שערן די האר

איך פערזענליך האלט (ווייס) אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם פאר א פרוי זיך נישט צו שערן די האר.
צוזאמען מיט דעם פרuביר איך מיר צו האלטן ריאליסטיש, אז רוב פרויען וואס הערן זיך אויף שערן די האר קומט עס נישט פון א דורכגעטראכטע הלכה'דיגע פלאץ. עס זענען דא אסאך וואס יא, אבער רוב נישט.
און אויף דעם ארויף האב איך געזאגט מיין פריערדיגע מיינונג.
אגב צו דיין משל. אויב יענער הערט דאס אויף טון מחמת נישטיגקייט איז דאס נישט פון יראת שמים, אויב האט ער דאס דורכגעטון, און איינגעזען אז עס איז שטותים און דאן האט ער אויפגעהערט, דעמאלטס קומט טאקע יראת שמים נישט אריין.

הערה בעלמא. נישט איבעראל דארף ווערן אריינגעמישט אייערע טראמאטישע יוגענטליכע אריינגעבאקעכטס. עס איז שוין צייט צו לאזן גיין. ביטע נעקסטע מאל אין א שמועס, ענטפערט בלויז וואס עס איז נוגע צום שמועס, אן ארויפקלעבן אױף א צווייטן דיינע טראמאטישע נאכווייען.
 
קענען די פרויען דא אריינקומען מיט זייער פערספעקטיוו?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אגב צו דיין משל. אויב יענער הערט דאס אויף טון מחמת נישטיגקייט איז דאס נישט פון יראת שמים. אויב האט ער דאס דורכגעטון און איינגעזען אז עס איז שטותים, און דאן האט ער אויפגעהערט, דעמאלטס קומט טאקע יראת שמים נישט אריין.

הערה בעלמא. נישט איבעראל דארף ווערן אריינגעמישט אייערע טראמאטישע איגענטליכע אריינגעבאקאכטס. עס איז שוין צייט צו לאזן גיין. ביטע נעקסטע מאל אין א שמועס, ענטפערט בלויז וואס עס איז נוגע צום שמועס, אן ארויפקלעבן אױף א צווייטן דיינע טראמאטישע נאכווייען.
@שטַאטסמַאן ביטע מאך קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן מיט די ווערטער אויב איינער הערט דאס אויף טון קומט עס נישט פון יראת שמים, יראת שמים האט נישט גורם געווען זי זאל אויפהערן? אדער ווייניג יראת שמים האט גורם געווען זי זאל יא אויפהערן..
דו ניצט אביסל דאבל נעגעטיוו'ס אין דיינע מעסעדזשעס, און ס'צעמישט מיר אביסל..

בנוגע דיין הערה בעלמא (איי געס ס'איז די לשון קודש'דיגע וועג פון זאגן "נאו אפענס")
איך האב נאכאמאל איבערגעקוקט מיין מעסעדזש, ווייל איך טריי שטארק נישט צו אויפמעסן אלע מיינע מעסעדזשעס מיט מיינע בויך וויי, מ'דארף טאקע קענען שמועסן נארמאל, גראדע די עולם האט פיין הנאה פון מיינע בויך דרייעניש, אבער ס'דא דעזיגנירטע שנירן פאר דעים,

הכלל, לכאורה רעדסטו פון די לעצטע שורה מיינע ווי איך זאג "מ'האט דיר פארקויפט אלע יארן א פעיקע הימל!!" האסט עס לכאורה נישט פארשטאנען, איך האב בכלל נישט גערעדט פון מיר, ווייט נישט..
ס'געווען א אויספיר פון די משל, אז ווען מ'איז מחנך א קינד מיט א פאלשע אפטייטש פון יראת שמים, אין זי ווערט געוואר שפעטער אז ס'פאלש.. און זי טוט זאכן עקארדינגלי, מיינט נישט אז ס'פעלט איר פון די עכטע יראת שמים.. זי קען נאך אלס זיין א פרוי וואס וויינט ביי תהילים, האלט הרחקות, דעקט צו די האר אין גאס, וכו'...
 
מיין ווייב וויל נישט זיך לאזן וואקסן ווייל זי האט מורא פון דארפן האלטן א סיקרעט
ווען זי גייט אין מקווה דערציילט זי פאר יעדעם אדער יענץ איז א גוטע מינע סיקרעט?.
 
איך פערזענליך האלט (ווייס) אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם פאר א פרוי זיך נישט צו שערן די האר.
צוזאמען מיט דעם פראביר איך מיר צוהאלטן ריאליסטיש, אז רוב פרויען וואס הערן זיך אויף שערן די האר, קומט עס נישט פון א דורך געטראכטע הלכה'דיגע פלאץ. עס זענען דא אסאך וואס יא, אבער רוב נישט.
און אויף דעם ארויף האב איך געזאגט מיין פריעריגע מיינונג.

@שטַאטסמַאן ביטע מאך קלאר וואס די מיינסט צי זאגן מיט די ווערטער אויב איינער הערט דאס אויף טון קומט עס נישט פון יראת שמים, יראת שמים האט נישט גורם געווען זי זאל אויפהערן? אדער ווייניג יראת שמים האט גורם געווען זי זאל יא אויפהערן..
די ניצט אביסל דאבל נעגעטיוו'ס אין דיינע מעסעדזשעס, אין ס'צעמישט מיר אביסל..

בנוגע דיין הערה בעלמא (איי געס ס'איז די לשון קודש'דיגע וועג פון זאגן "נאו אפענס")
איך האב נאכאמאל איבערגעקוקט מיין מעסעדזש, ווייל איך טריי שטארק נישט צי אויפמעסן אלע מיינע מעסעשדזשעס מיט מיינע בויך וויי, מ'דארף טאקע קענען שמועסן נארמאל, גראדע די עולם האט פיין הנאה פון מיינע בויך דרייעניש, אבער ס'דא דעזעגנירטע שנירן פאר דעים,

הכלל, לכאורה רעדסטו פון די לעצטע שורה מיינע ווי איך זאג "מ'האט דיר פארקויפט אלע יארן א פעיקע הימל!!" האסט עס לכאורה נישט פארשטאנען, איך האב בכלל נישט גערעדט פון מיר, ווייט נישט..
ס'געווען א אויספיר פון די משל, אז ווען מ'איז מחנך א קינד מיט א פאלשע אפטייטש פון יראת שמים, אין זי ווערט געוואר שפעטער אז ס'פאלש.. אין זי טוט זאכן עקארדינגלי, מיינט נישט אז ס'פעלט איר פון די עכטע יראת שמים.. זי קען נאך אלס זיין א פרוי וואס וויינט ביי תהילים, האלט הרחקות, דעקט צי די האר אין גאס, וכו...
וואס איך ברענג ארויס איז אז יראת שמים האט נישט גורם געווען אז זי זאל אויפהערן.
אויב א פרוי האט דאס דורכגעטאן און געקומען צום אפמאך אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם, דאן קומט דאס נישט פון ''ווייניגער יראת שמים'' ווייל זי האט עס הלכה'דיג דורך געטון
 
איך פערזענליך האלט (ווייס) אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם פאר א פרוי זיך נישט צו שערן די האר.
נישט ריכטיג!
אונזערע עלטערן האבן דאס מקבל געווען אזוי ווי א נדר כעין מ''ש החת''ס לגבי חלב עכו''ם.
 
  • דיסלייק
רעאקציעס: Yesh
א פרוי וואס כ'בין נאנט מיט, אמאל האט זי מיר געזאגט אז זי פארשטייט בכלל נישט די וואס לאזן וואקסען די האר אונטערן שייטל צי סנאוד, ס'ווערט פארשימלט פון ליגן אזוי לאנג באהאלטן, ס'באקומט נישט קיין שום sunlight, ס'ווערט עקעלדיג, ס'איז סתם א פעין אין די נעק צו זיין ביזי מיט עס.
דאונט געט מי ראנג, די פרוי האט ביטער שווער אויפגעגעבן איר האר וועגן ס'איז די נארם און זי וואלט עס צוריקגענומען, זי האט נישט קיין פראבלעם מיט יראת שערות/שמים
 
שלום עליכם חברים. איך בין נישט קיין גרויסער אינטערנעט שרייבער אבער דא האב איך געטראפן א פארום וואו מען קען זיך אויסשמועסן האב איך געמוזט מאכן א ניק.

איך בין שוין העכער די 40, און איך בין אויסערליך זייער זייער א פרומען יונגערמאן. איך בין אפילו גאר א כאניאק מער ווייניגער. אויך מיין משפחה איז אויף א פרומע וועג. הגם אינערליך בין איך נאך אליינס צוריסן (אדרבה די מיסיאנערן פון דא קענען קומען אין פרייוועט....). אבער וואס איך וויל מיטטיילן בנוגע דעם שנירל איז איבער מיין עקספיריענס מיט מיין ווייב'ס האר.

מיין ווייב האט אלץ מיידל געהאט הערליכע האר, און זיך איז געצווינגען געווארן - פארשטייט זיך - עס אפצושערען נאך די חתונה. למעשה האט זי אסאך געסטראגעלט דערמיט.

דורכאויס די יארן איז זי געווארן מיט די צייט מער און מער פראסטרעיטעד מיט'ן שערן. און צוזאמען מיט מיין גלייכגילטיגקייט דערצו האט זי אפאר מאל געסטאפט פאר א שטיק צייט צו שערן אבער דערנאך צוריק אנגעפאנגען.

מיט עטליכע יאר צוריק האט זי דעסיידעט זיך צו סטאפן שערן. נאך אפאר חדשים האט עס מיין שוויגער באמערקט און געמאכט א טאראראם... מיין ווייב האט זיך ווידער געטראפן ביים שפיגל שערן מיט בכיות נוראות....

א יאר צוויי דערויף - מיט גענוי 4 יאר צוריק - ווען זי איז שוין געווען אין טעראפי און זיך געהיילט פון איר מאמעס פארשטינקענע טראמא, האט זי ענדליך מחליט געווען אז דאס איז עס. מיר האבן אינאיינעם געמאכט די החלטה, אז מ'גייט זיך שערן און עס באהאלטן ווי ווייט מ'קען.

לאמיר זיך אפשטעלן א רגע. ווי געזאגט בין איך א פרומער. אבער אויסער דעם איז מיין משפחה זייער א "חשוב'ע" משפחה, און מיינע קינדער לערנען אין א היילי רעספעקטעט פרומע מוסד, א מעינסטריעם מוסד. וואס יעדע ריר קען אויסמאכן א געוואלד... בפרט אז מ'האט קינדער אין שידוכים וכדומה. דעריבער האט די החלטה געמוזט זיין אז מ'קען נישט איבערמאכן דעם טעות אז אנדערע זאלן זען. סאו מיר האבן אויסגעארבעט א מהלך. און דאס וויל איך ארויס ברענגען דא.

  • ס'איז שוין 4 יאר אריבער, און עט ליעסט אויף וויפיל אונז ווייסן איז נאך קיינער נישט געוואויר געווארן (די קינדער כאפן אפשר אויף, אבער זי באהאלט עס אויך פון זיי. כ'האב שוין אין מיין קאפ א פונקטליכע ענטפער אויסגעארבעט ווען מיינע מיידלעך וועלן זיין עלטער אויב זיי וועלן פרעגן...)
  • ס'איז די בעסטע דעסיזשען וואס מיין ווייב האט געמאכט. זי האט אויך גענוצט פארשידענע מיטלען (מ'קען טרעפן אנליין) וויאזוי האר זאל וואקסן שנעל, און איר האר איז געוואקסען לאנג אין ווייניגער ווי א יאר. די געפיל דערפון איז נישט צום באצאלן.
  • די חלק פון שוויצן וואס מ'האט דא גערעדט. ס'איז נישט געפערליך, און ס'איז יצא הפסדה בשכרה. - וויכטיג: נישט אלע האר זענען די זעלבע, מיין ווייב האט צופעליג זייער גלאטע געשמאקע האר, ס'איז דא פרויען וואס האבן פארקניפטע האר פאר זיי איז עס טאקע שווער.
  • באהאלטן איז סטרעס! נישט איינמאל זענען מיר כמעט אריינגעפאלן אין שלום בית אישו'ס, ווען איך האב געווינקען פאר מיין ווייב אז א חיצפה'דיגע האר האט ארויס געטאנצן... זי ווערט נערוועז דערפון און פארנעמט נישט קיין פרעשער.... אבער אז מ'מוז מוז מען.
  • זי נוצט א העד בענד מיט פאוני ראבערס און נאך זאכן עס צו באהאלטן. אויב גייט זי ערגעץ מיט איר באנדענע וועט זי אנטון א נעט, כאטש ס'איז איר זייער אימבאקוועם אויפ'ן קאפ.
  • מ'קען אויך נוצן דשעלס צו ארויף דרייען די האר, און האלטן צוגעקלעבט. אויב קען זי גיין איבעראל מיט א שייטל / שפיצל און נישט מיט א באנדענע אדער טורבאן איז די בעסטע.
דער עיקר, אינדשויען די לעבן...
 
Back
Top