וּבְרִיתְךָ יִנְצֹרוּ.
ספר דברים • פרק ל"ג • פסוק ט'
דאס איז נאר לויט די פשט וואס מ'האט דיך אויסגעלערנט אין חדר
 
ס'נישט אמת, אגב:
הָאֹמֵר לְאָבִיו וּלְאִמּוֹ לֹא רְאִיתִיו וְאֶת אֶחָיו לֹא הִכִּיר וְאֶת בָּנָיו לֹא יָדָע כִּי שָׁמְרוּ אִמְרָתֶךָ וּבְרִיתְךָ יִנְצֹרוּ.
ספר דברים • פרק ל"ג • פסוק ט'
טייטש ביטע
 
נו נו, אבער ס'מײנט לכאורה בײדע װעגן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נו נו, אבער אפילו ער דערמאנט דאס אלס א יש אומרים:

וַיֹּאמֶר לָהֶם כֹּה אָמַר ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל, שִׂימוּ אִישׁ חַרְבּוֹ עַל יְרֵכוֹ, עִבְרוּ וָשׁוּבוּ מִשַּׁעַר לָשַׁעַר בַּמַּחֲנֶה, וְהִרְגוּ אִישׁ אֶת אָחִיו וְאִישׁ אֶת רֵעֵהוּ וְאִישׁ אֶת קְרֹבוֹ׃ (שמות לב כז)

זעסטו דאך אז אפי' דעמאלס האבן שױן געװיסע דאס פארשטאנען ליטערעלי.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
G0je_BWXMAAUNPB.webp
 
דארט שטייט אבער נישט קיין טאטע
הײ, אױף א זוהן שטײט שפעטער יא (פסוק כט):

וַיֹּאמֶר משֶׁה מִלְאוּ יֶדְכֶם הַיּוֹם לַה' כִּי אִישׁ בִּבְנוֹ וּבְאָחִיו וְלָתֵת עֲלֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה:
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איינער קען מען ביטע שיקן א אישי ווען די צוויי מפרשי התורה ענדיגן זייער לשון קודש'דיגע שמועס?
 
I'm not willing to go so far as to say that Netanyahu knew or that there is intelligence here, but I think some questions need to be asked
View: https://youtu.be/fQ9VOlaBBeo?t=1752

ער זאגט זייער קלאר אז ער איז פרא-איזרעאל און עס קען זיין אז עס איז דא אנדערע עקספלענעישאן'ס, און ער אליינס גייט אריין אין עקספלענעישאנס
 
איך וועל בלויז זאגן די פאלגענדע: קיינער איז נישט פערפעקט, און אז מען וויל קען מען טשערי פיקן היקאפס. נאכדערצו איינער וואס האט הונדערטער טויזנטער שעות פון אים אנליין. איך אליין האב אים קריטיקירט פילע מאל בחייו. אבער ווען מען קוקט אן דעם מענטש מיט די גאנצע ברייטקייט, און מען לערנט צו קענען דער מענטש ריכטיג, קען מען וויסן צו ער איז א שונא ישראל צו אן אוהב ישראל.
סארי, אבער צו מאכן טשארלי פאר עפעס אן אנטיסעמיט איז לאכעדיג. דיסעגרי מיט זיין פאליטיק וויפיל דו ווילסט (-ווי טשארלי, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט פאליטישע דיסעגרימענט, מען קען אלעס דיסקוסירן אויף א ציווילע פארנעם), אבער שלעפ נישט מיט גאנץ כלל ישראל מיט דיין פערזענליכע שנאה.
 
ווער זאגט אז ער האט נישט געהאט מיטגעפיל? ס'דא מיינונגס פארשידענהייטן וואס די רעאקציע דארף זיין צי גאן וויילענס.. אין ער האט געהאלטן זייער שטארק קעגן שטערקערע גאן געזעצן פאר זיינע ריזענס, איך אין די האלטן אז מדארף יא שטערקערע גאן געזעצן,

מאכט אים דעיס פאר א מענטש וואס האט נישט מיטגעפיל פאר קינדער וואס שטארבען אין סקול שאטינגס?
עקזעקטלי.

איך למשל האלט שטארק אז ס'איז א גוטע זאך אז קארס זענען לעגאל. הגם אז טויזנטער שטארבן דערפון יערליך. דאס מאכט מיך נישט פאר אן אכזר
 
קאמאן, א גאן איז נאר געמאכט צו הרג'ענען.

האט ער געזאגט אז ער איז גרײט צו זײן אײנע פון די פאר קרבנות יעדע יאר, פון װעלכע ער האט גערעדט, אבי צו זײן א כפרת ציבור? נײן!

װער װײסט צו דאס איז נישט געװען די מאמענט װאס דער רוצח האט באשלאסן ער גײט אים הרג'ענען.
 
I'm not willing to go so far as to say that Netanyahu knew or that there is intelligence here, but I think some questions need to be asked
View: https://youtu.be/fQ9VOlaBBeo?t=1752

ער זאגט זייער קלאר אז ער איז פרא-איזרעאל און עס קען זיין אז עס איז דא אנדערע עקספלענעישאן'ס, און ער אליינס גייט אריין אין עקספלענעישאנס
איך האב אים נאכגעפאלגט אויף X בשעת מעשה. ער האט געפרעגט ריזענעבעל שאלות איבער די אויפפאלענדע דורכפאל פון צה"ל. מען האט אים באלד באשייגעצט אלץ אנטיסעמיט..

אין מה לומר, די אידן זענען א הייפערסענסיטיוו פאלק. קענסט זיין א יארן לאנגע קאנסיסטענט אידן שטיצער און מד"י שטיצער, אנטון א קאפל, קושן די וואנט, פארדאמען אנטיסעמיטיזם, סאומהאו וועט מען דיך באשמירן אלץ אנטיסעמיט פאר יעדער שטות. די זעלבע מענטשן וואס קייכן פארוואס קיינער נעמט עס נישט אן ערנסט זייער באשמירונגען. עיין כאן
 
עקזעקטלי.

איך למשל האלט שטארק אז ס'איז א גוטע זאך אז קארס זענען לעגאל. הגם אז טויזנטער שטארבן דערפון יערליך. דאס מאכט מיך נישט פאר אן אכזר
מאך א נארמאלע קאסט-בענעפיט אנאליסיס, וויפיל מענטשן שטארבן פון קארס א יאר? און יעצט וויפיל מענטשן ווערן געראטעוועט דורך עמערדזשענסי וויקעלס, וויפיל באקומען עסן און אדערע לעבנס-וויכטיגע זאכן דורך קארס און טראקס, וויפיל העלפט עס די עקאנאמיע מיט קאנצעקווענצן פאר מער לעבן און העפינעס?!

אין אנדערע ווערטער, אפי' אויב די פונקטליכע נומערן זענען אומקלאר, איז אבער קלאר אז קארס האבן פראס און קאנס און אלס א סאסייעטי אקצעפטירן מיר די קאסט פון די קאנס פאר די בענעפיט פון די פראס, הגם מיר אקצעפטירן עס מיט א שטיקל באלאנס, צב"ש מיר אקצעפטירן נישט קיין 100 מפ"ש ספיד לימיט טאקע ווייל די קאסט וועגט איבער ביי יענע פוינט..

לעומת זה, גאנס האט א קאסט, א גרויסע קאסט.. יעצט שטעל מיר צו די בענעפיטס דערפון..
- הייפאטעטישע דיקטאטורשאפט? וועגט עס טאקע איבער די טויזענטע יערליכע טויטע?!
- סעלף דיפענס? פון וועמען? פון דיין שכן מיט א גאן פאר זיין סעלף דיפענס?! ס'פארא מין לאגיק דאס?!
- סתם 'פרייהייט צו האבן א גאן'? איז דאס ווערד די אלע טויטע?! וואס איז מיט די 'פרייהייט' צו פארן ווי שנעל איך וויל? פארוואס דארט פארשטייט יעדער ליבערטעריען (האפענטליך) אז ס'האט א ליניע?!

טרעף מיר נאר די פרא וואס וועגט איבער די קאנס פון גאנס.. זיכער יעצט ווען ס'האלט אין א מצב ווי די צווייטע הייליגע אמענדמענט שטייט אין דיירעקטע קאנטראסט מיט די ערשטע..


בען שפירא צונעמט עס גאנץ גוט לעצטנס, און זיין טענה איז טאקע נישט אז עס 'איז ווערד' סא טו סעי, נאר אז פראקטיש קען מען נישט אוועקנעמען גאנס פון אמעריקע און פון די אמעריקאנער קולטור, די שאלה איז נאר פארוואס שטרענגערע קאנטראל און געזעצן פאלן נישט אין פלאץ..


נאך איין נקודה. טשארלי זכרונו לברכה האט ווי באקאנט יא געמאכט די ארגומענט אז די קאסט פון די צאל טויטע א יאר לוינט זיך פאר די פרייהייט צו האבן געווער, (ס'איז שטארק ארומגעפארן נעכטן און היינט, ריכטיג צו נישט איז אן עקסטערע נושא..) איך מיין אז ס'האט זיך היינט ארויסגעשטעלט אז ס'איז דא צוויי זייטן צו די בילד, פון איין זייט איז דא א מענטש - מיט א ווייב און קינדער, ארומיגע און פריינט, חסידים ומעריצים וואס ווען ער שטארבט איז דאס א מאסיווע טראגעדיע. שוין נישט אויסגערעדט זיין די שאק און הארראר ווען דאס געשעט לייוו אויפן סקרין פאר יעדעם צו זען בחוש דעם 'ומותר האדם מן הכפרה הינדל אָיִן'.
צו די זעלבע צייט איז דא סטאלינס ווארט אז איינס איז א טראגעדיע, מיליאן איז א סטאטיסטיק.. ווען מ'קוקט מיט א דרויסענדיגע אדער אפגעזונדערטע בליק איז עס נישט מער ווי א נאמבער - א פרייז צו צאלן..

ס'נישט קיין גרויסע וואונדער אז די לינקע וואס זענען מער מחשיב אינדיווידואליטי קוקן אויף די ערשטע זייט, און די רעכטע - מער קאלעקטיוויסט פארטיי - קוקט אויף די צווייטע בדרך אגב.
אבער ס'ברענגט נאכאלץ ארויס זייער פאוערפול אז אונטער יעדער 'מאסן שיסעריי' זענען דא אינדיווידואלע משפחות וואס גייען בלייבן פארקריפלט פארן לעבן, [און יא, אונטער יעדער פאלעסטינער טויט אויך..] בלויז פארן 'פרייז' פון האבן די זכיה צו וואוינען אין א לאנד מיט געווער...

It doesn't add up אין מיין מיינונג..
 
Back
Top