קרעמל פארט אין ריכטונג פון קאווע שטיבל'ס ענדע???

ליינער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אקט. 7, 2024
מעסעדזשעס
13
רעאקציע ראטע
43
פונקטן
13
אין ליכט פון דעם וואס לעצטענס דרייט זיך קרעמל איבער, ווען עס גיסט זיך פעך און שוועבל איינער אויפן צווייטן, באשולדיגוגנס פינגערס ווערן געריכטעט אויף דעם און יענעם, דארף דא דערמאנט ווערן דאס וואס האט פאסירט אין די נישט ווייטער פארגאנגענהייט.

לאמיר זיך דערמאנען פון די לעצטע צוויי דריי וואכן פון קאווע שטיבל; אט אזוי האט זיך עס אויסגעזען, עס האט זיך אנגעהויבן מיט א היציגע אויסטויש צווישן וועטעראנען אין קאווע שטיבל איבער א ניק מיטן נאמען 'קטן' (איך בין נישט זיכער אויב איך געדענק גוט דעם נאמען, קען זיין אז ער האט געהאט אביסל א ענדליכע נאמען). גאנץ שנעל האט זיך עס עסקאלירט צו א פולשטענדיגע קריגעריי צווישן ניקים, ווען יעדער איינער נעמט א צד. פון דארט און ווייטער האט אויסגעבראכן א מחלוקת צווישן אלט-געזעצענע ניקים, מיט די הנהלה, פון קאווע שטיבל. זיי האבן געהאט פארשידענע טענות אויף די הנהגה פון קאווע שטיבל (קען זיין מיט רעכט). און די רעשט איז היסטאריע...

בעצם קען מען זאגן אז די דעבאטע איבער דעם אויבענדערמאנטער ניק , האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די קריג מיטן הנהלה, (פאר עס געדענק נישט וואס איז פארגעקומען; די גאנצע זאך געווען בסך הכל א מיינוגס-פארשידענהייט צי יענער איז א טראל צי נישט...), די ענדע פון קאווע שטיבל האט זיך אנגעהויבן צוליב א מחלוקת צווישן ניקים און די הנהלה, און האט גארנישט קיין שייכות צו עפעס אנדערש, נישט אזוי? קען זיין!
אבער דער וואס האט מיטגעהאלטן וואס עס איז פארגעקומען, איז געווען מערקבאר, אז די זעלבע מענטשן וואס זענען געווען אויף איין פעידש לגבי יענער ניק, איז געווען אויף די זעלבע צד ווען עס איז געקומען צו די הנהלה. איך האב נישט קיין נערווען צו אריינגיין אין פרטים, אבער מען דארף נישט זיין קיין נאר צו פארשטיין אז די אלעס איז געווען געקניפט און געבינדען, און די ענדע פון קאווע שטיבל האט זיך נישט אנגעהויבן מיט טענות צו די הנהלה, נאר מיט איבעריגע אומנויטיגע אמפערייען און העצע און שנאה וואס איז דארטן פארגעקומען .

אלזא, פארוואס דערמאן איך דאס? דרוק דעם קנעפל אין קרעמל "אקטיווע שנירלעך", וועסטו שוין פארשטיין.
 
לעצט רעדאגירט:
דעי הקטן סאמעטוכע איז געווען סך פאר דעם אבער איך האב קיינמאל נישט געטראכט אזוי אבער קען זיין ביסט גערעכט
 
לדעתי האט עס נישט קיין שייכות איינס מיטן צווייטן. איך לעצמי האב מצדד געווען אויף די זייט פון הקטן, און שפעטער ביי די אנדערע פרשה בין איך געווען מערסטנס מיט די אנדרייערס. אבער די עיקר סיבה לדעתי פארוואס ק''ש איז אונטערגעגאנגען איז געווען ווייל די הנהלה איז שוין געווען אויסגעברענט. נישט אזוי ווייט וועגן די קריגערייען.
 
לדעתי האט עס נישט קיין שייכות איינס מיטן צווייטן. איך לעצמי האב מצדד געווען אויף די זייט פון הקטן, און שפעטער ביי די אנדערע פרשה בין איך געווען מערסטנס מיט די אנדרייערס. אבער די עיקר סיבה לדעתי פארוואס ק''ש איז אונטערגעגאנגען איז געווען ווייל די הנהלה איז שוין געווען אויסגעברענט. נישט אזוי ווייט וועגן די קריגערייען.
אבער די מכה בפטיש איז געווען די סוכסך מיט די אנדרייערס
 
די הקטן דעבאטע האט גארנישט געהאט צו טון מיט די שפעטערדיגע קריגעריי/אויפשטאנד קעגן די הנהלה וואס איז געקומען צוליב טענות קעגן די הנהלה'ס אויפירונג.

די מעשה מיט הקטן איז געווען דאכטס זיך מיר עטליכע חודשים פארדעם און עס איז נישט געווען קיין "פולשטענדיגע קריגעריי צווישן ניקים" נאר א דעבאטע, אפשר היציג, אזוי ווי עס קומט פאר פון צייט צו צייט אין יעדער קרעמל אין ריעל לייף
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top