אנקעטע שערט אייער ווייב די האר פון קאפ?

שערט אייער ווייב די האר פון קאפ?

  • יא

    Votes: 119 72.1%
  • ניין

    Votes: 46 27.9%

  • Total voters
    165
מיין קאפל פארדעקט נישט מיין גאנצע האר און עס האט לינק אינטער די שייטל ווערט עס פארשוויצט
 
איך ווייס נישט, מיין ווייב רעט זיך נישט אפ אז עס מאכט איר פארשוויצט זי האט ליב אויסציקען שיין סאו איי געס זי קערט נישט וועגן עפס אנדערש
 
ביי דע וועי אכציג פראצענט וואס טראגן שייטלעך גייען האר אינטער דעם קוקט מיר נישט אויס ווי זיי האבן א פראבלעם מיט פארשוויצטע האר
 
איך זאג סתם
יעדר מענטש איז אנדערש
איך למשל שער זיך יעדר 2 וואכען איך האב פיינט לאנגע האר אויף מיין קאפ
 
ביי דע וועי אכציג פראצענט וואס טראגן שייטלעך גייען האר אינטער דעם קוקט מיר נישט אויס ווי זיי האבן א פראבלעם מיט פארשוויצטע האר
בכלל נישט אמת, איך האב זיך אסאך נאכגעפרעגט, חוץ אויב דו רעדסט פון די ליטווישע וועלט, ביי די חסידים איז עס עט ליעסט 80% וואס שערט זיך גענצליך
 
און בארא פארק איז עס האלב אויף האלב און לעיקוואד ביי די חסידים איז עס 80% וואס שערט נישט
 
רעדענדיג פון בארא פארק, ס'וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסען וועלכע קהילות שערן זיך עמטליך און וועלכע קהילות עמטליך נישט? פארשטייט זיך אין יעדע קהילה איז דא וואס טוען אנדערש ווי רוב הקהילה, איך פרעג אין דזשענערעל אויף תקנות המקום. אויב שוין אויסגעשמועסט געווארן פריער ביטע מיך לינקען אהין, איך געדענק נישט האבען געזען אזאנס.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
האט איינערס ווייב אויפגעהערט זיך שערן און קען אריינקומען מיט די עקספיריענס בשעת'ן אריינוואקסען און נאכדעם?
בשעתן אריינוואקסען איז עס געווען זייער שווער, אפאר מאל שוין געטראכט אז עס איז נישט ווערד די פלאג.
נאכדעם איז א מחיה, עס האלט זיך גרינג מסודר, פאלט נישט ארויס, געטראפן וועגן עס זאל נישט אנזעהן די בערגל, און זי איז זיך מחיה צו זיך שפילן דערמיט (דערווייל נאר מיט פארשפארטע טירן און פארהענגענע פענסטער) און זיך פילן שיין.
 
אבער מקען בלייבן וואס מוויל און טוהן וואס מוויל איז די בעסטע
 
גור און סטאלין מיין איך זענען די איינציגסטע וואס שערן זיך עפמטלעך נישט
בעלזא, סקווירא און וויזניץ שערען זיך עמטליך? באבוב? קלויזענבורג? מונקאטש? קראסנא/כוונת הלב? וכו'. איך פרעג אלעס אלס הוראות הקהילה, נישט וואס מ'טוט.
 
Back
Top