שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 292
- רעאקציע ראטע
- 1,073
- פונקטן
- 213
חלק ז': זיין קאטראווערסיאלע שטעלונג קעגן עוואלוציע.
זשיען-באפטיסטע לאמארק, וואס האט אויסגעטראפן עוואלוציע בעפאר טשארלס דארווין
די וועלט האט אסאך טענות אויף ר' אביגדור'ן אז ער איז געווען משוגע עקסטרעם אין זיין אמונה בהשם יתברך פון בראשית ברא אלקים, אז ג-ט האט באשאפן די וועלט אין 6 טעג ליטערעלי. ווי באקאנט דער בעל פירוש המשניות תפארת ישרא' האט אנגענומען די סייענס פון עוועלאשן אלץ פאקט וואס מ'קען דאס נישט ארויסווארפן סתם אזוי, און מ'מוז אויסטייטשן די פסוקים פון חומש על פי די נייע סייענס פון עוואלוציע און די ביג בענג וכו', פונקט ווי מען האט אנגענומען אנדערע מציאות בעפאר אז די וועלט איז נישט פיר עקיג פלאך מיט זיבן הימלען.
גראדע האט ר' אביגדור אנגענומען דעם פשטות פון הייליגן רמב"ם אז אלע מציאות'ער פון חז"ל, אויב עס איז נוגד די היינטיגע סייענס, מוז מען דאס נישט אננעמען. ווי צום ביישפיל, ר' אביגדור פלעגט נישט רעדן פון שדים גלגול נשמות און רוחות וכדו' אנדערע מיסטישע זאכן וואס ווערן יא ערווענט אין גמרא. איך האב אים קיינמאל נישט געהערט נאכזאגן קיין זוהר, כאטש די היינטיגע אינגעלייט פון תורת אביגדור שטעלן אלעס צו צום זוהר, יעדעס ווארט זיינער.
איז וויאזוי קען מען פארשטיין ר' אביגדור'ס עקסטרעמע האקן אויף דעם סייענס פון עוואלוציע?
דער ענטפער איז אז ר' אביגדור האט בעיקר געוואלט ארויסברענגען דעם שער הבחינה פון חובת הלבבות. נישט אז מיר זאלן סתם גלויבן אין א באשפער. ער האט קלאר געזאגט אז עס איז נישטא אזא קאנצעפט אין די תורה פון "גלויבן", דאס איז א נייע קריסטליכע אידעע. ביים דאווענען זאגט מען ויאמינו בה' ובמשה עבדו, דאס מיינט צו זאגן אז זיי האבן צוגעזען אזא נס האבן זיי אויפגעפלאקערט זייער גלויבונג, אבער אין חומש טרעפט מען נישט אזא מצוה בכלל.
דאס גאנצע פארלאנג כלפי א בורא איז אהבת ה' ויראת ה', דאס מיינט מיר מוז ליב האבן ג-ט און פארכטן פאר אים. אוודאי מוזן מיר קודם גלייבן אין ג-ט כדי אים צו ליבן און פארכטן, אבער די תורה הקדושה קימערט זיך בכלל נישט מיט דעם גלייבן חלק. דאס איז א נייע זאך וואס די חומש איז נישט גורס בכלל.
'אמונה', פלעגט ער זאגן, מיינט נישט גלייבן. עס מיינט 'נאמנות', לויעלטי, געטריישאפט, טרייהייט, אז מיר זענען געטריי דעם באשעפער אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אונז. און בטחון מיינט טראסט, אז מיר פארלאזן זיך אויף דעם טוב ומטיב לכל אז ער וועט אונז נישט פארלאזן, וויבאלד מיר זעהן דאך אז ער געט אונז אזויפיל גוטע זאכן.
איז צוריק צו די קשיא: וויאזוי קאן זיין אז ר' אביגדור זאל אזוי שטארק לייקענען די מציאות פון עוואלוציע?
ווייל די טעאריע פון 'עוואלוציע' ביי די פשוטי המון עם, מאכט אונזער גאנצער לעבן אן עקסידענט. די פראצעדור פון "סורווייוועל אפ די פיטעסט" איז קעגן דעם מציאות פון זיין פרייליך אין לעבן, לויט די עמך וואס פארשטייען דאס נישט געהעריג, ווייל זיי טראכטן אז דאס מיינט צו זאגן אז נאר די שטארקע קלוגע גענעס לעבן איבער, אדער נאר די גענעס וואס שטעלן זיך צו צו די ענווייראמענט.
ווי למשל ראבערט סאפאלסקי ברענגט אראפ דעם גרויסן עוואלאשעניסט בעפאר טשארלס דארווין זשיען לאמראק, וואס רוב סייענטיסטן האבן אפגעלאכט פון אים בשעתו, ווי ער איז מסביר דעם לאנגן האלז פונעם זשיראף, אז דאס איז געווארן 'איוואלווד' כדי צו קענען עסן פון שפיץ בוים די פרוכט. דאס מיינט צו זאגן אז די אלע זשיראפס וואס האבן געלעבט קודם מיט א קליינע האלז זענען אויסגעשטארבן? אבסאלוט ניין. אבער עוואלושען איז מסביר אז מיר האבן 'איבערגעלעבט' משך פון מיליאנען יארן, נישט איין דור איז געשטארבן ווייל ער האט געהאט א קליין האלז און גראד דערנאך דער נעקסטער דור האט שוין געהאט א לאנגער האלז...
ר' אביגדור האט נישט געוואלט מיר זאלן מיינען לייף איז א ביטערע עקסידענט, ווי רוב נארישע מענטשן לערנען אפ עוואלושן אז ווער עס האט געהאט א קליינער האלז, דער איז פשוט געשטארבן פון הונגער. ניין, זיי האבן געהאט אנדערע טובות וואס האט זיי געמאכט לעבן, צו איז דאס געווען אסאך גראז, ממילא האט נישט אויסגעפעלט צו האבן בכלל א לאנגע האלז.
ר' אביגדור האט קלאר יא געוואלט מיר זאלן איינזעהן די חלק הטוב פון עוואלושן, דהיינו אז מיר זענען א פראדוקט פון מיליאנען יארן טוישונגען צו פאר'ן אנדערן קלימאט וואס פעלט זיך אויס צו האבן א לונג, צו פאר'ן אנדערן וועג פון לעבן פון 'האנטער געטערער' צו 'תבואה פלאנצוגען' צו 'פאקטאריס' צו 'אפיסעס' וכו'. און אז פון בעפאר דעם מיליאנען יארן, זענען מיר געווען זייער א פרימיטיווע זשערם אבער היינט קענען מיר ב"ה ענדזוישען לייף אסאך מער און אסאך בעסער - ר' אביגדור אליינס פלעגט דאך שטענדיג נאכזאגן ביי יעדן שיעור פון 'סייענס' 'עוואלושן' ביכער חכמה וחסד פון אונזער באשאף! - ער האט נאר אויך געהאקט אז זיי ווילן נישט איינזעהן די מטיב דערין.
ער האט געהאלטן אז א טובה איז אסאך שטערקער און בעסער אז מ'זעהט און אנערקענט דעם מטיב. ער פלעגט נאכזאגן די גמרא אז 'הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו' פארוואס? להרבות ריעות. פארוואס? ווייל אז מ'זעהט א נותן המתנה איז די מתנה פיהל געשמאקער, עס שפירט זיך אסאך בעסער.
אדרבה, ער האט געהאלטן אז מ'קען נישט מתאר זיין הקב"ה אלץ א גוף פון א זאך אדער מענטש, נאר אלץ א כלליות'דיגער מטיב, וועגן דעם רופן מיר הקב"ה 'השם' יתברך ווייל ער איז באקאנט מיט זיין גוטס, זיין 'נאמען' איז א גוטער, אז דאס איז עפעס וואס וויל אונז געבן גוטס, און ער געט אונז נאר גוטס.
כן נראה לפי עניית דעתי, ובזה יצאתי ידי חובתי צו פארענטפערן דעם צדיק.
איצט לאמיר גיין צום נעקסטן סקאנדאל.