נו ענטפער דו אליין...
אין די תורה ווערט נאר דערמאנט שכר אדער עונש אין אונזער וועלט
די קושיא איז א שווערע ,און ראשונים זענען דן אין דעהם, צו די תירוצים זענען מספיק ווענדט זיך לויט דעם מקבל ,אין אנדערע ווערטער ועדיין הקושיא במקומה עומדת, אבער זיי אפפערן צוויי מהלכים מיישב זיין די חסרון פון שכר עולם הבא אין די פסוקים פון תנ״ך .
דער רמב״ם איז מסביר אז עס פעהלט נישט אויס צו רעדן פון שכר רוחני לאחר חיי עולם הזה ,ווייל דאס קומט
מיט פשוט פארשטאנד פון שכל האדם,וואס איז משיג אז
דער כוח אלהי וואס איז שוכן בתוכו- די נשמה - וואס גיט איהם חיות און חכמה בינה ודעת, איז די דבר רוחני ווערט נישט פארלוירען נאך אפלעבען ,און עס איז זיך מתדבק בשורשו פון געטליכקייט און דאס איז דער שכר און די דביקות פון ושבה ליוצרו, וואס איז מודרג און אויס געשטעלט לויט זיין הנהגה אויף די וועלט עלי אדמות,
דאס איז אלעס עלעמענטאר דעת, און מען דארף עס נישט זאגען - די שכר ועונש וואס עס ווערט דערמאנט אין די כתובים איז מודיע צוזיין אז עס איז דא א התערבות פון השגחה וואס גייט אהן אז הבא לטהר מסייעין אותו, און מען העלפט איהם פון השגחת ה׳ אז ער זאל האבען טוב ומטיב צו קענען אהנגיין מיט זיין עבדות און קיום מצוות, און פארקערט אויב בא לטמא פותחים לו
און ער וועט זיך נאך אהנמאכען צרות צרורות מיט עונשים ויסורים, און ער וועט בלעימען גאט פאר די צרות וואס קומט פון זיינע מעשים .
דער רמב״ן איז מסביר - די תורה קומט זאגען חידושים,
דאס אז מען טוט מצוות ה׳ איז דא שכר און אז מען איז עובר עבירות איז דא עונשים בעולם העתיד, דאס איז א דבר פשוט, מען דארף דאס נישט זאגען עס איז נאטירלעך און בטבע אזוי,אז בעת עומד על שכרו לאחר
מותו איז יענה בו צדקתו, און אויב אז די לעבען איז געוועהן על פי ציווי ה׳ איז בטבע אז אז עס וועט זיין דער שכר טוב וואטעווער איט איז,און גאט איז נישט חשוד צו בא׳עוולה׳ן און צו זיין א כובש שכר שכיר וכן להיפך ,
די פסוקים קומען זאגען די ניסים בדרך הטבע, וואס ווען די יידן זענען געוועהן על אדמתם איז אהגעגאנגען בהשגחת ה׳,ווייל עס איז נישט בדרך הטבע אז והיה אם שמוע תשמעו דענסטמאהל וועט זיין ונתתי מטר ארצכם בעתו , וואס האט דען רעגען א שייכות צו קיום מצוות?
אדער פארקערט אויב פן יפתה לבבכם וסרתם וועט זיין ועצר את השמים, די זאכען זענען ניסים נסתרים,און דאס דארף אונז די פסוקים זאגען ,אז ווען ישראל על אדמתם איז דא א השגחה אויף אן אופן פון נס,פארבארגען אין טבע ,אז מיט ציות לדברי ה׳ ולמצוותיו ווערט א הצלחה אין שפע פון מטר ארצכם בעתו , און מיט אפקער פון קיום מצוות ווערט א דיסעסטער,- די זענען חידושים וואס די נביאים קומען אונז לערנען .
מען דארף וועלן זעהן , קען מען זעהן , און מען זעהט גם בימינו
טעמו וראו כי טוב ה׳.