שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 164
- רעאקציע ראטע
- 569
- פונקטן
- 113
ר' שאול מגיד איצט געווארן א פולשטענדיגער אידישער און רעליגיע פראפעסער אין פרעסטיזשפולער הארווארד אוניווערסיטעט.
און די ציונים זענען צערודערט ווייל זיי ווילן צייגן אז אלע אוניווערסיטעטן זענען אנטיסעמיטן איבערהויפט הארווארד די גרעסטער פרעסטיזשפולער אויף די וועלט און היסטאריע. טראמפ האט אפגעשטעלט אלע פאנדן פון די רעגירונג פאר שטודיעס דארטן צוליב זיין חנפהנען זיינע רייכע ציוניסטישע נדבנים ווי שעלדאן איידלסאהן'ס אלמנה, מירי, אין נאך. אבער דער אמת וואס באדערט פאר די ציונים און מאגא טראמפיסטן איז דאס אז הארווארד נעמט זיך אן פאר די פאליסטינע מענטשן רעכטן. ווי אלע אוניווערסיטעטן. איצט האבן זיי געמאכט א מאוו וואס נעמען ארויס פון די כלים די ציונים ברוך השם! זעהט דא א באריכט פון ידיעות אחרונות אנליין Harvard University sparks backlash with appointment of 'Counter-Zionist' scholar
ר' שאול מגיד איז שוין אין הארווארד א שטיק צייט אבער בלויז אלץ וויזיטיג פראפעסער איצט איז ער געהעריג געווארן אויפגענומען דארטן אלץ אידישער פראפעסער און כללית'דיג רעליגיעזע שטודיעס. ווי ער גייט אויך זיין רעדאקטער פון זייער פרעסטיזשפולער זשורנאל איבער רעליגעזע שטודיעס.
***
ר' שאול מגיד איז געבוירן אין לאנג איילענד צו פרייע עלטערן אבער אין די 60ער יארן, ביי די היפיס מאוומענט האט ער גענומען א בייק רייד ביז קיין קאליפארניע צו די וועסט דארטן זיך אנשליסן אין די היפי מאוומענט דהיינו נאך די וויעטנאם מלחמה האבן די איגענט רעוואלטירט קעגן זייערע עלטערן אז מ'מוז גיין אין מיליטער אדער זיין פאטריאטיש פאר אונזער אמעריקאנער נאציאן. זיי האבן נישט געוואלט גיין אין מיליטער און נישט ארבייטן פאר די עקאנאמאיע נאר פראטעסטירט אין די גאסן מיט מוזיק און דראגס קעגן די פירערשאפט פון ציווילעזאציע פון דאן.
ר' שלמה קארליבאך איז דאן געווען טעטיג אין קירוב, נאך אלץ ערשטער שליח פון חב''ד, נאך פון בימי ר' יוסף יצחק גראדע איז ער דאן געווען א לעיקוואדער תלמיד מצוין וואס ר' אהרן קאטלער האט ליב געהאט באהבת נפש און געוויינט ער זאל נישט ארויס מבין כותלי הישיבה צו לייגן תפילין און טאן מצות מיט אונזערע אפגעפארענע ברודער און שוועסטער וואס דאס האט אים ליידער געקאסט טייער, די שוועסטער פארט.... אבער דא איז נישט קיין שנירל פון שלמהלע קארליבאך דא איז א שנירל פון זיין תלמיד ר' שאול וועמען ער האט געכאפט דאן צו אידישקייט דורך מוזיק.
ר' שאול מגיד האט ליב געהאט צו שפילן דעם גיטאר אויכט ווי שלמה'לע און מילא האט ער צעביסלעך געקלעבט צו אידישקייט, זייענדיג א פרייער עם הארץ האט ער זיך געזעצט לערנען תורה אין ישיבות צוזאמען און אינטער ר' שלום דין'ס פאטער וואס איז געווען עלטער ווי אים אבער אויך א בעל תשובה פון שלמהלע קארליבאך. זיי זענען צוזאמן געפארן אויף ירושלים עיה''ק לערנען פלייסיג בייטאג און ביינאכט ביז זיי האבן חתונה געהאט אויך מיט ווייבער פון שלמה'ס 'הייסע...' חסידותטעס. און זיי האבן געמופט אויף בארא פארק אויפשטעלנדיג קינדער געבענטשטע שטובער כאחד האדם.
אין ירושלים האבן זיי זיך באקענט מיט די בני ישוב הישן די נקיי הדעת שבירושלים עיה''ק וואס האבן זיי געמאכט פאר קנאים, 'סיקריקים' בלע''ז, קעגן ציונות. און דאהי אין בארא פארק האבן זיי זיך אנגעהערט אין די סעמי סאטמערע קרייזן ווי קראסנע ספינקא און נאך היימישע אנטי ציוניסטישע קרייזן.
ר' שאול מיט שלום דין'ס טאטע האט געדאווענט אין קראסנע און געשיקט זייערע קינדער דארטן. הגם שלום דין האט געלערנט אין סקווער פון אלץ קינד איז דאס געווען פון דעם אינגעל אליינס ווייל סקווירא רבי האט אים מקרב געווען און דער קליינער שלום איז געווארן פאריתומ'ט גאר אינג און שלום דין'ס טאטע איז געווען אויסגעטאן פון די וועלט געפאסט תעניתים און געדאווענט א גאנצן טאג. שלום האט נישט געהאט געהעריג קשר מיט זיין טאטע נאר מיט זיין מאמע ווייל די טאטע איז געווען מופרש מעולם הזה ווי א נזיר כל כולו להשם יתברך. אבער ר' שאול איז יא געווען א נארמאלער מענטש ער איז געווען כמו גאבע פאר שלום דין'ס פאטער.
דערנאך ווען שלום דין'ס טאטע איז אוועק אינגערהייט האט שאול מגיד אפגעלאזט סאטמאר צוריק געפארן קיין ארץ ישרא' און געווארן א עסטרעמער מתנחל. ביז ער האט זיך אויסגטשוכעט פון זיין ציונות און צוריק געווארן א סאטמערער אנטי ציוני אבער דאס מאל איז ער אריין אין אקעדעמיע; אפגעלאזט די חרדישע לעבנס שטייגער גענצליך, ר' שאול איז נאכאלץ א פרומער שומר תורה ומצות, הגם נישט אזוי אויסערליך. אבער ער קאכט זיך זייער שטארק אין די שיטה הקדושה פון סאטמאר קעגן ציונות.
***
שלום דין'ס פאטער און ר' שאול מגיד'ס רבי וחברותא הארט איידער ער איז אוועק אינגערהייט אין בארא פארק. מערקט די נטורי קרתא ירושלים'ער גאר פרומער לבוש.
***
ר' שאול מגיד איז געווען טאקע א חריידישער סאטמערער בעל תשובה געוואונט אין בארא פארק פאר אסאך יארן לכל דבר. - אבער ער האט געהאט א היסטאריע זייער אינטערסאנט, אן עבר וואס קיינער האט נישט געטראכט עפעס ספעציעל אין דעם, ווייל אסאך בעלי תשובות וואונען אין בארא פארק שטיהל באשיידן דאווענען לערנען ארבייטן און גייען זיך זייער וועג אן טשעפן באדערן קיינעם. אוודאי איז מען זיך נישט משדך מיט זיי, ווייל מ'קען נישט זייער יחוס. אבער געווענליך מאוון זיי אן אין ליייף צו ווערן ראבייס אין מאדערנע שוהלן. אזוי איז די קעיס מיט ר' שאול מגיד זיין עתיד איז צו ווערן א רב בישרא' און איצט א גרויסער פראפעסער!
ר' שאול מגיד איז שוין א רב א גוטע 20 יאר אדער מער אין די זייער רייכע זומערדיגע אונזל נעבן לאנג איילענד ארויס אויפ'ן ים וואס הייסט ''פייער איילענד''. דארטן גייען די 2 חדשים זומער די רייכסטע מענטשן פון אלל אווער קאליפארניע ניו יארק און נאך פלעצער פון אמעריקע. עס איז גאר א דינע שיכט אויפ'ן וואסער וואס מ'זעהט ארויס פון לאנג איילענד אויף יעדע מאפע. מ'קען נישט דארטן צוקומען מיט קיין קארן נאר מיט'ן שיפן יאכטס פאר די מיליאנערן אין פריוואטע העליקאפטערס און זשעטס פאר די ביליאנערן אזוי ארום איז דאס זייער סעקלודעד וואס כאטש אין מיילעדזש איז דאס גאר נאענט נישט מער א מייל און א האלב אדער בערך צוויי מייל איז דאס אבער זייער ווייט אוועק פון דערהיים, און פון די נארמאלע געזעלשאפט, צוליב איר אפגעזונדערטקייט אז נאר ווער עס האט מיליאנען פאר שוואול טאג קען גרינג אנקומען אהין. דארטן אויפ'ן אונזעל דרייווט יעדער א ביציקל. עס האט א 5 6 געגענטער אזאלכע קליינע אינזלען איינס נעבן אנדערן קאנעקטעט מיט הילצערנע אלטמאדישע בריקן. ר' שאול מגיד'ס קהילה איז דאס איינציגסטע אידישע שוהל אויפ'ן גאנצען ''ארפיגעלע'' ד.ה. בינטל פון אונזעלען דארטן, עס הייסט סיי ארטאדאקסיש סיי רעפארם, ריקאנסטראקשניסט, חב''ד, סאטמאר; אהרונים זאלוינים, בני יוא' נטורי קרתא, געיז, סטריעט, און קאנסערוועטיוו וכו' - אלעס אזוי שיין צוזאמען באחדות און אקצעפטירבאר.
ר' שאול מיט זיין רביצן מקבל שבת אין זייער 'פייער איילענד' קהילה (פרי פרייטיג פאר'ן זמן)
***
ר' שאול מגיד'ס רביצן איז א געוועזענע היימישע בית יעקב מיידל אויך פון בארא פארק זי איז א מוזיקער און זי שפילט דארטן קבלת שבת לכה דודי פריערט פון זמן הדלקת הנרות אויף איר פידל ח''ו נישט מיט איר אייגן קול בעאישה נאר ווי מרים הנבואה ביי קריאת ים סוף מיט איר פויק. איר פראפעשנעל נאמען הייסט טאקע 'פרעהס טאכטער' ווייל אויף אידיש הייסט זי בתי'.
***
ר' שאול מגיד האט זיך ליב צו באטיטולן אלץ קאנטער ציוני נישט אלץ אנטי ציוני.
ר' שאול מגיד'ס לעצטע בוך איז איבער גלות קעגען ציונות מיט'ן נאמען 'די וויכיטיגקייט פון גלות'
א בוך פאר דעם איז געווען איבער מאיר כהנא וויאזוי ער האט געהאט ארום געזוכט פרויען צו זינידגיגן אין אלע סעקאנד עוועניו בארס אין מאנהעטן און געהאט א דירה אין די איסטסייט כאטש ער האט געוואונט מיט זיין ווייב אין קינדער אין קווינס, ביז איינמאל האט ער געטראפן א טראבעלד טיען אן אינטאליענע שיקסע האט ער איינגערעדט ער גייט חתונה האבן מיט און פאר די וועלט האט ער איינגערעדט אז זי איז זיין סעקרעטאר אבער זי האט זיך גענומען דאס לעבן ווען זי איז געווארן פרעגנענט פון מאיר כהנא, אויפ'ן קווינס בארא בריק, ווייל ער האט דאן אפגעהאקט מיט איר!
אבער ר' שאול'ס לעצטער בוך איז כל כולו די סאטמערע שיטה הקדוש נגד ציונות. ער איז מסביר אז גלות איז זייער א גוטע מתנה פון הימל. ער האט שיעורים אין ויוא' משה פארגעלערנט אנליין.
VaYoel Moshe w/ Dr. Shaul Magid - Podcast | Everand
היינט איז שוין ר' שאול מגיד נישט קיין חסיד אויסערליך, אבער ער איז א פרומער איד לכל דבר, איך האב אים געזעהן מאכן א ברכת שהכול, אויף א גלאז וואסער, בעת זיך צודעקנדיג זיין קאפ.
***
מלך ביפיו תחזנה עינינו: ר' שאול מגיד פאריגע וואך דאנערשטיג, 4 טעג צוריק. שוין אלץ פולשטענדיגער הארווארד פראפעסער אין הארווארד אוניווערסיטעט'ס גארטן.
לעצט רעדאגירט: