קאטארגעיט סקאנדאל

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
708
רעאקציע ראטע
2,825
שוין צייט צו עפענען א ספעציעלן שנירל, פאר דעם ברענענדיגן נושא, וואס ווערט הייסער און הייסער פון טאג צו טאג.
איך גיי נישט אריינגיין דא באריכות הדברים, נאר צוצייכענען מראי מקומות פאר די וואס זענען אינטרעסירט.

די סקאנדאל באציט זיך אויף דאס וואס ס'איז געווארן באוואוסט, אז ארבעטערס אין לשכת ראש ממשלת ישראל ביבי נתניהו, זאגאר גאר נאנטע ארבעטערס, האבן קאלאברירט מיט קאטאר פאר כל מיני ענינים, און באקומען באצאלט פון קאטאר. די הויפט שאלה איז צו דער ראה"מ האט געוואוסט פון דעם וכו'.

גלייך אנפאנג די מלחמה איז ארויפגעקומען אז יוזער אין X מיטן נאמען 'נתניהו והכסף הקטארי' (יעצט זעה איך אז ער איז שוין אין X פון 22'), וואס ער האט געטענה'ט חי וקים, אז די אלע מזוודות הכסף וואס ישראל האט געשיקט צו כאמאס במשך די אלע יארן, כדי זיי זאלן זיין שטיל, האט זיכער געמאכט זייער וועג א חלק פון די געלט, אריין אין די טאש פון די ראשים אין די מדינה, און אלס באצאלט, האבן זיי געהאט הסכמים מיט נתניהו און אלע ממשלות וויאזוי זיך אומצוגיין מיט כאמאס.
די גאנצע טעאריע איז געווען א אפגעפרעגטע טעאריע, אזא קאנספיראציע טעאריע, און די "לינקע" עיתונאים האבן עס שטארק אראפגעריסן. די טענות אז ער האט נישט געדארפט שיקן די געלט וכו', דאס איז שוין אנגענומען ביי די רעכטע אויך, אבער פון דא ביזן זאגן אז ער אליין האט גענומען שוחד, און וועגן דעם מפקיר געווען זיין לאנד, איז שוין א שטיקל גאנג...

מ'דארף דא צולייגן אז די ווארט 'קאטארגעיט' קומט בעצם פון א צווייטן סקאנדאל, ווען ארבעטער און פירערס פון די אי.יו. זענען געווארן באשולדיגט אין נעמען שוחד פון קאטאר, כדי צו פארבעסערן זייער נאמען. עי' בוויקי

די זלזול אין די טעאריע, האט זיך געטוישט אינעם 21'סטן פון נאוועמבער, ווען בר פלג האט מפרסם געווען אין הארץ, אז די צוויי נאנטע מענטשן צו ביבי - יונתן אוריך און ישראל איינהורן האבן געארבעט אויף א קאמפיין פאר די מאנדיאל אין קאטאר, צו פארשענערן די נאמען פון קאטאר אין די וועלט.
דאס איז געווען אינעם זעלבן טאג וואס די פרקליטות האט באשולדיגט אלי פלדשטיין, א דובר פונעם ראה"מ, איבער די געליעקטע מסמכים צו די 'בילד'. אין קורצן איז די מעשה: אז ווען די צבא האט בשוגג געהרג'עט זעקס חטופים אין עזה בשעת די מלחמה, האט זיך די מחאה אקעגן די מהלכים פון ביבי צופלאקערט אויף א שטארקן אופן. אין א "וואונדערליכן" אופן, איז אפאר טעג שפעטער געווארן מפורסם אין די 'בילד' צייטונג אין דייטשלאנד, א דאקומענט וואס די צבא האט אנגעבליך געטראפן אין די כאמאס טונעלן, וואס דארף צו ווייזן אז סינוואר האט הנאה פון די מחאות. די דאקומענט איז געווען קלעסיפייד, און די צבא איז געווארן שאקירט וויאזוי ס'איז אנגעקומען צו די הענט פון די 'בילד' צייטונג, נאך א לענגערע חקירה ודרישה איז ארויסגעקומען אז א נגד פון צבא מיטן נאמען ארי רוזנפעלד האט געליעקט די דאקומענט צו פלדשטיין, וואס האט עס געוואלט מפרסם זיין אין די צייטונגען אין א"י, ווען די מיליטערישער צענזור האט עס געפסל'ט, האט ער עס געשיקט צו די 'בילד' צייטונג, און איינמאל זיי האבן עס געפאבלישד, האט שוין די גאנצע מדינה עס באקומען.
כ'וועל נישט דא אריינגיין אין די גאנצע אריכות פון די פרשה, און וויאזוי די רעכטע רעגירונג האט זיך אויפגעפירט מיט דעם, און געטענה'ט אז פלדשטיין האט קיינמאל נישט געארבעט פאר ביבי, און אפי' אז יא האט ביבי נישט געוואוסט פון דעם וכו' וכו'. ס'איז נאר ווערד אנצוצייכענען, אז היינט איז נתפרסם געווארן אז ביבי האט מודה געווען אז ער האט געלאזט/געהייסן ליעקן די צעטל.

דער פעלדשטיין'ס באס איז געווען אוריך, און דאס אז אין ברען פון די פארווייטאגטע פרשה איז נתפרסם געווארן דער אוריך מיט נאך פון זיינע חברים, פון ביבי'ס מיטארבעטער האבן געארבעט פאר קאטאר, א לאנד וואס ווערט באשולדיגט אין שטיצן כאמאס אלע יארן, און זיי האלטן אין זייער לאנד וכו' וכו', האט גאר שטארק צופלאקערט די חששות אז עפעס ערנסט גייט דא פאר.

אבער אפילו יעצט איז נאך געווען גענוג וואס האבן גרינגעשעצט אין דעם גאנצן ענין, טענה'נדיג אז ער האט געארבעט פאר זיי, נאכפאר ס'איז נתגלה געווארן קלונם פון די כאמאס אויף אזא שטארקן אופן (איי, יעדער מיט צוויי אויגן האט געוואוסט פארדעם, אבער דא גייט מען שוין צוריק צו די באוואוסטע קאנסעפציע).

די נעקסטע שטאפל אין דעם בנין האט זיך אנטדעקט אינעם פארגאנגענעם פעב' 10, ווען עופר חדד האט מפרסם געווען אין ערוץ 12, אז אלי פלדשטיין, דער פלדשטיין וואס איז געווארן באשולדיגט אין ליעקן די דאקומענט, איז געווארן באצאלט דורך קאטאר (דורך א שעל קאמפאני). און דאס איז שוין געווען נאך אקט' 7.
ס'גייט נאך טיפער פון דעם אז פלדשטיין איז בכלל נישט געווארן באצאלט פון ראה"מ אדער פון די מדינה, פון די מדינה איז ער נישט געווארן באצאלט ווייל ער האט נישט געפעסט די נויטיגע סעקיוריטי קליערענס צו ארבעטן אלס דובר הבטחוני פון ראה"מ. און פון ראה"מ איז ער נישט געווארן באצאלט וועגן זיין ברייטבארימטע קארגקייט... (על זה נאמר, דיין קארגקייט וועט דיך נאך צום סוף באגראבן...)
סאו סך הכל, איז פלדשטיין געווארן באצאלט ווען ער האט געארבעט פאר ראה"מ פון קאטאר, און פארשטייט זיך אז קאטאר האט געפאדערט זייערס, צו דורכן צושטעלן אינטערוויאס מיט מידיע נעצן אין ישראל, זיכער מאכן אז שרים ח"כים וכו' און צייטונגשרייבער שרייבן גוט אויף קאטאר, וכדו'.

בערך א חודש שפעטער אין מארטש 19 האט גיל בירגר (וואס אים האט קטאר גענוצט צו אריבערפירן די געלט צו פלדשטיין), מודה געווען אז ער האט אריבערגעפירט געלט פון דזשעי פאטליק (א לאביאיסט פאר קטאר אין אמעריקע) צו פלדשטיין.
אינעם זעלבן טאג האט פלדשטיין'ס לאיער, מפרסם געווען אז די באשולדיגונג איז טיילווייז אמת, ער האט טאקע באקומען געלט פון גיל בירגר, אבער ער האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פון קטאר, און ער האט א ודאי נישט געארבעט לטובת קטאר.

אפאר טעג שפעטער אין אפריל 1 האט די שב"כ איינגעזעצט יונתן אוריך, אלי פלדשטיין (צום צווייטן מאל, נאך וואס ער איז געווען די לעצטערע חדשים אין הויז ארעסט). און צוויי טעג שפעטער חוקר געווען דעם ראה"מ פערזענליך איבער די פרשה.

פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל, און כדי צו זיין קלאר אינדעם דארף מען נאכגיין די נייעס און די חשיפות וכו', כ'האב נאר צאמגענומען די עיקרי הדברים, מיט די מראי מקומות, וישמע חכם ויוסיף לקח.
נאר לאמיר דערמאנען אפאר זייטיגע קרישקעלעך בקיצור: די פייערן דעם ראש שב"כ רונן בר (וואס האט לכל הדיעות געפלאפט אין גרויסן אקט' 7), טענה'ן די מתנגדים פון ביבי, אז דאס איז נאר וועגן די חקירה, און אויב אזוי טאר ער עס נישט טון לעגאל. פון די אנדערע זייט טענה'ט ביבי אז ער האט שוין געהייסן/געוואלט פייערן נאך פאר ס'האט זיך אנגעפאנגען די חקירה.
דא קומט אריין אויך אז רונן בר האט געטענה'ט שוין א שטיק צייט צוריק, אז ביבי האט אים געהייסן שרייבן א חוות דעת, אז ער טאר נישט מעיד זיין אין בית משפט (ווי ס'גייט יעצט אן זיין קאורט אויף די 3 קעיסעס, תיק אלף, אלפיים, און ארבעת אלפים), וועגן די מלחמה, און בר האט עס נישט געוואלט שרייבן, און וועגן דעם יצא חמת הביבי עליו.

נאך א זייטיגע נקודה איז די פאלשע אלארם וואס רעכטע איינפלוענסערס (און נאכדעם אויך ח"כים און מיניסטארן) האבן פארפירט א שטיק צייט צוריק אקעגן מצרים, ווי כאילו זי גרייט זיך צו א מלחמה מיט ישראל, ווייזנדיג אלטע בילדער וכדו'. א זאך וואס האט גאר שטארקע קאטארישע פינגער אפדרוקן (נאך וואס א חלק פון די מלחמה איז דארט, ווער איז שטערקער אין די געגנט, ווער פירט די אראבישע וועלט, וכו').

ועוד בה שלישיה, צייכענען חברה צו, אז די אראבישע פארטיי בל"ד, וואס איינע פון אירע הויפטן וואוינען אין קטאר, נאך וואס מ'האט אים פארטריבן פון ישראל, האט זיך א האלבע שעה פאר די לעצטע בחירות אפגעטיילט פון לויפן צוזאמען מיט הרשימה המשותפת. א באשלוס וואס האט פארברענט איבער 130 טויזנט קולות, וואס וואלטן שאדן געלייגט ביבי'ס קאאליציע (ואכהמל"ב). א החלטה וואס קיינער האט נישט פארשטאנען דעמאלטס בשעת מעשה. טענה'ן יעצט דזשורנאליסטן (ווי בן כספית וכדו') אז דאס איז געקומען פון א ספעציעלע ארדער פון קטאר, כדי ביבי זאל געווינען.
כאטשיג וואס רוב קענער'ס לאכן אפ פון די קאנספיראציע, און ס'מאכט טאקע נישט קיין סאך סענס, איז עס פארט ווערד צוצייכענען.

סיכום הדברים לענ"ד: לעניות דעתי גייט דא ווערן געפנט א גרויסע קאנע פון ווערים, און אסאך גרויסע גייען ווערן באשמוצט פון די ווערים.
כאטשיג איך גלייב נישט אז די וואס גלייבן אין ביבי מיט פארמאכטע אויגן, גייען אמאל טוישן זייער דעה איבער דעם מענטש. איז אבער דא גענוג מענטשן אינצווישן, וואס אזא פרשה צעווארפט זייער גאנצע באדן אויף וואס זיי לאנען זיך אן.

די גרעסטע ראיה פאר דעם איז, דאס וואס ביבי האט מודה געווען אז ער האט געהייסן/געלאזט מפרסם זיין די דאקומענט אינעם בילד, א זאך וואס ער האט געלייקנט שטיין און ביין די לעצטע פאר חדשים. ביבי איז נישט דער געטרייער בעה"ב וואס איז גרייט זיך צו פארברענען פאר זיינ'ס אן ארבעטער, ער איז נישט דער גוטער סארט מענטש, ער וועט ענדערש ווארפן צו די הונט זיינס א מענטש ווי אליינס זיך באשולדיגן (והראי' פלדשטיין). דאס אז ער איז דא גרייט זיך צו פארברענען פאר אוריך, איז טייטש אז דער אוריך האט וואס צו פארקויפן, און ביבי ציטערט טאקע פון זיינע סעילס.​
 
זייער קלאר צונומען

הגם איך האלט נישט אז דאס וועט שאטן ביבי, ער האט שוין צופיל זאכן איבערגעלעבט און נאך ארויסגעקומען שטערקער אז דאס זאל מאכן די זשאב, מ'האט שוין צופיל מאל געזאגט אויף אים אז ער איז פערטיג, נאך מער מאל ווי טראמפ...
 
כ'האב טאקע אינזינען געהאט צו דערמאנען, זיין דיעפ סטעיט טוויט און ווידיא...
היינט איז ער אויך געווען פארנומען איבער דעם אין אונגארין.
 
ייש"כ פאר'ן נעמען די צייט און באשרייבן די גאנצע פרשה כשלחן הערוך. איך האב גארנישט געהערט דערפון ביז יעצט, ממילא איז עס מיר זייער אינטערעסאנט.
 
איך קען נישט די אלע פרטים בנוגע די קאטארגעיט סקאנדאל, איך וויל אבער פארשטיין איין זאך, יעדער ווייסט אז קאטאר שטיצט כאמאס, און וויל זיי זאלן בלייבן אין עפעס א וועג אין קאנטראל פון עזה, איך מיין אז יעדער וועט אויך מודה זיין אז נתניהו באגייט זיך אסאך שארפער קעגן כאמאס ווי סיי וועלעכע לינקע רעגירונג וואלט זיך געפירט, און פאר כאמאס וואלט עס געווען א ריזיגע נצחון אויב נתניהו׳ס רעגירונג פאלט, און די זעלבע פאר קאטאר וואס נתניהו שטייט זיי אין וועג פון מאכן א האסטעדזש דיעל.

אין איין ווארט וויל איך פרעגן צו האלט דען איינער אז פאר קאטאר לוינט זיך מער אז די יעצטיגע רעכטע אויסגעשפראכענע נתניהו גאווערמענט זאל בלייבן אין אמט?!
 
ס'איז נאר ווערד אנצוצייכענען, אז היינט איז נתפרסם געווארן אז ביבי האט מודה געווען אז ער האט געלאזט/געהייסן ליעקן די צעטל.

טעות לעולם חוזר.

לויט ווי איך פארשטיי יעצט, האב איך אויסגעמישט צוויי פרשות, און נישט פון די הדלפה רעדט מען, נאר פון אן אנדערן. ואיתכם הסליחה.
 
איך קען נישט די אלע פרטים בנוגע די קאטארגעיט סקאנדאל, איך וויל אבער פארשטיין איין זאך, יעדער ווייסט אז קאטאר שטיצט כאמאס, און וויל זיי זאלן בלייבן אין עפעס א וועג אין קאנטראל פון עזה, איך מיין אז יעדער וועט אויך מודה זיין אז נתניהו באגייט זיך אסאך שארפער קעגן כאמאס ווי סיי וועלעכע לינקע רעגירונג וואלט זיך געפירט, און פאר כאמאס וואלט עס געווען א ריזיגע נצחון אויב נתניהו׳ס רעגירונג פאלט, און די זעלבע פאר קאטאר וואס נתניהו שטייט זיי אין וועג פון מאכן א האסטעדזש דיעל.

אין איין ווארט וויל איך פרעגן צו האלט דען איינער אז פאר קאטאר לוינט זיך מער אז די יעצטיגע רעכטע אויסגעשפראכענע נתניהו גאווערמענט זאל בלייבן אין אמט?!
איך קען נישט אזוי גוט די אראבישע ליגע מענטאליטעט, און ספעציעל נישט קאטאר (+ ס'ערב פסח, און ס'נישטא צופיל צייט).

אבער אזויפיל מיין איך יא, קאטאר מיט איר רצון און תאוה צו ווערן א וועלטסמאכט, און האבן א ווארט אין די וועלטליכע ארענע, האט גענומען אין גאנצן אן אנדערן צוגאנג צו דעם נושא, ווי אמעריקא כינע רוסלאנד און אלע אנדערע (וואנעבי'ס) וועלטסמאכטן.
בנוהג שבעולם, ווען ס'איז נאר דא א קאנפליקט איבער די וועלט, וועט אמעריקע עפ"ר אפמאכן אז איין צד אין דעם קאנפליקט ארבעט בעסער פאר אונזערע אינטערעסן, און אמעריקע וועט טון כל מה שבידה זיכער צו מאכן אז יענער געווינט. ווען יענער געווינט טאקע מאכט עס אמעריקע שטערקער אין די וועלטליכע שפיל, אויב אבער פארלירט זי, פארלירט אמעריקע אויך פון איר פרעסטיזש (ביזן נעקסטן געווינס, וחוזר חלילה).
די זעלבע איז רוסלאנד וכו'.

קאטאר, טוט דאס בכלל נישט, ואדרבה, זי טוט גאר פונקט פארקערט. ווען ס'איז דא א קאנפליקט איבער די וועלט, וועט זי פרובירן אריינצושטעקן אירע הענט אין ביידע זייטן, שטיצן ביידע זייטן. ווי מ'זעט עס קלאר, פון איין זייט איז זי גוט מיט אמעריקע, שטעלט זיך צו, א בעיס פאר אמעריקע'ס מיליטער. מצד שני שפילט זי בעסטי מיט איראן - אמעריקע'ס בלוט שונא. אזוי האבן זיי אויך געטון אין ליביע ביי די בירגער קריג, און אין סוריע ביי די בירגער קריג. וכן הלאה, וכן הלאה.

די זעלבע טוט זי דא. ס'קען זיין אז זי וויל בעסער אז כאמאס זאל געוועלטיגן אין עזה*, אבער איר איז וויכטיגער אז כאמאס זאל זיך פילן שולדיג פאר קאטאר, צוליב די גרויסע געלטער וואס ער גיסט אריין אין די ארג., און פון די צווייטע זייט זאל ער אויך האבן א ווארט און משקל איבער ביבי.

*ס'מוז בכלל נישט זיין, ווייל ווי געשמועסט איז עיקר ציל צו האבן א ווארט איבער די וועלט, ווילאנג זי האט געזען אז כאמאס איז בעה"ב אין עזה, האט זי איר געשטיצט כדי צו האבן א ווארט דארט, איינמאל כאמאס פאלט וועלן זיי שטיצן די קומענדיגע גאווערמענט.
 
שטימט מיט די אראבישע מענטאלעטי
 
Back
Top