קשיות פארן סדר

לכאורה איז דער ליל סדר מיוחד פאר למען תספר אויף אן אופן פון סיפור און נאראטיוו פון פאקטען פון אב לבן נישט בדרך חקירה, לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, נעמט מען אהן היסטוריש און פעקטשועל שוין נאכדעם ווי איז עס איז דא א אז אין - חקירה איז א דבר חשוב און מען דארף מעיקרא זיין גרייט אז 100% פרוף
איז נישט עוועילעבעל -מסורת אבותינו בידינו איז די בעיסיס .
 
מי אני... דו שרייבסט טיף, פארוואס טאקע איז אזוי שווער צו פארשטיין וואס דו שרייבסט? פארוואס די קשיות פון Thanks לייענט זיך אזוי פארשטענדליך און דיינע תירוצים זענען אזוי שרעקליך קאמפליצירט?

איך זאג נישט אז דו ביסט נישט גערעכט, איך גלייב אז מיר מענטשעלעך זענען גארנישט משיג, אבער ווען מען פרובירט צו פארשטיין אביסל, קומסטו אריין זייער קאמפליצירט... הלוואי וואלט עס געווען גרינגער צו פארשטיין
ער פארענטפערט גאט אין א געטליכע שפראך😜
 
גיימיר אפרעכטן די ערשטע סדר די יאר מיט די משפחה ביי מיין טאטע. ער פלעגט אלעמאל זאגן ווען מפלעגט פרעגן סיי וואס, קשיות וועסטו איבערלאזן פארן סדר נאכט. נו, איז דבר בעתו מה טוב, אז מהאט אפאר אמונה קשיות צו פרעגן האב איך אנגעגרייט מיין ליסטע פון פרישע קשיות.

אויב איז טאקע דא א גאט, פארוואס איז ער באהאלטן? פארוואס די שטילקייט? די נסיונות זענען גענוג גרויס, פארוואס זאל זיין עגזיסטענץ נישט זיין אפן און פשוט פאר יעדעם? אויב וויל ער אז אונז זאלן זיך מדבק זיין אין אים, פארוואס זאל ער בכלל לאזן א ספק אין זיין עצם עגזיסטענץ? פארוואס אמאל האט ער בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו באווייזן, מאכן מופתים, און נאר היינט האט זיך אלעס געסטאפט? פארוואס קען די עווידענס נישט זיין אפן? פארוואס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר האבן פון אים א בוך וואס לאזט אזויפיל זאכן אומקלאר און אויף יעדע דעטאל קען מען זיך טענה'ן און קריגן? פארוואס איז נישטא קיין געהעריגע סייענטיפישע באווייזן אדער איבערבלייבענישן פון יציאת מצרים, מתן תורה, משה רבינו? פארוואס איז דא אזוי פיל רעליגיעס און פראקציעס אין יעדע רעליגיע וואס יעדער איינער שרייט אז נאר ער האט די ריכטיגע וועג צו גאט און אונז קליינע מענטשן דארפן אויסוועלן די ריכטיגע? פארוואס זאל די פלאץ ווי מען ווערט געבוירן האבן אן אפעקט אויף וואס מען גלייבט וועגן גאט, אדער צו מען גלייבט אין גאט בכלל? אויב קען גאט אלעס טון, און ער איז א גוטער, פארוואס שטארבן טויזנטע קינדער יעדן טאג פון הינגער?

די תירוץ אויף די אלע קשיות זענען...
און אנדערע ווערטער ווילסטו אז השי״ת זאל אפהאלטען א פרעס קאנפרענץ און מסביר זיין זיין התנהגות???
 
און אנדערע ווערטער ווילסטו אז השי"ת זאל אפהאלטן א פרעס קאנפרענץ און מסביר זיין זיין התנהגות???
איז עס אזוי שווער צו פארלאנגען? כ'מיין, אויב וויל ער מיר זאלן אים דינען און מאכן א נחת רוח און ער פארשפרעכט שכר דערפאר, און מען זעהט גאר אפט ממש דאס פארקערטע, איז נאר נארמאל צו וועלן פארשטיין וואס ער וויל פון אונז מענטשן, ניין?

עס מוז נישט דווקא זיין אין א פרעס קאנפערענץ; ער קען שיקן א נביא אדער אונז דערלייכטן די אויגן באיזה אופן.
 
איז עס אזוי שווער צו פארלאנגען? כ'מיין, אויב וויל ער מיר זאלן אים דינען און מאכן א נחת רוח און ער פארשפרעכט שכר דערפאר, און מען זעהט גאר אפט ממש דאס פארקערטע, איז נאר נארמאל צו וועלן פארשטיין וואס ער וויל פון אונז מענטשן, ניין?

עס מוז נישט דווקא זיין אין א פרעס קאנפערענץ; ער קען שיקן א נביא אדער אונז דערלייכטן די אויגן באיזה אופן.
די אייבערשטער שרייבט ניטאמאל אין די תורה וועגן שכר .

אלעס אין אונזער לעבענסשטייגער גייט ארים יענע וועלט ,שכר ועונש , און ס'שטייט נישט קיין ווארט דערפון אין די תורה

וואס פשט?
 
הייסט אז דער גאט וואס איז א כל יכול, קען נישט מאכן אז מען זאל עם פארשטיין? סא איז ער נישט קיין כל יכול!
 
די אייבערשטער שרייבט ניטאמאל אין די תורה וועגן שכר .

אלעס אין אונזער לעבענסשטייגער גייט ארים יענע וועלט ,שכר ועונש , און ס'שטייט נישט קיין ווארט דערפון אין די תורה

וואס פשט?
נו ענטפער דו אליין...
אין די תורה ווערט נאר דערמאנט שכר אדער עונש אין אונזער וועלט
 
Back
Top