ראבערט סאפאלסקי - ניוראביאליזשיסט ופרימטאלעזשיסט

1749242227047.png

ראבערט סופאלסקי איז דאס מערסטע באקאנט איבער די וועלט מיט זיין טעאריע אז אונזער ''סטרעס'' הארגעט אונז אפ.

איך אלץ חסיד וואס האט זייער אסאך סטרעסס פון מאכן געלט לערנען תורה און טאן שיינע שידוכים וואטעווער דעהט איז בין געווארן אפגעקויפט פון ראבערט'ן צוליב דעם ''דימאן'' וואס הייסט ''סטרעסס'' כ'מאך שוין חתונה קינדער קיין עין הרע. און איך לייד זייער אסאך פון דע שדכנים וואס קאללן מיך זאגן אז איך דארף זיך מער צושטעלן דאס איז זייער ווייטאגליך צו הערן.

מילא האב איך זיך דערוויסט פון סופאלסקי לעצטענס. איך פלאן נישט אנציפייפן די געזעלשאפט אבער איך פלאן זיי קעגן קומען האלבוועגס ווי ווייט מעגליך בעזרת השם יתברך. סא העלפ מי גאד!

ווי אונז אלע האט ראבערט סופאלסקי געלערנט אין היימישע מוסדות ביז ישיבה קטנה אין פלעטבוש ישיבה אפ ברוקלין געבוירן צו א מאדערן ארטאדאקס משפחה יוצאי סאוועטן פארבאנד. די טאטע א ארכיטעקט די מאמע א מחנכת האט ער זיך געטראפן מיט אונזערע אלע שאלות אין אמונה אלץ אינג בחור'ל.

ראבערט סופאלסקי על אף וואס ער איז היינט צוטאגס א ריזיגער באקאנטער סייענטיסט גרויסט ער זיך מיט זיין אידישע אידענטיטעט ער האט חתונה געהאט מיט אן אידענע א טעראפיסט מענטל העלט פראפעסער אויך אין סטענפארד זיי האבן 2 קינדער א צווילינג מיידלעך וואס זיי פאוסטן אסאך ווידיאס מיט זייער טאטע אויף יו טוב.

צו פארדאנקן זיינע שאלות איז געווען זיין מאמע וואס האט אים אריין געגעבן א רייץ צו נפלאות הבריאה פון אלץ קליין קינד אזש ווען ער האט בר מצוה געהאט האט ער שוין זיך ארויסגעכאפט פון זיין געטא אין פלעטבוש קיין מאנהעטן צום מוזיאום אפ נעטרועל היסטאריע אין די וועסט סייד כמעט וועכנטליך מיט'ן באן אליינס.

ווי אויך האט אים זיין מאמע געקויפט ספרים חיצונים פון פאפולער סייענס נאר ער זאל קענען מקיים זיין דעם שער הבחינה פון חובת הלבבות ליב צו האבן דעם אייבערשטן אבער פונקט ווי טשארלס דארווין קודם זיך געלערנט נאטור צו ווערן א גלח צו דאנקן און לויבן הקב''ה פאר די בריאה און לעבן, - האט דער קליינער אינגל אונזערער Robert וואס זיינע עלטערן האבן אים נישט געגעבן קיין אידישן נאמען ווייל זיי זענען געווען אימיגראנטן פרומע אבער נישט חרדישע מער בעלי תשובה טיפן. מילא האבן זיי ניט געגליכן די געטא רעליגיע. - זיך פארליבט אין די בריאה מער ווי אינעם בורא....

ער האט אנגעהויבן שרייבן בריווען צו אלע סייענטיסטן בשעתו בעיקר פען-מעיל אבער זיי אויך געפרעגט קשיות באמונה. ביז איין טאג ווען ער האט געלערנט די פרשיות פון די מכות במצרים ווי די תורה לערנט אונז אז ג-ט האט בארויבט די בחירה פון פרעה - האט ער גטראכט אז די גאנצע בחירה איז א שקר! ער האט דאן באשלאסן אפצולאזן די גמרא און גיין אין קאלעזש ביז זיינע עלטערן האבן בעל כרחם יענה אמן.

ער איז היינט א ריזן סייענטיסט זייענדיג א ניוראביאלאזשי מוח פראפעסער אין קאליפארניע 'סטענפארד' מיט 8 בעסט-סעלינג ביכער אויף סייענס וואס דרוקן זיך אין אלע שפראכן פון די וועלט. אויך איז ער פון די מערסטע יו-טוב סייענס פאפולייזער פאר די ''לעי-פיעפל'' ווי אונז נישט קיין אקעדעמיקער.

***
1749241941365.png

זיין לעצטע בוך איז זיין ישיבה'שער ארגומענט פון די תורה פון די חומש און חז''ל אבער שוין צוגעלייגט די סייענס פון די וועלט קעגן בחירה מיט'ן נאמען ''דעטערמענד'', באשטימט, ווי ער טענה'ט אז מיר זענען אלעס פארגעשריבן וואס מיר גייען טאן און טראכטן מיר קענען גארנישט אויסוועלן פון זיך אליינס.

ער וויל העלפן די וועלט זיך אויסלייזן פון אונזער שוונצנות אמונה טיפלות אין בחירה חופשית וואס ער טענה'ט אז דאס איז די שורש פון אלע פראבלעמען. ווייל מ'רעדט זיך איין אז דער קרימינאל האט געהאט בחירה נעמט מען נקמה. און מען מאכט די צרות פון געזעלשאפט מער און גרעסער.

ער זאגט אז אוואדאי מוז מען האבן ווייטער תפיסות אבער דאס מוז זיין ווי די תורהדיגע ערי מקלט. נישט ווי היינט א שטראף. נאר אפציהיטן אנדערע קרבנות.

ער איז געווען א סאך יארן אין אפריקע געוואונט אין א זשונגל צוזאמען מיט מאנקיס. פרימאטאלגיע איז די חכמה וואס ער שטודירט די לעבן פון פריימעיטס שטייעדיגע בעלי חיים.

1749241643052.png

ראבערט מיט איינע פון זיינע מאנקי פריינט אין אפריקע.

***

1749242197262.png

איך האלט איצט אינמיטן לייענען זיין בוך ''ביהעיוו'' וויאזוי זיך אויפציפירן מענטשליך, כאטש ער זאגט שוין קלאר אז ס'איז נישט מעגליך אינגאנצן צו זיך פירן ווי עס דארף צו זיין. איז ער מודה אז מיט 8 שעות נאכט שלאף און מיט עסן געזונט גיין אין זשים ועל כולם זיך דערווייטערן פון ''סטרעס'' כמטחווי קשת ווי ווייט מעגליך פארשטייט זיך ווייל עס איז ניט מעגליך צו האבן זערא סטרעסס. - ער רופט דאס ''פערסאנאליטי'' דהיינו נישט זיך אויפעסן אויף יעדער קליינער זאך. מאכן שלום אז מ'איז נישט רייך. מ'איז נישט שיין. מ'איז נישט גלונגען. מ'איז נישט קלוג. וכו' קען מען ביהעיווען בעסער. רעלאטיוו לעבן געזונטער נפשיות'דיג ווי מ'איגנארירט די סטרעסס וואס מ'האט אין לעבן. איך האלט נאך ווייט פון פארטיג מיט'ן בוך. און עס איז ביטער שווער פאר מיר צו פארשטיין די סייענס דערפון. אבער איך לייען דאס מיט א ווערטער-ביך.

און איך עפען טאקע דעם אשכול כדי צו לייענען גרינגער.

איך וועל דא אי''ה אפדעיטן מיט מער נקודות עס איי ריעד עלאנג.
 
לעצט רעדאגירט:
א גרויסן שכויח און שלום עליכם. ביסט נישט דא קיין גאנצע טאג און שוין מיט אזא ארטיקל.... ווי ביסטו געווען ביז יעצט?

למען האמת איז דא געוויסע inaccuracies אין די וועג וויאזוי דו שרייבסט איבער די ביכער.

איך בין אבער שאקט אז איך ווייס היבש אסאך איבער איהם, און שוין דורכגעגאנגען זיין בוך Behave, ווי אויך זיין לעגענדארער קורס אויף יוטוב, איך האב אפי' געוויסט אז ער איז אויפגעוואקסן רעליגיעז, אבער ס'איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן ער איז א איד.

מ'קען זיך אייביג עפעס לערנען.

ש'כח נאכאמאל....

(אגב, זיינע ביכער, ווי אויך זיין קורס אין סטעמפארד, איז נישט פאר שוואכע הערצער. ער ווארפט צאם ביאלאגישע שטודיעס ווי דער ראגאטשאווער ווארפט צאם גמרות, אז דו בלינקסט האסטו מן הסתם פארפאסט עפעס וויכטיג.)
 
לעצט רעדאגירט:
סאפאלסקי איז איינער פון מיינע פעיוואריטס צווישן די חכמים פון היינטיקן דור. זיינע אדורכנעמנדע לעקטשורס וועגן מענטל אילנעסעס און די ביאלאגיע, ניוראלאגיע און ענדאקרינאלעדזשי אינוואלווד איז פענאמענל, און ער האט נאך א זיסע סענס אף היומער אויך. ער נעמט קיינע פריזענערס. א מין בקיאות נשתומם צוווערן. בקיצור איך הייעלי רעקאמענדיר זיינע יוטיוב שיעורים פאר אלעמען!
 
איך בין אייך מכיר טובה אסאך געליינט דא אויף דעם פלאץ היינט האב איך דער ערשטע מאל געהאט צייט זיך איינצישרייבן א דאנק די לאנגע פרייטאגס נעווער טו לעיט צו זאגן טענקס פאר דעם סייט.
 
סאפאלסקי איז איינער פון מיינע פעיוואריטס צווישן די חכמים פון היינטיקן דור. זיינע אדורכנעמנדע לעקטשורס וועגן מענטל אילנעסעס און די ביאלאגיע, ניוראלאגיע און ענדאקרינאלעדזשי אינוואלווד איז פענאמענל, און ער האט נאך א זיסע סענס אף היומער אויך. ער נעמט קיינע פריזענערס. א מין בקיאות נשתומם צוווערן. בקיצור איך הייעלי רעקאמענדיר זיינע יוטיוב שיעורים פאר אלעמען!
ער איז זייער אפען אז ער ליידט אויף מענטל העלט. ער איז זייער הכנעהדיג. זייער קלוג. ער לאזט זיך אראפ צו יעדן. רעדט אבער זייער שנעל פאר מיר.
 
לעצט רעדאגירט:
סאפאלסקי איז איינער פון מיינע פעיוואריטס צווישן די חכמים פון היינטיקן דור. זיינע אדורכנעמנדע לעקטשורס וועגן מענטל אילנעסעס און די ביאלאגיע, ניוראלאגיע און ענדאקרינאלעדזשי אינוואלווד איז פענאמענל, און ער האט נאך א זיסע סענס אף היומער אויך. ער נעמט קיינע פריזענערס. א מין בקיאות נשתומם צוווערן. בקיצור איך הייעלי רעקאמענדיר זיינע יוטיוב שיעורים פאר אלעמען!
ער רעדט זייער שנעל פאר א אידיש רעדענדער חסיד דעריבער ליין איך זיין בוך ענדערשט ווי אויסהערן זיינע שיעורים
 
לעצט רעדאגירט:
עני ספעציפישע לינקס?
איך פערזענליך האב ליב אלע זיינע פאדקעסט אויפטריטן מאך פשוט א סוירטש און ווער הוקט איך בין עדיקטעט ליידער צו אים שוין פארלוירן אזויפיל פרנסה צוליב אים ער האט עפעס א מיזוג פון הכנעה מיט חכמה וואס איז אין לשער. זיינע קלאסן וואלט איך נישט רעקאמעדירט ווייל ער רעדט זייער שנעל ווארפט צוזאם א געוואלד ווי א ראגאטשאווער חיים קרייזווירטה פינחס הירשפרינג ביינאזאם. ס'איז זייער שווער מיצוהאלטן ליידער.
 
פיהל מאל ציווערטלט ער זיך אין סטודענט-לינגאו, ס'איז א נחת צוהערן.
ס'נישט אזוי ווייט א הויכע ענגליש ווי די סייענטיפישע טערמינען וואס ער נוצט אפט. וואט דע העלל איז טראנסקריפשען פעקטאר? אזעלכע זאכן.
 
זיינע לאנגע סענטענסעס דערמאנען מיך פון קריסטאפער היטשענס ז"ל.
 
זיינע לאנגע סענטענסעס דערמאנען מיך פון קריסטאפער היטשענס ז"ל.
קריסטאפער איז געווען א שיכור א רייכערער ענטערטעינער פאליטיקער א מאגא טראמפיסט רעכטער נאצי ציוני פארטייאישער דעמאגאג... אבער איי געט די פוינט ראבערט איז א ערענסטער איד; טאקע א ליבעראלער לינקער סאשעליסט אבער ער האקט אויף זיינע אייגענע אפגעטער אויכט!
 
פיהל מאל ציווערטלט ער זיך אין סטודענט-לינגאו, ס'איז א נחת צוהערן.
ס'נישט אזוי ווייט א הויכע ענגליש ווי די סייענטיפישע טערמינען וואס ער נוצט אפט. וואט דע העלל איז טראנסקריפשען פעקטאר? אזעלכע זאכן.
אויכט די טיווי קאמאן טינעיזשער פאפולער קולטור איז ווילד פרעמד פאר אונז חסידים דאס מאכט אים טאקע באליבט אויף די איגענט כ'פארשטיי פשוט נישט וויאזוי איין מענטש קען האבן אזויפיל ידיעות פון אלעס אויף די וועלט.
 
(קראס פאוסטעט אויך צו די בחירה אשכול https://kraimel.community.forum/threads/bhyrh-n-ylwzy-d-r-kh-tb-y.1081/)

ראבערט סופאלסקי צייגט אן דע מציאות פון דעם 'ליבעט עקספערימענט' אז ניורא ברעין אימעזדעס דורך עם. אר. איי. און אנדערע כלים צייגן קלאר און דייטלעך אז אונזערע חלקים אין מוח ווערן אנגעצינדן אינפלעימד מיט ניוראנס אקטיוויטעט אסאך פאר'ן טאהן דעם אקט און אויך פאר מיר האבן אפילו געטראכט צו טאן דעס וואס מיר טוען!
 
דעיס איז זייער שרעקעדיג סא ס׳מיינט אז עפעס אין מיין גוף מאכט אפ אז כ׳גיי טוהן עפעס אין כ׳קען עס נישט אפהאלטען?
 
דעיס איז זייער שרעקעדיג סא ס׳מיינט אז עפעס אין מיין גוף מאכט אפ אז כ׳גיי טוהן עפעס אין כ׳קען עס נישט אפהאלטען?
יא הארמאנען ווייערינג סביבה עוואלוציע אין גענעס וכו' נאך פאקטארן און ראלעס וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט - זענען אלע אונזער בעל הבית!
 
ראבערט ברענגט אראפ איין זייער שטארקע שטודיע וואס צייגט ווי מענשטן זענען ליידער אזוי קראנק.

ער זאגט אז עס איז דא א שטודיע אז איבער 70 - כ'דענק נישט צו 72 צו 73 - פראצענט קינדער, פון אזוי אינג ווי 5 יאר ביז 7 יאר אלט - האבן צוגעטראפן ריכטיג ווער עס האט געווינען וואלן איבער די וועלט, סתם פון זיי ווייזן די פנים בילדער פון די קאנדידאטן.

ווי למשל טראמפ קעגן ביידען אדער בוש קעגן גאור וכדו'. נישט נאר דאהי אין אמעריקע נאר יעדעס לאנד.

פירט אויס סופאלסקי: אז ''אונזער גאנצער לעבן איז שוין אויסגעפארעמט אלץ קינד; מיר שפענדן נאר אזויפיל כוח און מוח זיך מצדיק זיין אונזערע משוגעתן!''
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז די מציאות ביי ניי געבוירענע קינדער אז זיי האבן אסאך מער ניוראנס ביי די 9 חדשים במעי אימם. ווען מ'ווערט געבוירן הייבט זיך אן א מגיפה אויף די ניוראנס. מ'פארלירט ניוראנס. עס איז א פראצעס וואס הייסט אויף ענגליש ''פרונינג'' דהיינו אויף אידיש 'שניידן די גראז און שניצן די צווייגן פון די ביימער'.

וויאזוי דאס גייט צוה איז אז די בעיבי זעהט זיך איין און הערט זיך איין צו די וועלט ארום זיך. עס לעבט פשוט מיט עקספיריענסעס פון לייף. אזוי ארום ווערן ניוראלאדזשיקל קאנעקשענס אויס. עס ווערט הויל ליידיג דארטן ווי עס איז פריערט געווען א צווייג אדער גראז איז איצט לופט. און מילא פארעמט זיך אויס אן הערליכער גארטן פון שיינע פארעמעס ביימעלעך אנדערשט ווי פריערט ווילד געוואקסן אלעס אריין אינעם אנדערן.

די ''פרונינג'' פראצעס דהיינו דאס גראז שניידן ביי א קליין קינד אין מוח מאכט נישט בלויז אוועק פאלן דזשיבעריש ניוראן קאנעקשען אזעלכע הוילע פוסטע חלומות וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס. נאר עס פארעמט נייע קאנעקשענס נייע מחשבות נייע עקספיריענס אין מוח דורך א נייער מאפע וויאזוי די צווייגן וואקסן איצטערט. ווי עלטער מען ווערט ווערן די כאאטישע ניוראן סעלל קאנעקשענס אויסגעפארעמט אז עס זאל מאכן סענס.

אט די זעלבער פראצעס געשענט אויך אין טיענעידזשערס און אין אינגע צוואנציגער יארן פון יעדן מענטש. אבער דאן איז דער פרוניניג בלויז אין פרי-פראנטעל קארטעקס אינעם שטערן פארענט פון מוח. און די ניוראנס דארטן זענען נישט קיין כלליתדיגע ניוראנס ברעין סעללס נאר זייער ספעציפישע קולטור געזעלשאפט אבסטראקטישע מער ראפינירטע חשבונות ווי ניט דרייוון שיכור וואס טינעידזשערס וויסן נאך נישט. און נאך אזאלכע קאנעקשענס וואס איז זייער קאמפלעצירט ווי כבוד און געזעלשאפט מאכט וכו'.

ווי ראפיניטער דער בעל חיי איז ווי למשל אונז מענטשן וואס מיר זענען קלוגער אין געזעלשאפטליכע קולטורעלע אבסטראקטע קאנצעפטן אלץ א גרערסערע מוח האבן מיר צו מאכן די חשבונות ריכטיג.

בכלל דארף מען וויסן אז אונזער גאנצער מוח גרעסער פון אנדערע בעלי חיים נישט נאר די פארענט דערפון.

וויאזוי האט מען דאס אויסגעטראפן אז די פרי-פראנטעל קארטעקס איז רעספאנסעבעל פאר געזעלשאפטליכע קולטורעלע טראכטונגען דהיינו מידות איז דעת גענוי ווי דער הייליגער רמב''ם רופט אן מידות כאראקטער שטריכן הלכות דעות?

***

1749432525859.png

פיניעס געידזש מיט זיין שפיז וואס איז אריין אין זיין אויגן און צוריק ארויס פון זיין שטערן אויבערשטער חלק פאדערשטער קאפ ביי טוטפות העכער די צוויי אויגן.

***

עס איז אמאל געווען א רעיל ראוד ארבייטער, פיניעס געידזש, האט ער געהייסן. ער האט געארבייט ביטער שווער פאר פרנסה. און אהיים געברענגט לחם לאכול צו זיין ווייב און קינדער און אפי' געווען רעספעקטירט ביי אלע אנדערע ארבייטער וואס האבן אים געמאכט אלץ זייער מענעזשער.

ביז איין טאג איז זיין אייזערנער שטעקן מיט וואס ער האט אריינגעהאקט אין די ערד דינאמיט דאס אויפצוברעכן בכדי צו אראפלייגן רעלסן פאר'ן באן האט אויפגעריסן בעפאר ער האט דאס אויסגעדרייט אוועק פון זיין אייגן פנים, און די שפיז איז אריין פון זיין אויג און תיכף ומיד צוריק ארויסגעשאסן לעכרנדיג זיין פאדערשטן חלק אויבערשטן טייל פון קאפ.

דאן האט ער אויפגעהערט צו געפעלן פאר מענטשן ער האט אויפגעהערט צו ארבייטן שווער פאר פרנסה געשאלטן און גערעדט זייער פרעך וכו'.

האט מען איינגעזעהן אז די פאדערשטע אויבערשטע חלק פון מוח איז רעספאנסעבעל וויאזוי מיר פירן זיך מענטשליך. דהיינו די שווערע חשבונות פון געזעלשאפט קולטור און סאציאלאגיע.

בכלל, איז אונזער מוח'ס אויטער שעלל געמאכט ווי טאלן און בערג פארוואס? ווייל אזוי האט עס גרעסערע מער ברייטערע אויבערפלאך פאר ניוראנס צו לעבן דערין אבער דאס איז שוין נישט מן הענין הזה וואס מיר דערמאנען בלויז די ''פאהר-העד'' און איר תפקיד אין אונזער מוח.
 
לעצט רעדאגירט:
פיניעס געידזש מיט זיין שפיז וואס איז אריין אין זיין אויגן און צוריק ארויס פון זיין שטערן אויבערשטער חלק פאדערשטער קאפ ביי טוטפות העכער די צוויי אויגן.

עס איז אמאל געווען א רעיל ראוד ארבייטער, פיניעס געידזש, האט ער געהייסן. ער האט געארבייט ביטער שווער פאר פרנסה. און אהיים געברענגט לחם לאכול צו זיין ווייב און קינדער און אפי' געווען רעספעקטירט ביי אלע אנדערע ארבייטער וואס האבן אים געמאכט אלץ זייער מענעזשער.
 
יא הארמאנען ווייערינג סביבה עוואלוציע אין גענעס וכו' נאך פאקטארן און ראלעס וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט - זענען אלע אונזער בעל הבית!
ראבערט סופאלסקי טענה'ט אז צו וויסן אז ס'איז נישטא קיין בחירה איז זייער פרייליך נישט שרעקעדיג ווי דו שרייבסט.

איך האב נאך נישט געלייענט זיין לעצטן בוך קעגן בחירה, איך לייען נאך איצט זיין ביך ''ביהעיוו'' וואס האט קרוב צו 800 זייטן!

אבער איך קען אויך פארשטיין אלץ חסידישע איד וואס וויל זיין ערליך פרום און רעכטפארטיג אז מ'טאר נישט זיין געפאלן ביי זיך פון אונזערע שארט-קאמינגס.

ווי די אמונה אין השגחה פרטית אויב מ'זעהט איין אז אלעס וואס מיר טוען טראכטן און טוען נישט ליידער מצות ומעשים טובים - אט דאס אלעס איז שוין פארויס באשריבן געווארן און מיר זענען נישט שולדיג אין זיי.

אזוי ארום ווערן מיר פטור פון זיך אויפעסן אויף ''גילט'' א גאנצן לעבן.

איך ווייס נאך נישט וויאזוי די ביהעיוו בוך איז נישט קיין סתירה צו זיין לעצטן בוך דעטערמענד.

אבער איך האלט דאס נאך אינמיטן לייענען איך האף צו האבן אן ענטפער איימאל איך ענדיג דאס.

סטעי טוהנד!
 
לעצט רעדאגירט:
ראבערט סופאלסקי טענה'ט אז צו וויסן אז ס'איז נישטא קיין בחירה איז זייער פרייליך נישט שרעקעדיג ווי דו שרייבסט.

איך האב נאך נישט געלייענט זיין לעצטן בוך קעגן בחירה, איך לייען נאך איצט זיין ביך ''ביהעיוו'' וואס האט קרוב צו 800 זייטן!

אבער איך קען אוך פארשטיין אלץ חסידישע איד וואס וויל זיין ערליך פרום און רעכטפארטיג אז מ'טאר נישט זיין געפאלן ביי זיך פון אונזערע שארט-קאמינגס.

ווי די אמונה אין השגחה פרטית אויב מ'זעהט איין אז אלעס וואס מיר טוען טראכטן און טוען נישט ליידער מצות ומעשים טובים - אט דאס אלעס איז שוין פארויס באשריבן געווארן און מיר זענען נישט שולדיג אין זיי.

אזוי ארום ווערן פטור פון זיך אויפעסן אויף ''גילט'' א גאנצן לעבן.

איך ווייס נאך נישט וויאזוי די ביהעיוו בוך איז נישט קיין סתירה צו זיין לעצטן בוך דעטערמענד.

אבער איך האלט דאס נאך אינמיטן לייענען איך האף צו האבן אן ענטפער איימאל איך ענדיג דאס.

סטעי טוהנד!
די סיבה פארוואס כ׳האב געשריבען אז ס׳שרעקעדיג איז ווייל די קאנצעפט אז א predetermined זאך אין מיין מח קען אפמאכן אז איך זאל עפעס טוהן מיינט אז אויב מיין מח מאכט אז אפ איך זאל איינעם הארגענען צי נעמען א עקסטרעמע משל דעמאלטס האב אין נישט קיין שום power עס אפציהאלטען על כל פנים אזוי האב איך פארשטאנען פין דיין ווערטער.
 
Back
Top