ער פירט זיך אויף אזוי שוין צען יאר בשעת קיינער קוקט אים נישט אהן, ס'גארנישט ניי
כ'זעה זייטן פון אים וואס זענען גאר זעלטן
זיין אמונה פשוטה און בטחון איז נישט סתם ווערטער נאר זיין מציאות.
ער בעט נישט קיין געלט פון מענטשן אפי' ווען ער האט נישט קיין געלט צו קויפן עסן פאר זיינע קינדער, און יעדע מאל באקומט ער וואס ער דארף ווען ער דארף (נישט ווען ער וויל...)
ער קען האבן גרויסע דאגות און פון איין רגע אויפן צווייטן זיך נעמען לערנען בחברותא מיט די גאנצע עיון.
ער דאווענט פאר מענטשן, דאגה'ט פאר זיי, געט עצות וואס ער טראכט וועט זיין גוט פאר זיי.
ער האט מיר געהאלפן אין אפאר הינזיכטן אין לעבן צו ארויסגיין פון א קורצע בליק.
בנוגע די רחמנות אויף זיין ווייב...
זיין ווייב איז א קלוגע פרוי, זי איז מיט אים אינגאנצן דארט, זי שעפט חיות פון זען די טויש וואס מענטשן האבן דורך אים. זיי רעדן אפן צעווישן זיך אין עבודת השם, ער וועט איר דערציילן אז ס'האט זיך אים געפענט דאס הארץ ביי שמע קולנו און ס'איז געגאנגן טייכן טרערן, וכדו'. ער וועט איר פרעגן אויב זי איז אין די גיסטע פון א סמאדי, און וועלכע זי האט ליב.
ער האט מיר אמאל געזאגט אז מ'דארף לאזן דאס הארץ אפן צו ליב האבן, ווייל אזוי זענען אונז נאטירלעך באשאפן אזוי ווי מ'זעט ביי קינדער. זיך פארהאקן פון ליבשאפט כדי צו האבן קדושה איז נישט רצון השם. די באשעפער וויל א אפענער הארץ וואס האט אויך נסיונות און טוט נאך אלץ וואס איז ריכטיג.
ווען איינער פרעגט דיר איבער דיר ביי א אפיציעלע אינטערוויו מיט דיר און דו שפרינגסט אוועק די ערשטע רגע ווייזט עס אז דו לויפסט אוועק פון זיך אליינס און דיין גאנצע "משפיע זיין" איז א קאפינג מעקעניזים
כ'וואלט אויך אזוי געזאגט. אבער ער האט נישט קיין פראבלעם צו רעדן פון זיך, ער רעדט זייער אפן און דערציילט אסאך. אפשר איז עס ווייל ער וויל נישט מאכן א פארמאלע אינטערוויא ער וויל ענדערש איבער געבן זיין מעסעדש. פונקט ווי ער צעשרייט זיך ביי יואליש הער אויף זיין פארנימען מיטן קעמרא כ'רעד צו דיר.
ס'גייט אים ווייניגער אהן וואס יענער טראכט אויף אים ווייל ער האט א גרעסערע דאגה ער זאל נישט ווערן אפגעהאקט פונעם באשעפער. ער זעט גאוה און ישות ווי א סתירה צו זיין א צינור וואס זאגט ארויס רצון השם.
איך קאנעקט נישט מיט א מענטש וואס זיין גענצע משפיע זיין און שמייכעלעריי איז געקניפט אין געבינדען מיט עפעס א greater cause
ער איז נישטא אינגאנצן צו העלפן דיר, ער איז דא דיר נענטער צו ברענגן צו די רעליגיע וואס ער פראדאצירט.
ס'איז דזשאסט מיין פערסענאל טעיסט, איך קען פארשטיין איינער וואס קאנעקט יא צו אים.
דאס איז א גרויע ליניע
ער האט ליב מענטשן און ער וויל ס'זאל זיי גיין גוט, ער גלייבט אז תורה אויף א געזונטע וועג איז גוט פאר אונז.