אנקעטע שערט אייער ווייב די האר פון קאפ?

שערט אייער ווייב די האר פון קאפ?

  • יא

    Votes: 110 71.9%
  • ניין

    Votes: 43 28.1%

  • Total voters
    153
איך דאנק דעם פון אויווען אז דער גאנצער ענין איז נישט נוגע פאר מיר. איך וואלט זיך גע'עקל'ט אויב ביי מיר וואלט מען זיך אפגעגאלט דער קאפ און אפגעשניטן די האר ווי א געפאנגענע פרוי. עס איז אן עקל וואס מען מאכט פון א פרוי אלס וועגן א מנהג סרק.
 
עסן טרוקענע קרעקערס א וואך צייט איז ביי אסאך די זעלבע מנהג סרק.

דאס זעלבע מיטן דארפן עסן אינדרויסן צווישן די מאסקיטן און בינען אום סוכות.

עקל איז רעלאטיוו...
 
איך דאנק דעם פון אויווען אז דער גאנצער ענין איז נישט נוגע פאר מיר. איך וואלט זיך גע'עקל'ט אויב ביי מיר וואלט מען זיך אפגעגאלט דער קאפ און אפגעשניטן די האר ווי א געפאנגענע פרוי. עס איז אן עקל וואס מען מאכט פון א פרוי אלס וועגן א מנהג סרק.
קלער מיך אויף וואס איך ווייס נישט.
 
אויב זאגט זי אז אזוי האט זיך איר מאמע געפירט זאג איר אז איזה אישה כשירה העושה רצון בעלה.
אבער דער אמת איז אז דאס איז נישט די פראבלעם רוב מאל.
מיין ווייב חלש'ט צו לאזן וואקסן די האר, אבער זי וויל נישט וויי טוהן איר מאמע... כ'וויל הערן פון די עולם אויב ס'שייך אויף סיי וועלכע וועג צו באהאלטן.
(כ'וויל הערן איינער וואס ווייסט פון עקספיריענס, נישט קאנספיראציעס)
 
פארוואס זאל מען נישט קענען באהאלטן? אנפאנג ווען עס איז נאך קורץ איז עס נאך שווער. איינמאל עס גייט אריין אין א פּאני דארף מען עס נישט באמערקען.
 
פארוואס זאל מען נישט קענען באהאלטן? אנפאנג ווען עס איז נאך קורץ איז עס נאך שווער. איינמאל עס גייט אריין אין א פּאני דארף מען עס נישט באמערקען.
די רעדסט פון עקספיריענס?
 
די רעדסט פון עקספיריענס?
איך ווייס פון אסך היימישע וואס טוען אזוי (געהערט ערשט-האנטיג)
כ׳געהערט פון איינע וואס האט געצוטערט איר מאמע/שוועסטער זאל נישט באמערקן אין קעיס די pony מאכט עס אפשר אביסל bumpy אין די בעק אבער ס׳איז זיי ניטאמאל איינגעפאלן (ס׳גאנץ גרינג צו באהאלטן- ווי חדשים זאגט, אין אנפאנג קען זיין אביסל שווערער)
 
מיט א באנדענע קען מען גיין נאכדעהם? למשל ווען מ'קומט אויף שבת, (מיין ווייב טענה'ט איר חבר'טע וואס האט האר, אפי' געמאכט לעיזער, זעהט מען קלאר...,
רעדט לכאורה מיט א באנדענע)
 
לעצט רעדאגירט:
עפי"ר זעהט מען
ביי די שייטל איז דא א באמפ פון אונטען אגב מ'דארף א אנדערע net
און ביי א snood וכדומה זעהט מען נאכמער

איך רעד ווען ס'איז עכט לאנג, קורצע האר ווייס איך נישט
 
מיט א באנדענע קען מען גיין נאכדעהם? למשל ווען מ'קומט אויף שבת, (מיין ווייב טענה'ט איר חבר'טע וואס האט האר, אפי' געמאכט לעיזער, זעהט מען קלאר...,
רעדט לכאורה מיט א באנדענע)
מזעהט פיין ווען סאיז לאנג. אבער מיזט נישט לאזן וואקסן ביזן תחת.. ווען סאיז א קליינע באן קען מען עס באהאלטן
 
עפי"ר זעהט מען
ביי די שייטל איז דא א באמפ פון אונטען אגב מ'דארף א אנדערע net
און ביי א snood וכדומה זעהט מען נאכמער

איך רעד ווען ס'איז עכט לאנג, קורצע האר ווייס איך נישט
ס'נישט געבליבן קלאר..... לכאורה זאגסטו פונקט פארקערט פון @חדשים און @אנטוישטער יונגערמאן..... מחלוקת הפוסקים???
איינער קען דא מכריע זיין? כ'וויל קענען אהיימברענגן א קלארע ענפער.... (ווי כ'פארשטיי רעדן @חדשים און @אנטוישטער יונגערמאן מידיעה, what about u?..)
 
ס'נישט געבליבן קלאר..... לכאורה זאגסטו פונקט פארקערט פון @חדשים און @אנטוישטער יונגערמאן..... מחלוקת הפוסקים???
איינער קען דא מכריע זיין? כ'וויל קענען אהיימברענגן א קלארע ענפער....
איך האב געשריבען אז קורץ קען זיין אנדרעש איך ווייס נישט
(ווי כ'פארשטיי רעדן @חדשים און @אנטוישטער יונגערמאן מידיעה, what about u?..)
מידיעה

ווי זעהסטו אז זיי שרייבען מידיעה?
@חדשים - זייןן נוסח זעהט אויס מער מסברה
@אנטוישטער יונגערמאן שרייבט געהערט
אדרבא קומטס אריין קלאר
 
מיין ווייב חלש'ט צי לאזן וואקסן די האר, אבער זי וויל נישט וויי טוהן איר מאמע... ע'וויל הערן פון די עולם אויב ס'שייך אויף סיי וועלכע וועג צי באהאלטן
(כ'וויל הערן איינער וואס ווייסט פון עקספעריענס, נישט קאנספיראציעס)
איך האב אמאל געמיינט אז האר קען נישט וויי טוהן, זעהט אויס איך האב מיך טועה געווען.
 
מיט א באנדענע קען מען גיין נאכדעהם? למשל ווען מ'קומט אויף שבת, (מיין ווייב טענה'ט איר חבר'טע וואס האט האר, אפי' געמאכט לעיזער, זעהט מען קלאר...,
רעדט לכאורה מיט א באנדענע)
יא, מען קען רואיג גיין מיט א בענדענע.

אויב עס ווערט לאנג, pinned מען עס אויף ארויף.
 
@שומו שמייעם האסט מיר אינספירירט צו שיקן א וואטסאפפ צו א שוועסטער מיינע וואס איז נישט אזוי פארפרומט 😉

איך האב איר געזאגט וועגן דעם שמועס דא און געפרעגט וואס זי טוט? האט זי געענטפערט אז ס׳דא א באזונדערע מעטאד וואס ארבעט גוט:

1) ווען די האר איז נאך קורץ
און א באזונדערע איז דא פאר:
2) ווען די האר איז שוין לענגער און מ׳קען שוין מאכן א ponytail

ס׳איז עוועילעבל אויף עמעזאן:

דא איז פאר #1
Fandamei Wig Cap, 6PCS Light Brown Mesh Wig Cap, Closed End Hair Mesh Net, Liner Weaving Caps for Women, Men, Kids, Wig Caps for Halloween, Cosplay
Amazon.com

און דא איז פאר #2
WILLBOND 2 Pieces Silicone Wig Grip Band Adjustable Silicone Wig Headband Non Slip Strong Holder for Men Women Sports Yoga(Light Brown)
Amazon.com

ס׳איז דא נאך אן אפציע ווען די האר איז שוין לאנג אבער זי זאגט זי האט בעסער ליב די silicone
ווייל ס׳האט א בעסערע האַלט (grip)

אבער אנדערע פרויען זאגן איר אז זיי גלייכן די פאלגנדע סאמעטענע אסך בעסער, ווייל ס׳באקוועמער און ס׳שוויצט נישט:

Yuest 2 Pack Wig Grip Band - Velvet Wig Grips Adjustable Headband Stay Put No Slip Edge Saver
Amazon.com
 
@שומו שמייעם האסט מיר אינספירירט צו שיקן א וואטסאפפ צו א שוועסטער מיינע וואס איז נישט אזוי פארפרומט 😉

איך האב איר געזאגט וועגן דעם שמועס דא און געפרעגט וואס זי טוט? האט זי געענטפערט אז ס׳דא א באזונדערע מעטאד וואס ארבעט גוט:
זיי געווארנט:

לאז זיך נישט נארן אז וויבאלד דו האסט געטראפן א סעלושן איר צו געבן, איז מיט דעם כאילו געלייזט די גאנצע פראבלעם.

חוץ די פיזישע אומבאקוועמליכקייט, איז דא א ריזיגע חלק פון די עמאושענעל טשעלענדש: אפצולאזן א זאך וואס מ'האט אריינגעהאקט אין איר קאפ אין בית חינוך און ביי די דרשות, און אפשר פון אירע עלטערן אויך געהערט די "הארבקייט" און שרעקליכע זינד פון ביי-האר און כל מיני וועגן וויאזוי מ'האט איינגעווארצלט אין פרויען צו פילן שלעכט מיט זייער אייגן נאטורליכע געפיל פון אויסזעהן גוט!

אדורכצוברעכן אזא דיקע שיכט פון ברעינוואשינג נעמט נישט איבערנאכט (אפילו נאכדעם וואס זי פארשטייט מיט איר שכל אז ס'נישט קיין פראבלעם - קען די פחד נאך אלץ דארט זיין און ס'לוינט נישט איר צו איילן, ווייל זי מוז עס טון אויף איר אייגענע pace, אז נישט קען עס backfire’ען

מיין חבר האט איבערגערעדט זיין פרוי, און זי האט שוין געלאזט וואקסן לאנג די האר, אבער פלוצלונג האט זי חרטה געהאט און אלעס צוריק אפגעשעיווט (אפשר די מקוה אידענע האט איר דערשראקן, איך ווייס נישט פונקטליך וואס די מכה בפטיש איז געווען), אבער דאס איז זיכער אז אויב ס'קומט נישט 100% פון איר אייגענע ווילן קען עס ברענגען ביטערע אנטוישונגען.

ס'נישטא קיין short cuts. ווען ס'קומט צו גוטע פארשריט וואס מ'וויל זאל האבן א קיום, דארף מען ארבעטן מיט געדולד און געטריישאפט, און עס געבן all the time she needs צו בויען די דרייסטקייט פאר אזא גרויסע שריט (די פאקט אז נאך אסאך פרויען טוען עס באהאלטענערהייט נעמט בכלל נישט אוועק די פאקט אז זיי וועלן נישט גיין צו איר מאמע זיך אננעמען פאר איר און מאכן זיכער איר מאמע זאל איר נאך עקסעפּטן (ווי אויך אירע געשוויסטער) זי אליין וועט עס דארפן פעיסן,

און ממילא איז גאר וויכטיג זי זאל האבן די פולע סופארט וואס זי דארף און zero פּרעשור - אויב דו ווילסט ס'זאל זיין מיט הצלחה.
 
א ריזיגע ש'כח @אנטוישטער יונגערמאן פארן מזכה זיין!!! כ'בין זעכער נאך אידן וועלן הנאה האבן דערפון
איך האב אוועקגעלייגט דעי פעידש צי שיקן פאר מיין ווייב ווען די צייט איז רייף!
ש'כח!!
 
וואס טוט זיך מיט מאכן Driving license? האסטו שוין גערעדט צו דיין ווייב דערוועגן? אפשר עפנט איינער א שנירל אויף דעם נושא?
 
וואס טוט זיך מיט מאכן Driving license? האסטו שוין גערעדט צו דיין ווייב דערוועגן? אפשר עפנט איינער א שנירל אויף דעם נושא?
ביסט מכובד!
דא איז נישט קיין שנירל פון טוהן זאכן אנטקעגן די סיסטעם בכלליות, דא איז ספעציעל פאר די נושא פון ווייבער שערן די האר.
 
Back
Top