- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 316
- רעאקציע ראטע
- 2,408
- פונקטן
- 423
לשם יחוד קוב"ה,
די פאלגענדע איז געשריבן מיט א שטורעמישער מח, עפעס וואס קאכט אין מיר שוין לאנג. ס'איז אין מוקדם ומאוחר, כפולות, ס'איז חוזר על עצמו, אבער ס'געשריבן מדם לבבי, לאז איך עס אזוי, און ס'מיין האפענונג אז די ליינער וועלן דאס פארשטיין און ס'וועט זיין דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב און ברענגען דעם הייליגן געווינטשענעם תועלת:
כ'האב לעצטנס געהאט א שמועס מיט א חשובער ידיד מבני מחנינו. אויך ער, אזויווי איך, וואלגערט זיך אויף מאמע ערדס רחמנות, זוכט יחזקאל'ס מרכבה צווישן די קנייטשן פון זיין מח, מען ווייסט נישט וואס דער נעקסטער טאג וועט ברענגען. כלומר, מיר ביידע האבן פארזוכט דעם טעם פון ווערן אפגעריסן פון שורש, סיי בהשקפה און סיי בחיי יום יומית. מיר ביידע האבן פארלוירן צלם וצורה, מיר זוכן אלזא דעם נעכטיגן אדער מארגנדיגן טאג, און מיר ווייסן אפילו נישט וואס מיר זוכן.
ס'דא אזעלכע ווי אונז וועלכע האבן זיך געכאפט א ברעטל אין שטורמישן ים, זיך מיט גליק אנגעטראפן מיט א ניי היים, מעשה בשתי דדים, אנדערע זענען בטבע מער לייכט אין דעם ענין, שפרינגען פון ברעט צו ברעט ווי מען שפרינגט אויף א שפרינג מאדראץ, און אנדערע זענען בכלל אזעלכע וואס נעמען זיך נישט צום הארצן, כל יום כחדשים, ברוך ה' יום יום ווי הלל, די מרה לבנה חברה.
מיר אינעם שמועס האבן מודה געווען אז מיר דארפן א ישועה, ס'נישט קיין עסק, במיוחד אזעלכע פארנעפלטע קעפ ווי אונז, אזעלכע וואס דארשטן א צמאון נורא פאר געזעלשאפט, ליבע, אנגעהערשאפט, ידידות, נאר האקט זיך שטענדיג אריין אין א סבך, א געוועב ווי פון שפינוועבעכטץ, מיר בלייבן דארט שטעקן, בניסי ניסים זעהען מיר זיך ארויס, אבער ווי אפן און זוניג דער האריזאנט זעהט אויס, זענען די וועבעכטצער גרייט ווי נעצן, און מיר ציען אהין. איז דאס אפשר שטאקהאלם סינדראם? סעלף סאבאטאדזש? איך ווייס נישט וואס פסיכאלאגן און DCM ליינער וועלן זאגן דערויף, אבער לטעמי איז דא א סיבה דערצו, און דוקא נישט אזא שלעכטער. מיר כבדים האבן נישט ליב קענדי, מיר זוכן דעם sweet sour, די פסיכאלאגיע אונטער דעם קען מען חקר'ענען עד אין קץ, אפשר געטרויען מיר נישט בלויז זיס, אבער אפשר מאכט אונז זיס נישט גוט דארט וואו ס'דארף גוט מאכן. אפשר דארף אונזער אינער טשיילד נישט מער ווי א פאר פעטש, גיי ווייס. תכלית הדבר, הכל מודים מיר ווילן לעבן, מיר זוכן לעבהאפט מיט בדיקת חמץ ליכט, און ביז אהער, פלאטא, עליות אבער לאנגווייליגע מישורים. אפשר זוכן מיר צופיל דעם עליה? אפשר, אבער לטעמי, מיר זוכן דעם דרך הישר, ישר וואס איז אויסגעטרויטן נישט נאר פאר אונזער נפש, נאר אויך פאר אונזער רוח און נשמה. גלייך ווי א ווהיקל אז ער זאל פארן גלייך איז נישט גענוג מאטארן, נאר כל מיני מאדנע gears, זיין גרייט פאר כל מיני קאפריזן, נאר אזוי פארט ער גלייך.
האבן מיר הכלל זיך צונויף געשמועסט, און ס'האט זיך מיר כמעט געוואלט מאכן א ברכה שנתן תמים דעים בבני אדם, ווייל דאס איז היינט נישט א דבר מובן מאליו אז צוויי אחים לצרה זאלן אויך זיין אחים לדעה, ווייל ליידער ליידער דרך בני אדם אז איינער האט א צרה זאגט מען איך בין נישט ווי דיר, מיינער איז גרעסער, מיינער איז אומשולדיגער, מיינער קען איך מיך אן עצה געבן, אלץ אבי נישט זיך אריינזעצן אין איין שיף, הענגען א פאן און שטורמען דעם ים ווי פיראטן. און פארוואס דען נישט, אז אלע האבן שיפן, לאמיר אויך. אבער דאס איז ליידער נישט די מצב, מען האט אונז אריין געהאקט אין קאפ אז אלץ וואס מיר קענען עררייכן וואס האט א ווערד איז מאכן געלט (?), האקן טשיקס (?), און זיך דרייען מיט די bro’s, ואם שלש אלה יעשה, האט זיך געלוינט אלע גלגולים, אלע צרות שבעולם, און די צרות הייסן גאר קיין צרות נישט, אדרבה, ס'האט א נאמען, you made it!!, פרעג מיך נאר נישט וואס עס מיינט און פרעג מיך נישט וואס א השפעה עס האט אויפ'ן psyche, פרעג מיך נישט ווי sustainable דאס איז, שארט טערם, קל וחומר לאנג טערם. יא, די מוסר ספרים מיט די חושך'דיגע אויגן ברעמען האבן פארשטאנען א זאך אדער צוויי וועגן תורת הנפש, נעם אוועק זייערע רעליגיעזע מאטיוון און הכל מודים אז quality life קומט מיט quality goals.
האב איך מיך אלזא געשעצט גליקליך אז כ'האב געפינען א מענטש וואס נישט נאר איז אחים לצרה וואס פון דעם איז דא גענוג, נאר אויך אחים לדעה. גריבלען מיר אלזא בעמקי תודעת בני אדם, מיר גיבן אונזער צרה עפעס א אידישן טעם, א בעסערער טעם ווי דער ערגסטער זאץ אין דער וועלט, וואס פארמאגט קיין ווידער-קול, ס'גייט: it is what it is. ימח שמו דער וואס האט דעם לעבנסלאזער ווארט ערפינדן, גענוג מ'עסט זיך אן מור ולענה, גיב עס וויבראציע כאטש, ס'קומט זיך מיר נאך נישט קיין מבוא סתום דערפאר.
הייב איך אן רעדן וואס איך רעד שוין יארן, פון די ערשטע יארן לצאתי ממיצר קהילתי, אז מען ברויך זיך פאראייניגן. נאר דא זעה איך דעם ולא יכלו לשמוע מקוצר רוח, ער טענה'ט, וואס קענען מיר שוין מאכן, יעדער האט זיך זיין צרה, און ס'ווערט מיר ווידער קאלעמוטנע, here we go.
זאג איך צו מיר, זאל ער מיר געזונט זיין, מיט זיין גאנצער אויפגעקלערטקייט, ווען עס קומט דערצו, רעדט מיין מיטשמועסער ווי יעדן, דער זעלבער פאפולערער לעבנסלאזער פוטסטעפס שפראך הידוע, אז די גאנצע פוינט פון ארויסגיין איז מ'איז א מענטש פאר זיך!… אזוי גאר? עמיצער ווייסט שוין פארוואס איך בין ארויס?… איך בין ארויס להוי ידוע ווייל כ'בין געווען אויף צרות… אודאי וויל איך האבן מיין אינדעווידועלער פרייהייט, אבער מיינט דאס איך וויל זיין א בן בלי שם? און ס'הארץ ברויזט מיר, אז איך טרעף מיך ווידער אין דער אלטער פארדזשאוועטע פאסיווער "פילאסאפיע".
איך וויל אים זאגן, הער צו חבר, טאמער איך וויל פראווענען echo chambering קען איך דאס אליינס, אז איך וויל שטיין מיטן שאוול גראבן מיין קבר, קען איך אליינס, כ'דארף נישט דערפאר קיין חברותא! איך כל זמן איך אטעם מוז איך שטייגן, וויברירן, יפה שעה אחת, שבע יפול צדיק, אבער וקם. כל שכן אז כ'רעד זיך צונויף מיט עמיצן, גיי איך ארויס פון מיינע ד' אמות, און איך בין זיך כולל אין יענעם, ס'ווערט א באשאף וואס הייסט חברותא, מען טראכט נישט אליינס נאר בצוותא, און מען דארף זיך פרעגן, וואס איז די נאטור פון דעם חברותא, מה טיבה? כ'זאג אים, שני תלמידי חכמים היושבים בעיר אחד ואינם מחדדים זה עם זה בהלכה, דאס הייסט מ'שטייגט נישט צוזאמען, קומט זיך ביידע גוטע שלעק.
כ'טענה, נישטא קיין גרעסערע מוחות ווי מיר יוצאים און חצי יוצאים אויף דעם פלאנעט, אויב אזוי, וואו זענען אונזערע טווין טאוערס? דער ענטפער איז, אלעס וואס בויט זיך, הרים וגבעות, אלעס אלעס האט איין סובסטאנס, דעם סובסטאנס לויפן מיר אלע נאך, ס'קען אמאל האבן א ריח פון manure, ס'הערט זיך נישט cool, אין לו כנפיים, אבל, יש לו רגלים, א magic וואס הערט זיך אמווייניגסטנס ווי magic, אבער קיין גרעסערער magic און נפלאות הבורא פון דעם איז נישטא. דאס ווערט א גערופן "אחריות". אלעס וואס מיר טוען אורביטן ארום, ווי די סיגעלס ארום א שיף, איז דער זאך וואס הייסט אחריות. אז ס'דא א שבת סעודה, איז דאס א פראדוקט פון אן אחריות תמידים כסדרם, א מאמיטשקע באקט בילקעס, קאכט פיש, רייניגט, ווייל ס'קומט שבת. אז ס'דא א קאפל, פון א משפחה צו א קאמידעט רילעישענשיפ, ס'הערשט דארט א vortex פון היים, דאס איז ווידער די זאך וואס הייסט אחריות. א ישוב א שטאט, דאס איז בעצם נישט עפעס אנדערש ווי קאלעקטיוו אחריות, אנדערש איז עס סתם מסטול, פורים לאנד, burning man, גרונדלאז, וואס איז פיין און וואויל פאר א וואך זיך אויסציען די ביינער. איר פארט קיין אומאן זאגט איר, יעדער קבר איז ארגאניזאציע, איר פארט נישט צום שטיין, איר פארט צו אן ארגאניזאציע וואס איז מטפח דאס ארט, שטעלט אהער טראנספארטאציע, עסן, איר פארט נישט צו לופט, חירות איז מלשון אחריות.
און ניין, ארבעטן אדער מאכן ביזנעס פאר די אייגענע בויך איז נישט גענוג, ווייל געלט ברענגט טאקע פיול, אבער נישט קיין היים, מ'רופט געלט סטאביליטי, אבער ס'נאר אזוי אז ס'שוין דא א פרוסת מפה פון סטאביליטי אונטער דעם, און דעמאלס אלץ וואס געלט טוט איז עס האלט פריש דעם מפה, אין גוטן צושטאנד, אבער געלט אליינס, מאן דכר שמי'.
אחריות מיינט, הער אויף מיט פוילע תירוצים למיניהם, למשל שווארצע נבואות און פילאזאפיעס. אחריות מיינט, הער אויף מיט דעם יופארישע אינדעווידואלע סוקסעס בלאף, די באבקסעס פון פאסיווע אינדיווידואליזם הארורה האט אונז געלייגט טיף אין ד'רערד, אלף נכנסים ואחד יוצא, גלייב נישט די באבע מעשיות פון די נעפקין פארטיס. גלייב אזויווי אנדערע קענען זיך צאמנעמען פראפעשענעלי קענען מיר אויכעט, און מיט א שמיץ אריבער.
זאגט מיר דער ידיד היקר, א גוטער טענה: פיין און וואויל, אבער וועמען ווילסטו צוזאמענעמען, א גרופע האלאקאסט סורווייווערס, מענטשן וואס זענען דורך שבעה מדורי גיהנום, מענטשן וואס האבן פארלוירן צוטרוי אין אלץ וואס רירט זיך?
שריי איך פון גאל ארויס, נישט דאס איז דער פראבלעם! ס'האבן שוין צובראכענערע חברה זיך צאמגענומען און געבויט, כמאמר אשת החכמה אסתר פערל פון בעלגיע - ס'געווען צוויי גרופעס האלאקאסט אידן, איינע זענען שטעקן מיטן "איבערלעבן" און איינע זענען ווייטער געגאנגען און "לעבן". ס'איז די מאנגל אין גלויבן אז דאס מעגליכע פאר אנדערע איז דאס מעגליכע פאר אונז. כמאמר החכם - פאר-מעגליך (רייך) מיינט מאכן פון אוממעגליך מעגליך! דער פראבלעם איז די אויבנדערמאנטער נגע, דער פאלשער פאקוס, די heroic lone Wolf myth. איך קען דען נישט די שפראך?!… מען ריקט זיך אן קיין פוטסטעפס אדער אנדערע collared napkins events פון די אייגענע דאנדזשין ארויס, מען ריקט זיך אן מעשה חברה'מאן מאטשאו, און מען פארציילט יעדער גבורותיו ונצורותיו, א ברירה האט מען דען? מען פלעפקעט זיך נאך איינע דעם אנדערן וויאזוי מען איז צום גליק אנגעקומען וואו מען איז אנגעקומען, מען צייגט דעם before and after, ומלאך רע בשמים מצחק צחוק גדול ונורא עד שנזדעזע העולם ק' פרסה, וואס אן "עפטער" אין קאפ?… ווייס איך דען נישט אז נאכן שמועס גייט זיך יעדער אין זיין פארקאקטע ד' אמות און מפטירים כדאתמול, איז וועמען פארקויפסטו מעשיות?!… אזוי לאכט מלאך רע, נאר אזא נאראטיוו האט מען אונז אריין געבאקן, אזוי אז פון אחים לדעה ולמסע טון עפעס אינאיינעם איז א טריקעניש. דאס בנוסף צו א צווייטער לאקשן קוגל וואס מען האט אונז געגעבן מיט די מוטערס מילך, און דאס האבן מיר גע'ירש'נט פון די אבות פון די שבע קהלות באהערדע, אז עס איז דא עפעס א מין נשר הגדול, וואס נאר ער מיט זיין פמליא איז ביכולת אונז ארויסשלעפן פון די בלאטע, נאר זיי קענען, מיר קענען נישט, ווייל ווער זענען מיר? ובת קול שואלת, ווער זענען זיי? דער ענטפער איז, א גרופע חברה וואס האבן זיך צאמגענומען, נישט מער, זיך געמאכט א מאפיא בונד, געווארן שארקס, ווי מען רופט עס אין די צירקלען, בראו'ס. מיר זוכן צו לעקן זייערע חזיר פעטנס באגלאנצטע שטיוול. דער אמת שפייט אבער אין פנים נאכאמאל און נאכאמאל, די Bro’s זענען שוין אנגעבראוד, זיי דארפן נישט קיין נייע מעמבערס, און מיר נעבעך, אנה אני בא?
אבער דער מציאות איז, יא, מיר קענען ווערן בראו'ס, ווייל, פארוואס נישט, נאר ווער קען? עפעס א שמויגער גרופע פון שמויגער לאנד? ווי ס'האט פלוני בן פלוני געזאגט אין א דעבאטע, ס'פרעגט אים א שחור, הלמאי מען רודפ'ט אונז, זאגט ער, און די אידן האט מען נישט גע'רודפ'ט? נאר זיי האבן זיך גענומען אין די הענט. ע"כ. אלעמאל ווען א גרופע מענטשן מיט ענליכע פראבלעמען וועלכע האבן זיך געטראפן קרח מכאן ומכאן האבן זיך צאמגענומען, זענען די פראבלעמען געווארן אויס פראבלעמען, אדרבה, ס'געווארן מאפילה לאור גדול, אידן זענען געווארן די envy פון די וועלט. פארוואס? ווייל מען האט זיי געווארפן מחוץ לחומה, פארבאטן פון אינסטיטוציעס; ליין וועגן די פיוריטאנס, מ'האט זיי מחרים געווען, זענען זיי געפארן קיין האלאנד און אמעריקא, געבויט יש מאין. פונקט האב איך געליינט אז אידן האבן אנגעהויבן stand-up comedy, מען האט זיי נישט געלאזט אין די טראדיציאנאלע לאנגווייליגע טיאטערס, האבן זיי אנגעהויבן אין די קעצקלס מאכן שבת פאר זיך, און דא איז געגאנגען די רול, טויגסטו, שאקלסטו מענטשן פון זייערע זיצן, בינגא, קריגסטו א געשוואוירענע אדיענס, אז נישט האט נישט געהאלפן קיין פראטעקציע פודינו ומצילנו. היינט איז דאס געווארן די סטאנדארט.
מורי ורבותי, יא מיר קענען אויך, יא מיר זענען אויף איין שיף, מיר קענען טרעפן א מחנה משותף און בויען א פעסטע נעטווארק. מיר קענען מאכן עפעס מער ווי burning man פארטיס, מיר קענען דראפן being man פארטיס. ניין, ס'נישט די צובראכנקייט וואס האלט אונז אפ, ס'איז די איינרעדעניש אז מיר און נאר מיר קענען נישט, ס'איז די טשוואק אין קאפ אז מיר זענען אלע עפעס אזוי אינדיווידואל אז ס'נישטא קיין שום זאך וואס קען אונז פאראייניגן, און אויף דעם ווילן מיר שרייען, שקר ווי די עבודה זרה! ס'איז די קאנסעפט אז מיר זענען גיבורים, איטליכער מיט זיין דזשורני, אויף דעם ווילן מיר אייך קלאר מאכן, קיין שום גבורה נישט, ס'ווי יענער וואס דרייט זיך אין סירקלס, דאס קאפ דרייט אים אבער ער האט זיך געטראפן זיין סירקל, זיין אייגן path. כמאמר החכם, ווילסט אנקומען שנעל, טוה עס אליינס; ווילסט אנקומען ווייט, טוה עס צוזאמען.
איי וואס וועט זיין מיט אונזער אינדיווידואליטעט, וואס וועט זיין מיט אונזערע אייגענע סענסיוויטעטן? גוט געפרעגט, דער ענטפער איז, גערעכט, מיר זוכן נישט זיך אריינצושטעלן דעם קאפ אין נאך א לאך, מיר קומען שוין פון דארט, אבער דאס מאכט אונז נאך נישט אויפגעבן אויפן אזוי באדערפענדער נעטווארקינג סיסטעם, א פעסטגעשטעלטער קאמיוניטי, נאר אזוינס וואס איז שואף צו פארשטיין טיפער און איידעלער, וואס פונקציאנירט ווי א smart group, אזוינס וואס לייגט אכט אויף איידעלע געזעלשאפטליכע נואנסן, ספעציעל סענסעטיווע נשמות ווי אונז. נאר רוים בויט זיך נישט אין איין טאג, אדרבא זאל מיר עמיצער דערציילן וועלעכער שטאנהאפטיגער פראיעקט חוץ סייקעדעליקס האט זיך געבויט מיט אן עקסטעזע בלאז? מורי ורבותי, כל זמן מיר זענען גרייט צו ארבעטן דערויף, כל זמן מיר גלייבן אין די אידעע, וועט קיין שטיין שבעולם נישט אפשטעלן אונז.
נאר אז מיר הייבן אן עפעס, ברויכן מיר זיך קודם פרעגן, אין וואס גלייבן מיר? יעדער ארגאניזאציע ברויך א מעטאפארישער "בית" (פונדאמענטאלער קאנצעפט) און א "נציג" (וואס א פנים מען גיט אים כלפי חוץ). איז אזוי, מיר גלויבן אז עס קומט אונז לעבן, גאט האט אונז אראפגעשיקט צו לעבן, נישט זיך דרייען ווי מאמיפייד סקעלעטן, כמאמר החכם דזשיגאן, אז ס'זעהט מיך איינער פון דערווייטן מיינט ער עס גייט א טויטער, נאר אז ער קומט נענטער זעהט ער ס'אמת אויך...
וחי בהם, מען ברויך לעבן, און צו לעבן דארפן מיר זיך פאראייניגן, נישט זינגען איכה, אויך נישט שירי גבורה, נאר פויקן דעם ריטעם פון תכלית, עמך ישראל צריכים פרנסה, לכו והתפרנסו זה מזה. יא מיר זענען אין איין פעקל, פשטו ידיכם בגדוד, לאמיר ווערן גענגסטערס, אבער צוזאמען גענגסטערס, נישט אליינס אליינס נאר צוזאמען אליינס.
מיר האבן די מאוסט בריליאנט טעלענטס דא, גארנישט ווייניגער ווי די אלע גרעסטע קארפן קעפ, איך זאג אייך צו, מען עפנט אונזערע מוחות, מען באטראכט זיי, וועט מען זעהן זיי שטייען נישט הינטערשטעליג קיין איינע פון די חכמי הרזים the holy Tech bros. אויך האבן מיר דעם טשיפ פון אחריות, מיר שטאמען פון חברה וואס האבן דאס מער ווי אנדערע, ס'נישט קיין נס, דער ערשטער צווענגל ברויך אויך א צווענגל אבער מיר זענען נישט די ערשטע צווענגל. און מיר האבן א מעלה יתירה, מיר זענען מלומדי מלחמה, מיר קענען שטעגן און וועגן בעולם החיים וואס אנדערע קענען נישט.
מיר זענען אויף איין שיף, מיר זענען גרויסע חכמים, מיר זענען געוואגטע לייט, מיר קענען זיך פאראייניגן, מיר קענען גיין גרויס, עס קומט אונז לעבן, מיר זענען bros.
וואס איז הכלל אונזער פלאן, וואס האבן מיר בדעה? האט מיין ידיד מיר מעורר עטליכע נקודות. א. נישט מאכן אבי געמאכט, נאר גרייכן דעם שורש און נאר פון דארט בויען, אפעלירן צו וואס עס פעלט אונז באמת, אבער באמת באמת, no pretending. לב יודע מרת נפשו. ב. נישט קיין קאלטע לונגען לעבער קולטור, ווי סטאואיזם, מידת השתוות, אין די וועלט אריין אן באזיס, מיר זענען בני אדם, נישט סטאואישע ראבאטן, סטואיזם איז א מעדיצין ווען מען דארף אים, אבער אזוי לאז יעדער מיט זיין תכונת הנפש. ג. מאך עפעס ס'זאל זיין שטאנדהאפטיג, האב א וויזיע, לערן דעם פעלד פון א געזונטער געזעלשאפט, אז ס'זאל שם'ען, אז אנדערע זאלן אונז וועלן קאפירן, ווייל מיר זענען זיך קונה שם מיט אונזער הצלחה, וויבאלד מיר נעמען דעם ענין מיטן העכסטן ערנסטקייט. מיר זיצן שבעה נקיים, מיר שרייבן און מעקן, בונים עולמות ומחריבן, מיר נעמען דאס מיט א סייענטיפישע ערנסטקייט, מיר ווערן א קינגדאם פון אחריות. ד. קאפיר נישט קיינעם, זיכער נישט מעינסטרים קאנווענשענעל בולשיט, ווייל דאס פירט צו מפטירים כדאתמול. מיר קלויבן ריסורסעס, אבער ווי א בינען שטאק, מיר בויען די אייגענע. ה. זעה איין און אנערקען יעדנ'ס כח אויפן ריכטיגן ארט. מיר געבן פאסטנס למי שראוי, יעדער קען עפעס צושטייער געבן, דער במעשה דער בעצה, דער בקאמיטמענט.
הצד השוה, מיר קענען בויען עפעס מאגניפיסענט, א פרי פון צובראכענע צעזייטע נשמות, מעז יצא מתוק!!!!
ביז אהער איז מיין מאנאלאג און חצי דיאלאג מיט מיין חשוב'ער ידיד, חבר הקרעמל, און ער זאגט, טאקעלע, דו האסט מיך איבערצייגט אז יא, מיר קענען טאקע יא. פאר מיר איז דאס געווען כיום שניתנה תורה לישראל, ער פארמאגט א טביעת עין, א שארפזיניגקייט, אז ער איז מסכים קומען גוטע צייטן פאר כלל ישראל, ס'עפענען זיך די שערי הגאולה. ווערנדיג א חי נושא את עצמו. זאגט ער מיר, טאקעלע, קרינא דאיגרתא, צו אלעם ערשטן זיי מפרסם אונזער שמועס, דאס איז א בשורה, ס'איז אריבער אן אור דא, קודם פאר ס'דא א פונקטליכער פלאן down to science אריח על גבי אריח, גיי לאז די חברה וויסן דיין מעסעדזש, מיר קענען, באק אריין דעם מיינדסעט, ווי דו זאגסט, מיר זענען עס ווערד, מיר זענען נישט געבוירן אדורכצואקערן די וועלט אליינס, מיר קענען שאפן דאס אומגלויבליכע. טאקעלע, זאגט ער, ס'וועט זיין פושבעק, ולא יכלו לשמוע מקוצר רוח, אבער בשם ה' נעשה ונצליח.