שערן די האר

יא ריכטיג.
א בענדענע האט אין בעק די שטיקל וואס הענגט אראפ וואס העלפט נאך א קליין ביסעל. די שפיצל וואס מען בינד אויף ארויף איז אין בעק אונטן ממש גלייך, און נאך שווערער אפי’ פון די בענדענע גוט צו באהאלטן.

א שפיצל איז די שווערסטע קאפ צודעק צו באהאלטן האר אין, און לויט מיין ווייב כמעט אוממעגליך עכט צו באהאלטן אויף א לאנגע טע
די נייע סטייל שפיצל ליגט נישט אויפן קאפ פון די בעק, נאר איז אויפגעהויבען ווי א שטיקל בילדינג אויף די קאפ און דארט איז דא פלאץ פאר זייער לאנגע האר.

היינט איז א שפיצעל גרינגער פאר דעם ווי א שייטל.
 
איך האב שוין געשריבן אביסל וועגן מיין דשורני מיט די נושא אין א צווייטע שנירל, דא וויל אביסל מסכם זיין ווי ס'האלט ביי מיר.
מיין ווייב האט זיך אפגערעדט אז זי האט נישט ליב וויאזוי זי קוקט אויס מיט האר.
איך האב איר מגלה געווען אז עס האט נישט קיין שום מקור.
זי וואונדערט זיך וואס איז פשט אז יעדער טוט עס אן א מקור. (גיי זיי מסביר די גאנצע סיסטעם פון בראשית)
איך האב קלארגעשטעלט אז אויב זי איז ביכולת זאל זי נישט שערן, פון מיין און איר זייט.
אונז האבן קלארגעשטעלט אז זי שערט זיך פשוט אלס 'סעסייעטי' און 'פחד פון איר מאמע', גארנישט מיט די תורה איינגעלייגט.
זי וויל איך זאל פרעגן מיין דעת תורה. געפרעגט און די תשובה איז: נישט קיין שום פראבלעם, מ'דארף נאר אפשר התרת נדרים, נעם אין אכט אז די גייסט יעצט לעבן מיט עפעס וואס די באהאלטסט.....
איך האב איר געשיקט די לינק פון די עמעזאן קעפ, אז מיט דעם זעט מען גארנישט.
אזוי ווי אונז האבן ביידע א שוואכקייט צי מאכן הארטע החלטות בכלליות (עניוואן? מיט העלפ אויף די נושא) איז עס מער ווייניגער געבליבן סטאטוס-קווא, שב ואל תעשה, היות עס איז נישט געווען א מקווה דאן האט זי נישט געשוירן......
זי טענה'ט איר חבר'טעס וואס וואקסן צוריק זעט מען קלאר אן,
איר חבר'טע זאגט זי גייט קיינמאל א בענדענא ביי די מאמע אדער שוויגער, נאר שייטל, צוליב דעם (מיין ווייב יא, למשל קאנטרי...)
מיין ווייב זארגט וואס גייט זיין זי גייט נישט קענען שווימען ביי איר מאמע אין קאנטרי (הגם זי איז אפשר איין מאל געגאנגען שווימען...)
זי טענה'ט עס קראצט איר.
מ'זעט ביי די זייטן אז זי האט שוין לאנג נישט געשוירן.
זי הייבט אן ליינען איים עי מאטטער ,דעי נושא, זי איז אבסעסט מיט די פרויען וואס שרייבן זיי האבן צוריק אנגעהויבן שערן ווייל ס'געווען צי שווער....
זי זארגט וועגן מקווה.
איין שיינע טאג האט זי געזאגט אז זי מיינט זי גייט עס אפשערן עס איז שוין צי שווער פאר איר...... מיט א שווער הארץ.... אין א קימענדיגע געלעגנהייט.....
און דא האלט מיר....
...........

עס איז ביי מיר ברור אז זי האט מורא פון איר מאמע, די אלע זאכן אז עס קראצט איר וכו' איז פשוט ווייל זי האט נאכנישט די אומץ (אין הארץ) צי טון עפעס וואס איר מאמע גייט זיין ברוגז... זי איז עטטעטשד צי איר מאמע און א געוויסע וועג מער ווי צי מיר....:cry: איךבין נאכנישט חתונה געהאט פאר אסאך יאר, איך האף אז זי גייט אליין ארויסקריכן (אן טערעפי) פון די מאמע'ס שירצל.

יעצט אין די ווינטער גייט מען גיין פאר נאך א טשענס....
(איך האב איר נעכטן געזאגט אז יענע שנירל וועגן די האר אויף אייוועלט (;)) איז צוריק אויפגעפרישט...
 
די נייע סטייל שפיצל ליגט נישט אויפן קאפ פון די בעק, נאר איז אויפגעהויבען ווי א שטיקל בילדינג אויף די קאפ און דארט איז דא פלאץ פאר זייער לאנגע האר.

היינט איז א שפיצעל גרינגער פאר דעם ווי א שייטל.
א קרובה מיינע א מיידל האט זיך פארשטעלט און אנגעטוען די סארט שפיצל און מען האט בכלל נישט דערקענט אז זי האט האר אונטער דעם חוץ פון בעק א משהו וואס די טיכל האט נישט צוגעדעקט.
 
יעצט אין די ווינטער גייט מען גיין פאר נאך א טשענס....
(איך האב איר נעכטן געזאגט אז יענע שנירל וועגן די האר אויף אייוועלט (;)) איז צוריק אויפגעפרישט...
ווילאנג נעמט עס צוריקציוואקסן לאנג? איז איין ווינטער גענוג?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אגב האב איך א חבר וואס האט פונקט א פארקערטע מעשה, זיין שוויגער שערט נישט (עפעס ציווישען גר און חב"ד)
זיי האבן זיך אויסגענומען פאר די שידוך אז זי גייט שערן (ע"פ די דיין הקהילה) זי האט זיך געשוירן בחפץ לב....(!!) איך וואונדער מיך טאקע וויאזוי די מאמע האט איר לכאורה נישט געשוירן, ליין ווייטער:
זאגט מיר יענער אז זיין ווייב גייט ביי איר מאמע נאר מיט א שייטל, ווייל איר מאמע רודפ'ט איר פארן שערן די האר!!!
(מ'רעדט פון א שוויגער א היפאקריט סתם אזוי... לכאורה פארדעהם האט די טאכטער געשוירן, צי טון פארקערט....)

ער טענה'ט אז ער וויל איר נאכנישט זאגן אז ער איז בכלל נישט אינטערסירט זי זאל שערן, ווייל זי פילט נאך ווי זי האט זיך אוועקגעגעבן פאר איהם....
 
ווילאנג נעמט עס צוריקציוואקסן לאנג? איז איין ווינטער גענוג?
כ'האב נישט קיין עקספיריענס, אבער פון @חול המועד זעט אויס אז עס נעמט א גוטע יאר
איך מיין אבער אז די שווערסטע איז אנהייב, און אין די ווינטער איז לכאורה גרינגער (מיט די קראצענישן... אפשר נישט)
 
איך בין שוין העכער די 40, און איך בין אויסערליך זייער זייער א פרומען יונגערמאן.
א יאר צוויי דערויף - מיט גענוי 4 יאר צוריק - ווען זי איז שוין געווען אין טעראפי און זיך געהיילט פון איר מאמעס פארשטינקענע טראמא, האט זי ענדליך מחליט געווען אז דאס איז עס. מיר האבן אינאיינעם געמאכט די החלטה, אז מ'גייט זיך שערן און עס באהאלטן ווי ווייט מ'קען.
איר האר איז נאכנישט ווייס???
כ'האב שוין אין מיין קאפ א פונקטליכע ענטפער אויסגעארבעט ווען מיינע מיידלעך וועלן זיין עלטער אויב זיי וועלן פרעגן...)
דיינע מייידלעך זענען 'נאכנישט' עלטער?????
מאדנע... ניין??:unsure:
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איר האר איז נאכנישט ווייס???

דיינע מייידלעך זענען 'נאכנישט' עלטער?????
מאדנע... ניין??:unsure:
ס'קען זיך מאכן א מין מציאות אז איינער זאל האבן אפאר אינגלעך, און הערשט די צווייטע העלפט זאלן זיין מיידלעך...
 
איר האר איז נאכנישט ווייס???

דיינע מייידלעך זענען 'נאכנישט' עלטער?????
מאדנע... ניין??:unsure:
איר האר איז נאך ווייט פון ווייס.... ב"ה

די חתונה געהאטע פרעגן נישט. איך האב מיידלעך וואס וועלן אינגיכן עלטער ווערן, און פאר זיי האב איך מורא.
 
  • ס'איז די בעסטע דעסיזשען וואס מיין ווייב האט געמאכט. זי האט אויך גענוצט פארשידענע מיטלען (מ'קען טרעפן אנליין) וויאזוי האר זאל וואקסן שנעל, און איר האר איז געוואקסען לאנג אין ווייניגער ווי א יאר. די געפיל דערפון איז נישט צום באצאלן.
אפשר זיי אביסל מסביר וועלכע מיטלען און ווי לאנג ווי שנעל ....
 
ס'איז שטארק אין סטייל היינט אין די סעקולערע וועלט.

אפילו די וואס האבן נישט קיין גרויסע בארד, כמעט קיינער גאָלט נישט די בארד אינגאנצן. אחוץ אלטע זעצערס און אינגע הייסקול צענערלינגען.
קושנער דער איידעם גאלט אינגאנצן ער איז נאכנישט קיין אלטער זעצער ווי וויטקאפ
 
ווי איך האב שוין געשריבן, מיט די ריכטיגע רצון און ארבעט קען מען עס מאכן ארבעטן. ווען מיין ווייב קומט אריין אין שטוב ביינאכט און שיסט אראפ איר באנדענע און אירע האר אנטפלעקן זיך איז לית טב מיני'.

אויך ווען מיר גייען אויף וויקעישאן, פרובירן מיר אסאך מאל גיין למשל צו א ביעטש וואו ס'איז נישט דא קיין אידן, און דארט קען מען גיין אויפגעדעקט... ס'איז ווערד די ארבעט. זי וואלט עס היינט פאר קיין געלט נישט אויפגעגעבן
מעג מען גיין דארט ווי עס איז נישטא קיין יודן אויפגעדעקט?
 
איך האב שוין געשריבן אביסל וועגן מיין דשורני מיט די נושא אין א צווייטע שנירל, דא וויל אביסל מסכם זיין ווי ס'האלט ביי מיר.
מיין ווייב האט זיך אפגערעדט אז זי האט נישט ליב וויאזוי זי קוקט אויס מיט האר.
איך האב איר מגלה געווען אז עס האט נישט קיין שום מקור.
זי וואונדערט זיך וואס איז פשט אז יעדער טוט עס אן א מקור. (גיי זיי מסביר די גאנצע סיסטעם פון בראשית)
איך האב קלארגעשטעלט אז אויב זי איז ביכולת זאל זי נישט שערן, פון מיין און איר זייט.
אונז האבן קלארגעשטעלט אז זי שערט זיך פשוט אלס 'סעסייעטי' און 'פחד פון איר מאמע', גארנישט מיט די תורה איינגעלייגט.
זי וויל איך זאל פרעגן מיין דעת תורה. געפרעגט און די תשובה איז: נישט קיין שום פראבלעם, מ'דארף נאר אפשר התרת נדרים, נעם אין אכט אז די גייסט יעצט לעבן מיט עפעס וואס די באהאלטסט.....
איך האב איר געשיקט די לינק פון די עמעזאן קעפ, אז מיט דעם זעט מען גארנישט.
אזוי ווי אונז האבן ביידע א שוואכקייט צי מאכן הארטע החלטות בכלליות (עניוואן? מיט העלפ אויף די נושא) איז עס מער ווייניגער געבליבן סטאטוס-קווא, שב ואל תעשה, היות עס איז נישט געווען א מקווה דאן האט זי נישט געשוירן......
זי טענה'ט איר חבר'טעס וואס וואקסן צוריק זעט מען קלאר אן,
איר חבר'טע זאגט זי גייט קיינמאל א בענדענא ביי די מאמע אדער שוויגער, נאר שייטל, צוליב דעם (מיין ווייב יא, למשל קאנטרי...)
מיין ווייב זארגט וואס גייט זיין זי גייט נישט קענען שווימען ביי איר מאמע אין קאנטרי (הגם זי איז אפשר איין מאל געגאנגען שווימען...)
זי טענה'ט עס קראצט איר.
מ'זעט ביי די זייטן אז זי האט שוין לאנג נישט געשוירן.
זי הייבט אן ליינען איים עי מאטטער ,דעי נושא, זי איז אבסעסט מיט די פרויען וואס שרייבן זיי האבן צוריק אנגעהויבן שערן ווייל ס'געווען צי שווער....
זי זארגט וועגן מקווה.
איין שיינע טאג האט זי געזאגט אז זי מיינט זי גייט עס אפשערן עס איז שוין צי שווער פאר איר...... מיט א שווער הארץ.... אין א קימענדיגע געלעגנהייט.....
און דא האלט מיר....
...........

עס איז ביי מיר ברור אז זי האט מורא פון איר מאמע, די אלע זאכן אז עס קראצט איר וכו' איז פשוט ווייל זי האט נאכנישט די אומץ (אין הארץ) צי טון עפעס וואס איר מאמע גייט זיין ברוגז... זי איז עטטעטשד צי איר מאמע און א געוויסע וועג מער ווי צי מיר....:cry: איךבין נאכנישט חתונה געהאט פאר אסאך יאר, איך האף אז זי גייט אליין ארויסקריכן (אן טערעפי) פון די מאמע'ס שירצל.

יעצט אין די ווינטער גייט מען גיין פאר נאך א טשענס....
(איך האב איר נעכטן געזאגט אז יענע שנירל וועגן די האר אויף אייוועלט (;)) איז צוריק אויפגעפרישט...

נישט קיין חילוק וואס בלייבט מיט דיין ווייבס האר, דארפסטו זיך זיכער אפשאקלן אביסל פון דיין שוויגער, מאָף צי א אנדערע שטאט אדער כאטשיג צום אנדערען עק שטאט, גיי צי ווייניגער סעודות וכו׳
מען קען זיך נישט בויען ווען די ווייב קעירט מער פאר די שוויגער ווי פאר די מאן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
זי וויל איך זאל פרעגן מיין דעת תורה. געפרעגט און די תשובה איז: נישט קיין שום פראבלעם, מ'דארף נאר אפשר התרת נדרים, נעם אין אכט אז די גייסט יעצט לעבן מיט עפעס וואס די באהאלטסט.....
דיין דעת תורה איז א געהעריגע חסידישע אנגענומענע דיין?

איך זיך שוין לאנג אן אפען מיינדעט חסידישע (נישט איינס וואס די פרומע קענען זאגן אויף אים אז ער איז סתם א...) דיין וואס ענטפערט נארמאל און נאר הלכה.

רוב חסידישע דיינים היינט ווען מ'פרעגט זיי א קאנטרעווערשל שאלה, און מען בעט זאג מיר פלעין די הלכה הייבן זיי אן צו דרייען מיט די צינג. ס'פאסט אהין ס'פאסט אהער, ס'געווען א מעשה מיטן רבי'ן זי"ע, בלא בלא בלא.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top