שערן די האר

שלום עליכם חברים. איך בין נישט קיין גרויסער אינטערנעט שרייבער אבער דא האב איך געטראפן א פארום וואו מען קען זיך אויסשמועסן האב איך געמוזט מאכן א ניק.

איך בין שוין העכער די 40, און איך בין אויסערליך זייער זייער א פרומען יונגערמאן. איך בין אפילו גאר א כאניאק מער ווייניגער. אויך מיין משפחה איז אויף א פרומע וועג. הגם אינערליך בין איך נאך אליינס צוריסן (אדרבה די מיסיאנערן פון דא קענען קומען אין פרייוועט....). אבער וואס איך וויל מיטטיילן בנוגע דעם שנירל איז איבער מיין עקספיריענס מיט מיין ווייב'ס האר.

מיין ווייב האט אלץ מיידל געהאט הערליכע האר, און זיך איז געצווינגען געווארן - פארשטייט זיך - עס אפצושערען נאך די חתונה. למעשה האט זי אסאך געסטראגעלט דערמיט.

דורכאויס די יארן איז זי געווארן מיט די צייט מער און מער פראסטרעיטעד מיט'ן שערן. און צוזאמען מיט מיין גלייכגילטיגקייט דערצו האט זי אפאר מאל געסטאפט פאר א שטיק צייט צו שערן אבער דערנאך צוריק אנגעפאנגען.

מיט עטליכע יאר צוריק האט זי דעסיידעט זיך צו סטאפן שערן. נאך אפאר חדשים האט עס מיין שוויגער באמערקט און געמאכט א טאראראם... מיין ווייב האט זיך ווידער געטראפן ביים שפיגל שערן מיט בכיות נוראות....

א יאר צוויי דערויף - מיט גענוי 4 יאר צוריק - ווען זי איז שוין געווען אין טעראפי און זיך געהיילט פון איר מאמעס פארשטינקענע טראמא, האט זי ענדליך מחליט געווען אז דאס איז עס. מיר האבן אינאיינעם געמאכט די החלטה, אז מ'גייט זיך שערן און עס באהאלטן ווי ווייט מ'קען.

לאמיר זיך אפשטעלן א רגע. ווי געזאגט בין איך א פרומער. אבער אויסער דעם איז מיין משפחה זייער א "חשוב'ע" משפחה, און מיינע קינדער לערנען אין א היילי רעספעקטעט פרומע מוסד, א מעינסטריעם מוסד. וואס יעדע ריר קען אויסמאכן א געוואלד... בפרט אז מ'האט קינדער אין שידוכים וכדומה. דעריבער האט די החלטה געמוזט זיין אז מ'קען נישט איבערמאכן דעם טעות אז אנדערע זאלן זען. סאו מיר האבן אויסגעארבעט א מהלך. און דאס וויל איך ארויס ברענגען דא.

  • ס'איז שוין 4 יאר אריבער, און עט ליעסט אויף וויפיל אונז ווייסן איז נאך קיינער נישט געוואויר געווארן (די קינדער כאפן אפשר אויף, אבער זי באהאלט עס אויך פון זיי. כ'האב שוין אין מיין קאפ א פונקטליכע ענטפער אויסגעארבעט ווען מיינע מיידלעך וועלן זיין עלטער אויב זיי וועלן פרעגן...)
  • ס'איז די בעסטע דעסיזשען וואס מיין ווייב האט געמאכט. זי האט אויך גענוצט פארשידענע מיטלען (מ'קען טרעפן אנליין) וויאזוי האר זאל וואקסן שנעל, און איר האר איז געוואקסען לאנג אין ווייניגער ווי א יאר. די געפיל דערפון איז נישט צום באצאלן.
  • די חלק פון שוויצן וואס מ'האט דא גערעדט. ס'איז נישט געפערליך, און ס'איז יצא הפסדה בשכרה. - וויכטיג: נישט אלע האר זענען די זעלבע, מיין ווייב האט צופעליג זייער גלאטע געשמאקע האר, ס'איז דא פרויען וואס האבן פארקניפטע האר פאר זיי איז עס טאקע שווער.
  • באהאלטן איז סטרעס! נישט איינמאל זענען מיר כמעט אריינגעפאלן אין שלום בית אישו'ס, ווען איך האב געווינקען פאר מיין ווייב אז א חיצפה'דיגע האר האט ארויס געטאנצן... זי ווערט נערוועז דערפון און פארנעמט נישט קיין פרעשער.... אבער אז מ'מוז מוז מען.
  • זי נוצט א העד בענד מיט פאוני ראבערס און נאך זאכן עס צו באהאלטן. אויב גייט זי ערגעץ מיט איר באנדענע וועט זי אנטון א נעט, כאטש ס'איז איר זייער אימבאקוועם אויפ'ן קאפ.
  • מ'קען אויך נוצן דשעלס צו ארויף דרייען די האר, און האלטן צוגעקלעבט. אויב קען זי גיין איבעראל מיט א שייטל / שפיצל און נישט מיט א באנדענע אדער טורבאן איז די בעסטע.
דער עיקר, אינדשויען די לעבן...
 
מצוות עשה מדאורייתא לגלח שיער האשה

כִּֽי־תֵצֵ֥א.... וְרָאִ֙יתָ֙ אֵ֖שֶׁת יְפַת־תֹּ֑אַר וְחָשַׁקְתָּ֣ בָ֔הּ וְלָקַחְתָּ֥ לְךָ֖ לְאִשָּֽׁה׃ וַהֲבֵאתָ֖הּ אֶל־תּ֣וֹךְ בֵּיתֶ֑ךָ וְגִלְּחָה֙ אֶת־רֹאשָׁ֔הּ וְעָשְׂתָ֖ה אֶת־צִפׇּרְנֶֽיהָ׃

תנו רבנן בראשונה היו בנות ישראל מגדלות שערותיהן כדי לחבב עצמם על בעלה, משחרב בית המקדש התקינו שיהיו הנשים מגלחות ראשיהן כלבנה ותראה כלילית. אמר רבי משה דילונא מנלן?! דכתיב כי תצא למלחמה וגו' וגלחה את ראשה הרי בשבויה נכריה דבר הכתוב, הא שאר נשים כשרות צריכות לגדלם עד שתחבב על בעלה שנאמר ואהבת לרעך כמוך , ואם מגלחת ראשה חיישינן שתתגנה בפני בעלה ויבוא לדי הקאה ותעבור על בל תשקצו ויתן עיניו באשת רעהו. משחרב בית המקדש ורוב הנשים בחזקת שבויות מלחמה התקינו שיהיו מגלחות שיער ראשן שנאמר ובכתה את אביה ואת אמה ירח ימים מכאן שצריכה לרצות רק את אביה ואמה ותתנוול בפני בעלה.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'בין נישט קיין דיין און פוסק, קיינער זאל זיך נישט פארלאזן אויף מיר, אבער כן נראה לעניות דעתי הברורה
אוי וויי האסט עס געהארגעט — קוקט אויס ביסט זייער אומזיכער אין דיין פסק. דערמאנסט מיך פון א דיין וואס האט ארויסגעגעבן א ספר אויף הלכות טהרה, און איבעראל שרייבט ער “פרעג א דיין.” אויב אזוי, פארוואס גיבסטו ארויס א ספר? גיב ארויס א בלעטל מיט איין זאץ: פרעג א דיין”.
 
א שייטל, אבער מיט א גרויסע העט. כמעט ווי א פראנט מיט א העט
איך האב מיר פארגעשטעלט גלייך ביים ליינען וואס דו האסט געשריבן אז דיין ווייב גייט נישט קיין שפיצל.

מיין ווייב טענה’ט א שפיצל איז צו פונקטליך אויפן קאפ, און סאיז כמעט אוממעגליך צו גיין מיט לאנגע האר אינגאנצן באהאלטן אונטער עס.
 
נישט ריכטיג. מיין ווייב גייט גענוג מאל מיט א באנדענע, און כמעט וואס מ'באמערקט עס נישט - חוץ אויב איינער ווייסט טאקע יא. ס'איז נאך עניטיים אזוי טייט ווי א שפיצל טיכל
 
איך חלום אויכעט זייער אסאך אז מיין ווייב זאל זיך לאזן וואקסן די האר.

אין איך ארבעט אריין שווערע כוחות פארשטייצעך נישט חס ושלום דורך לייגן פרעשור נאר צוביסלעך צוביסלעך, נאך א ווארט אין נאך א ווארט.

אבער ווילעך טאקע וויסן, איז עס טאקע אזא גרויסע זאך אז עס זאל זיך לוינען.

מיין ווייב טענה'ט אז אויב זי טוט עס טוט זי עס פאר מיר.
זיך איז שוין צוגעוואונט מיט זיין אפגעגאלט.

(ליידער ליידער כליפ כליפ.... דאס איז דאך די שורש פינעם חורבן אז מען רייסט ארויס פין די מיידלעך אין סקול יעדע פינטל פין זעלבסט ליבשאפט אין פעמיניזם)

אבער איך טראכט די פרעשור וואס קומט מיט, מיט דעם איז דאך אין לשער די פחד אין סטרעס פין לעבן מיט אזא סוד.
איז נישט עפעס וואס איך קען זיך זעהן נעמען פאר לייכט.

ממילא טראכט איך אז ווי לאנג מען לעבט אין די טשולענט מיט די מאמע, שוויגער, שכנים וואס ווייסן וועלכע קאליר תחתונים מען טראגט.... וועט עס נאר מוזן בלייבן ביי א חלום.
 
ווי איך האב שוין געשריבן, מיט די ריכטיגע רצון און ארבעט קען מען עס מאכן ארבעטן. ווען מיין ווייב קומט אריין אין שטוב ביינאכט און שיסט אראפ איר באנדענע און אירע האר אנטפלעקן זיך איז לית טב מיני'.

אויך ווען מיר גייען אויף וויקעישאן, פרובירן מיר אסאך מאל גיין למשל צו א ביעטש וואו ס'איז נישט דא קיין אידן, און דארט קען מען גיין אויפגעדעקט... ס'איז ווערד די ארבעט. זי וואלט עס היינט פאר קיין געלט נישט אויפגעגעבן
 
נישט ריכטיג. מיין ווייב גייט גענוג מאל מיט א באנדענע, און כמעט וואס מ'באמערקט עס נישט - חוץ אויב איינער ווייסט טאקע יא. ס'איז נאך עניטיים אזוי טייט ווי א שפיצל טיכל
יא ריכטיג.
א בענדענע האט אין בעק די שטיקל וואס הענגט אראפ וואס העלפט נאך א קליין ביסעל. די שפיצל וואס מען בינד אויף ארויף איז אין בעק אונטן ממש גלייך, און נאך שווערער אפי’ פון די בענדענע גוט צו באהאלטן.

א שפיצל איז די שווערסטע קאפ צודעק צו באהאלטן האר אין, און לויט מיין ווייב כמעט אוממעגליך עכט צו באהאלטן אויף א לאנגע טערמין.
 
אויב די האר איז נישט סופער לאנג, נאר למשל ביז די שאלדער, קען עס זייער שיין ווערן ארויף געקוועטשט - און מ'דארף נישט מאכן א פאוני.
א באנדענע - כאטש ס'האט די שטיקל אין בעק - זיצט געווענליך טייט אויפ'ן קאפ, און מיט האר איז עס אביסל מער אויפגעבלאזן, אבער דאך איז עס נישט געפערליך. כ"ש וכ"ש א שפיצל.
טריי עס, מ'קען אייביג צוריק אנפאנגען שערן....
 
שלום עליכם חברים. איך בין נישט קיין גרויסער אינטערנעט שרייבער אבער דא האב איך געטראפן א פארום וואו מען קען זיך אויסשמועסן האב איך געמוזט מאכן א ניק.

איך בין שוין העכער די 40, און איך בין אויסערליך זייער זייער א פרומען יונגערמאן. איך בין אפילו גאר א כאניאק מער ווייניגער. אויך מיין משפחה איז אויף א פרומע וועג. הגם אינערליך בין איך נאך אליינס צוריסן (אדרבה די מיסיאנערן פון דא קענען קומען אין פרייוועט....). אבער וואס איך וויל מיטטיילן בנוגע דעם שנירל איז איבער מיין עקספיריענס מיט מיין ווייב'ס האר.

מיין ווייב האט אלץ מיידל געהאט הערליכע האר, און זיך איז געצווינגען געווארן - פארשטייט זיך - עס אפצושערען נאך די חתונה. למעשה האט זי אסאך געסטראגעלט דערמיט.

דורכאויס די יארן איז זי געווארן מיט די צייט מער און מער פראסטרעיטעד מיט'ן שערן. און צוזאמען מיט מיין גלייכגילטיגקייט דערצו האט זי אפאר מאל געסטאפט פאר א שטיק צייט צו שערן אבער דערנאך צוריק אנגעפאנגען.

מיט עטליכע יאר צוריק האט זי דעסיידעט זיך צו סטאפן שערן. נאך אפאר חדשים האט עס מיין שוויגער באמערקט און געמאכט א טאראראם... מיין ווייב האט זיך ווידער געטראפן ביים שפיגל שערן מיט בכיות נוראות....

א יאר צוויי דערויף - מיט גענוי 4 יאר צוריק - ווען זי איז שוין געווען אין טעראפי און זיך געהיילט פון איר מאמעס פארשטינקענע טראמא, האט זי ענדליך מחליט געווען אז דאס איז עס. מיר האבן אינאיינעם געמאכט די החלטה, אז מ'גייט זיך שערן און עס באהאלטן ווי ווייט מ'קען.

לאמיר זיך אפשטעלן א רגע. ווי געזאגט בין איך א פרומער. אבער אויסער דעם איז מיין משפחה זייער א "חשוב'ע" משפחה, און מיינע קינדער לערנען אין א היילי רעספעקטעט פרומע מוסד, א מעינסטריעם מוסד. וואס יעדע ריר קען אויסמאכן א געוואלד... בפרט אז מ'האט קינדער אין שידוכים וכדומה. דעריבער האט די החלטה געמוזט זיין אז מ'קען נישט איבערמאכן דעם טעות אז אנדערע זאלן זען. סאו מיר האבן אויסגעארבעט א מהלך. און דאס וויל איך ארויס ברענגען דא.

  • ס'איז שוין 4 יאר אריבער, און עט ליעסט אויף וויפיל אונז ווייסן איז נאך קיינער נישט געוואויר געווארן (די קינדער כאפן אפשר אויף, אבער זי באהאלט עס אויך פון זיי. כ'האב שוין אין מיין קאפ א פונקטליכע ענטפער אויסגעארבעט ווען מיינע מיידלעך וועלן זיין עלטער אויב זיי וועלן פרעגן...)
  • ס'איז די בעסטע דעסיזשען וואס מיין ווייב האט געמאכט. זי האט אויך גענוצט פארשידענע מיטלען (מ'קען טרעפן אנליין) וויאזוי האר זאל וואקסן שנעל, און איר האר איז געוואקסען לאנג אין ווייניגער ווי א יאר. די געפיל דערפון איז נישט צום באצאלן.
  • די חלק פון שוויצן וואס מ'האט דא גערעדט. ס'איז נישט געפערליך, און ס'איז יצא הפסדה בשכרה. - וויכטיג: נישט אלע האר זענען די זעלבע, מיין ווייב האט צופעליג זייער גלאטע געשמאקע האר, ס'איז דא פרויען וואס האבן פארקניפטע האר פאר זיי איז עס טאקע שווער.
  • באהאלטן איז סטרעס! נישט איינמאל זענען מיר כמעט אריינגעפאלן אין שלום בית אישו'ס, ווען איך האב געווינקען פאר מיין ווייב אז א חיצפה'דיגע האר האט ארויס געטאנצן... זי ווערט נערוועז דערפון און פארנעמט נישט קיין פרעשער.... אבער אז מ'מוז מוז מען.
  • זי נוצט א העד בענד מיט פאוני ראבערס און נאך זאכן עס צו באהאלטן. אויב גייט זי ערגעץ מיט איר באנדענע וועט זי אנטון א נעט, כאטש ס'איז איר זייער אימבאקוועם אויפ'ן קאפ.
  • מ'קען אויך נוצן דשעלס צו ארויף דרייען די האר, און האלטן צוגעקלעבט. אויב קען זי גיין איבעראל מיט א שייטל / שפיצל און נישט מיט א באנדענע אדער טורבאן איז די בעסטע.
דער עיקר, אינדשויען די לעבן...
דיין אראפלייגען די מהלך פון אפשעהרן די האר
איז באריהרירענד און עמאושינעל,אז מען טהוט ממש מיט פיעלן די צער און צוטראגעניש וואס דאס האט גיברענגט , און בכגון דא איז פשוט, אז מען קען אוועק גיין פון די מנהג פון אפשעהרן די האהר אהן א שום קלעהר, ווייל אדעתא דהכא לא קיבלו , מענטל דיסטרעס, איז בגדר צער וחולי ,
לגבי באהאלטן פון אנדערע , און אלץ זיין אונטער
די פחד פון גילוי, דאס פארזיך איז א צער און א פרעשור אהנצוגיין אזוי, ווי אנוסים אין שפאניא אין
די צייט פון די אינקוויזיציה ,ווייל עס איז עתיד להתגלות
איז כדאי זיך אהנצוגרייטן, און זאגן אז די פרוי ליידט
פון א מדיקעל קאנדישן PFB ,וואס פארמיידט אפשעהרן די האר , און עס איז מיט די הוראה פון
א דיין , עס איז כדאי צו דערמאנען די ווערטער פון
דעם גאון ופוסק רבי משה פיינשטיין,וואס פסק׳נט
אויב דער מאן איז א ליטאי און די פרוי פון יוצאי הונגריה זאל מען נישט שערן ווייל דער מנהג איז
נישט הלכה , דער לשון פון חת״ם סופר אין שו״ת
או״ח.לו. ״הכלל היוצא , כל שום שער בשום מקום
בראש ופדחת בנשואה אפילו בחדרה,ערוה היא
אם לא שיש לה מטפחת בראשה , ובשוק ובחצר
של רבים גם כובע״ , עכ״פ ער רעדט אז מען שערט
זיך נישט
,עס זענען דא מקילים אבער עכ״פ דאס איז די הלכה לפי חת״ם סופר .
 
יא ריכטיג.
א בענדענע האט אין בעק די שטיקל וואס הענגט אראפ וואס העלפט נאך א קליין ביסעל.
וואס טוט זיך מיט די האר ביי די זייטן, קען מען נישט דערקענען אז עס נישט געשוירן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מען שערט זיך ביי די זייט, און אויך אביסל אין בעק בערך א האלבע אינטש.
מיין ווייב האט גראדע א פרענד וואס האט געמאכט לעיזער העכער די שטערן אז ס'זאל זיך נישט ארויס זען אויב די סנאאד ריקט זיך ארויף
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מיין ווייב האט גראדע א פרענד וואס האט געמאכט לעיזער העכער די שטערן אז ס'זאל זיך נישט ארויס זען אויב די סנאאד ריקט זיך ארויף
מיין ווייב טוט דאס פשוט אז די שייטל זאל אויסזעהן נארמאל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top