ריקי ראוז

@ריקי רויז האט עס.

די מוזיק איז זייער פראפעסיאנאל, און איר שטימע איז אין די בעסטע קאנדישן. הגם די ווערטער מעגן זיין אפשר טיפער און העכערע וואקאבולאר, אבער אין א וועלט פון שרולי גרין וכדומה איז נישטא קיין הויכע באַר לגבי ליריקס.

אייזיק גליק, Job well done!

די צוקונפט פון היימיש/אידיש מוזיק איז אויפן וועג.
And it can't come fast enough

(@אלפא איך בענק זיך נאך דיינע אנאליזן אויף די היימישע מוזיק און אונטערהאלטונג סצענע.)
 
די טאָן איז זייער געשמאק איז זי האט זייער גוטע קאנטראל אויף איר וואויס.
אבער די ליריקס, איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, עפעס מישט זי צאם די קאליר בלוי מיט בּלאָזן (סיילענט טריטמענט בלע״ז) מיט גלות. אויף ענגליש זאגט מען ווערטער סאלאט.

העל איך ענדעשער בלייבן מיט שרולי גרין רויע געפילן.
 
Definition of THE BLUES
 
פרידא וויזל מעלדעט אז זי קומט ארויס מיט א ווידיאו בקרוב פון א tour אין וויליאמסבורג וואס זי האט געמאכט מיט ריקי - און ריקי טיילט מיט זכרונות (און אויך איר טאלאנט פון קאָגעלעך 😅 ווי דו קענסט זעהן דא 👇אין דעם סלייד)

View: https://www.instagram.com/p/DNgvZWgRKeU/?igsh=MWJwa2RveTVjOWZ4Mg==
 
אויב דו ביזט גערעכט, איז דא א פשוט׳ע הסבר וואס מ׳קען געבן דערויף

פרידא איז א מאמע פון א טינעידש קינד (גארנישט גרינג צו זיין א single mom). דערצו דארף זי ארייברענגען גענוג פרנסה זיי ביידע אויפצוהאלטן, זי איז אן Entrepreneur און האט מסתם אסך דאגות אויפ׳ן קאפ

און אויב האסטו געליינט אדער געהערט וואס זי האט געשריבן וועגן איר גט (נישט קיין פשוט׳ע איבערלעבעניש ווען מ׳האט שוין א קינד & מ׳האט זיך ליב איינע די אנדערע, נאר די איינציגע פראבלעם איז רעליגיע)

דערצו, אויב ווייסטו אביסל פון איר פארגאנגענהייט, די רדיפות פון ועד הצניעות ווען זי איז נאך געווען אן איינוואוינער אין קרית יואל (דאכצעך זי האט געשריבן דערוועגן אין איר בלאָג: ״שפיצל שטרומפקינד״ אבער כ׳ווייס נישט אויב מ׳קען עס נאך זעהן דארט -אפשר האט מען נאר צוטריט צו אירע cartoons ווען מ׳צאלט אויף איר Patreon) ווי אויך די miscarriage און די טראומא וויאזוי מ׳האט זיך אויפגעפירט מיט איר, איז שוין גארנישט קיין חידוש

ווען דו פארגלייכסט צו ריקי וואס האט איר גאנצע לעבן פאַר זיך, נישט משעובד צו קיין מאן און האט נישט קיין פליכטן פון האדעווען קינדער, זי קען רוהיג pursue her dream און איר קאריערע האט לעצטנס אנגעהויבן בליהען- פארוואס זאל זי נישט זיין אויפגעלייגט (אוודאי איז זי אדורך דאס גיהנים אלס קינד און אסך היילונג געמוזט דורכגיין ביז זי האט דערלעבט זיך צו זעהן דא, אבער זי איז פריי פון פרידא׳ס דאגות)
וועגן איר גט ווייסעך נישט. אבער פרנסה? קאם אן. ווער דארף נישט ברענגען פרנסה? איך דריי מיך ארום זייער אויפגעלייגט.
די ועד הצניעות איז גאר שולדיג 😏
 
דא קען מען כאפן א בליק/הערן אביסל וואס קומט מיט די סליחות טראנספארמאציע (איך רעד נישט פון די ערשטע קליפ. ווען די קליקסט די קליינטשיקע arrow קענסטו זעהן די עיקר, אויף די צווייטע סלייד)

אבער ריקי מעלדט אויך וועגן נאך אן event וואס קומט נעקסטע זונטאג פון הייליגע jokes

View: https://www.instagram.com/p/DOHE52nD9xp/?img_index=1&igsh=OXE1MHFucmU4dGxn
 
נאך אזא אמונה, אז מ'בעט די רבש''ע די מעשים זאלן זיין כראי וכהוגן,
וועט געוויס די תפילה געהערט ווערן, און די רבש''ע וועט איר טאקע העלפן
 
@שפרה לאווען מיין ווייב האט מיר שוין עטליכע מאל געזאגט וועגן עפעס א שיינע ניגון וואס "לאווען פון טאהש" (וואס איז נישט פרום היינט צוטאגס) האט געמאכט.
וועלכע ניגון איז דאס?
 
דא קען מען כאפן א בליק/הערן אביסל וואס קומט מיט די סליחות טראנספארמאציע (איך רעד נישט פון די ערשטע קליפ. ווען די קליקסט די קליינטשיקע arrow קענסטו זעהן די עיקר, אויף די צווייטע סלייד)

אבער ריקי מעלדט אויך וועגן נאך אן event וואס קומט נעקסטע זונטאג פון הייליגע jokes

View: https://www.instagram.com/p/DOHE52nD9xp/?img_index=1&igsh=OXE1MHFucmU4dGxn
ווער זענען די אנדערע דארט?
 
Back
Top