ראבערט סופאלסקי איז דאס מערסטע באקאנט איבער די וועלט מיט זיין טעאריע אז אונזער ''סטרעס'' הארגעט אונז אפ.
איך אלץ חסיד וואס האט זייער אסאך סטרעסס פון מאכן געלט לערנען תורה און טאן שיינע שידוכים וואטעווער דעהט איז בין געווארן אפגעקויפט פון ראבערט'ן צוליב דעם ''דימאן'' וואס הייסט ''סטרעסס'' כ'מאך שוין חתונה קינדער קיין עין הרע. און איך לייד זייער אסאך פון דע שדכנים וואס קאללן מיך זאגן אז איך דארף זיך מער צושטעלן דאס איז זייער ווייטאגליך צו הערן.
מילא האב איך זיך דערוויסט פון סופאלסקי לעצטענס. איך פלאן נישט אנציפייפן די געזעלשאפט אבער איך פלאן זיי קעגן קומען האלבוועגס ווי ווייט מעגליך בעזרת השם יתברך. סא העלפ מי גאד!
ווי אונז אלע האט ראבערט סופאלסקי געלערנט אין היימישע מוסדות ביז ישיבה קטנה אין פלעטבוש ישיבה אפ ברוקלין געבוירן צו א מאדערן ארטאדאקס משפחה יוצאי סאוועטן פארבאנד. די טאטע א ארכיטעקט די מאמע א מחנכת האט ער זיך געטראפן מיט אונזערע אלע שאלות אין אמונה אלץ אינג בחור'ל.
ראבערט סופאלסקי על אף וואס ער איז היינט צוטאגס א ריזיגער באקאנטער סייענטיסט גרויסט ער זיך מיט זיין אידישע אידענטיטעט ער האט חתונה געהאט מיט אן אידענע א טעראפיסט מענטל העלט פראפעסער אויך אין סטענפארד זיי האבן 2 קינדער א צווילינג מיידלעך וואס זיי פאוסטן אסאך ווידיאס מיט זייער טאטע אויף יו טוב.
צו פארדאנקן זיינע שאלות איז געווען זיין מאמע וואס האט אים אריין געגעבן א רייץ צו נפלאות הבריאה פון אלץ קליין קינד אזש ווען ער האט בר מצוה געהאט האט ער שוין זיך ארויסגעכאפט פון זיין געטא אין פלעטבוש קיין מאנהעטן צום מוזיאום אפ נעטרועל היסטאריע אין די וועסט סייד כמעט וועכנטליך מיט'ן באן אליינס.
ווי אויך האט אים זיין מאמע געקויפט ספרים חיצונים פון פאפולער סייענס נאר ער זאל קענען מקיים זיין דעם שער הבחינה פון חובת הלבבות ליב צו האבן דעם אייבערשטן אבער פונקט ווי טשארלס דארווין קודם זיך געלערנט נאטור צו ווערן א גלח צו דאנקן און לויבן הקב''ה פאר די בריאה און לעבן, - האט דער קליינער אינגל אונזערער Robert וואס זיינע עלטערן האבן אים נישט געגעבן קיין אידישן נאמען ווייל זיי זענען געווען אימיגראנטן פרומע אבער נישט חרדישע מער בעלי תשובה טיפן. מילא האבן זיי ניט געגליכן די געטא רעליגיע. - זיך פארליבט אין די בריאה מער ווי אינעם בורא....
ער האט אנגעהויבן שרייבן בריווען צו אלע סייענטיסטן בשעתו בעיקר פען-מעיל אבער זיי אויך געפרעגט קשיות באמונה. ביז איין טאג ווען ער האט געלערנט די פרשיות פון די מכות במצרים ווי די תורה לערנט אונז אז ג-ט האט בארויבט די בחירה פון פרעה - האט ער גטראכט אז די גאנצע בחירה איז א שקר! ער האט דאן באשלאסן אפצולאזן די גמרא און גיין אין קאלעזש ביז זיינע עלטערן האבן בעל כרחם יענה אמן.
ער איז היינט א ריזן סייענטיסט זייענדיג א ניוראביאלאזשי מוח פראפעסער אין קאליפארניע 'סטענפארד' מיט 8 בעסט-סעלינג ביכער אויף סייענס וואס דרוקן זיך אין אלע שפראכן פון די וועלט. אויך איז ער פון די מערסטע יו-טוב סייענס פאפולייזער פאר די ''לעי-פיעפל'' ווי אונז נישט קיין אקעדעמיקער.
***
זיין לעצטע בוך איז זיין ישיבה'שער ארגומענט פון די תורה פון די חומש און חז''ל אבער שוין צוגעלייגט די סייענס פון די וועלט קעגן בחירה מיט'ן נאמען ''דעטערמענד'', באשטימט, ווי ער טענה'ט אז מיר זענען אלעס פארגעשריבן וואס מיר גייען טאן און טראכטן מיר קענען גארנישט אויסוועלן פון זיך אליינס.
ער וויל העלפן די וועלט זיך אויסלייזן פון אונזער שוונצנות אמונה טיפלות אין בחירה חופשית וואס ער טענה'ט אז דאס איז די שורש פון אלע פראבלעמען. ווייל מ'רעדט זיך איין אז דער קרימינאל האט געהאט בחירה נעמט מען נקמה. און מען מאכט די צרות פון געזעלשאפט מער און גרעסער.
ער זאגט אז אוואדאי מוז מען האבן ווייטער תפיסות אבער דאס מוז זיין ווי די תורהדיגע ערי מקלט. נישט ווי היינט א שטראף. נאר אפציהיטן אנדערע קרבנות.
ער איז געווען א סאך יארן אין אפריקע געוואונט אין א זשונגל צוזאמען מיט מאנקיס. פרימאטאלגיע איז די חכמה וואס ער שטודירט די לעבן פון פריימעיטס שטייעדיגע בעלי חיים.
ראבערט מיט איינע פון זיינע מאנקי פריינט אין אפריקע.
***
איך האלט איצט אינמיטן לייענען זיין בוך ''ביהעיוו'' וויאזוי זיך אויפציפירן מענטשליך, כאטש ער זאגט שוין קלאר אז ס'איז נישט מעגליך אינגאנצן צו זיך פירן ווי עס דארף צו זיין. איז ער מודה אז מיט 8 שעות נאכט שלאף און מיט עסן געזונט גיין אין זשים ועל כולם זיך דערווייטערן פון ''סטרעס'' כמטחווי קשת ווי ווייט מעגליך פארשטייט זיך ווייל עס איז ניט מעגליך צו האבן זערא סטרעסס. - ער רופט דאס ''פערסאנאליטי'' דהיינו נישט זיך אויפעסן אויף יעדער קליינער זאך. מאכן שלום אז מ'איז נישט רייך. מ'איז נישט שיין. מ'איז נישט גלונגען. מ'איז נישט קלוג. וכו' קען מען ביהעיווען בעסער. רעלאטיוו לעבן געזונטער נפשיות'דיג ווי מ'איגנארירט די סטרעסס וואס מ'האט אין לעבן. איך האלט נאך ווייט פון פארטיג מיט'ן בוך. און עס איז ביטער שווער פאר מיר צו פארשטיין די סייענס דערפון. אבער איך לייען דאס מיט א ווערטער-ביך.
און איך עפען טאקע דעם אשכול כדי צו לייענען גרינגער.
איך וועל דא אי''ה אפדעיטן מיט מער נקודות עס איי ריעד עלאנג.
לעצט רעדאגירט: