אנקעטע שערט אייער ווייב די האר פון קאפ?

שערט אייער ווייב די האר פון קאפ?

  • יא

    Votes: 122 72.2%
  • ניין

    Votes: 47 27.8%

  • Total voters
    169
סהאט אסאך מיט די האר texture איינער מיט דיקע האר שוויצט אסאך מער ווי איינער מיט דינע האר.
 
די שאלה דא איז לגבי די וואס אפיציעל שערן זיך. למעשה, אין בארא פארק און אין מאנסי, אפשר וויליאמסבורג אויך, איז דא אן א שיעור פרויען פון די אויבערדערמאנטער קהילות וואס שערן זיך נישט. און באבוב אליינס איז דא גאנצעטע משפחות וואס שערן נישט אפיציעל, און נאך דעם איז דא גאר א סאך באבוב'ע וואס סתם שערן נישט. דאס זעלבע איז ביי גאר א סאך אנדערע פלעצער וואס זענען דא דערמאנט געווארן.

עס איז אויך דא, לכאורה א מיעוט, גור'עס, קארלינער, סלונימערס, און חב"ד וואס שערן זיך יא.

עס איז א מנהג וואס קיינער ווייסט נישט די עכטע טעם און ממילא ווערט עס שוואכער און שוואכער.

די החלטה צו יא אדער נישט שערן דארף זיין די קאפלס אליינס. און יא, עס איז א עקל צו האבן אן אפגעגאלטע ווייב, אזוי שטייט אין תורת משה פרשת כי תצא.
 
די החלטה צו יא אדער נישט שערן דארף זיין די קאפלס אליינס. און יא עס איז א עקל צו האבן אן אפגעגאלטער ווייב, אזוי שטייט און תורת משה פרשת כי תצא.
צו ס'א עקל דארפסטו אויך פרעגן די קאפלס אליינס, על טעם וריח
 
for the ones that voted no,
was it like this from marriage, or you married shaving and then stopped?
 
for the ones that voted no,
was it like this from marriage, or you married shaving and then stopped?
אונז האבן אפגעמאכט ביים חתונה האבן אז מיר טוען עס נישט. איך האב געפרעגט מיין חתן רבי פאר די חתונה די סיבה פון שערן, ער איז אליינס נישט געווען זייער קלאר וועגן דעם. איז ווען איך האב חתונה געהאט האבן מיר דאס דורכגעשמועסט און מיר האבן אפגעמאכט אז מיר טוען נישט קיין זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס, נישט קיין חילוק וואס די משפחה, שכנים, אדער גאס וועט זאגן.

איך בין שוין היינט איבער 15 יאהר נאכן חתונה און עס איז א FACT OF LIFE פאר אונז און אלע וואס קענען אונז. קיינער פרעגט נישט, קיינער זאגט נישט, עס איז אונזער החלטה, ענד דעטס איט.
 
א שאלה וואס מוטשעט מיר שוין לאנג,

מיט וועלכע פערספעקטיוו דארף איך אנקוקן די שערן נושא?

איך וועל מיר בעסער מסביר זיין, איך פגר אז מיין ווייב זאל אנהייבן לאזן וואקסן די האר, אבער אויב מיין ווייב סטאפט זיך צו שערן, וועט זי עס טון נאר פאר מיר, זי איז שוין אזוי צו צוגעוואונט, זי איז נישט אין די מאד פון טשעינדזשעס, זי פארשטייט אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו פארמיסן א פרוי, אבער זי איז אקעי דערמיט יעצט.

יעצט מיין שאלה איז, דארף איך עס לאזן לויפן אזוי עני אנדערע פענטעסי? אדער האר איז עפעס אנדערש, ס'איז א בעיסיק האמען ניד, און די פרוי קען נישט סתם זאגן ניין.

און אנדערע ווערטער, ווער איז דא די מוציא מחבירו?
 
האר איז נישט קיין פענטעסי, עס איז נישט קיין גאלדענע שאוער פעטיש, יעדער מענטש וויל א שיינע פרוי וואס זעט נישט אויס ווי קיין לעסביען.
יעצט די פרוי מעג אויך זאגן ניין, זי מוז נישט מסכים זיין צי לאזן וואקסן די האר.
די בעסטע איז אז די געסט איר לאוו און די זאגסט איר אז די וואלסט עפרישיעטעד זי זאל לאזן וואקסן די האר, און אז זי זעט אויס שיין עז איז אפילו אן די האר אבער זי וואלט אויסגעזען נאך שענער מיט האר.
זי איז גארנישט ״מחויב״ צי טון, אבער בדרך כלל ווען סע איז דא א גוטע שלום בית, און די פרוי באקומט איר לאוו און עטטענטשן וועט זי וועלן צופרידן שטעלן די מאן.
עס מיינט נישט אז זי גייט שוין לאזן וואקסן איר האר, ספעשילי אז עס קומט מיט פיער פרעשור פון די עלטערן און חבר׳טעס, אבער דאס איז די בעסטע מהלך און די האסט גיטע טשענסעס אז זי זאל לאזן וואקסן די האר.
 
א שאלה וואס מוטשעט מיר שוין לאנג,

מיט וועלכע פערספעקטיוו דארף איך אנקוקן די שערן נושא?

איך וועל מיר בעסער מסביר זיין, איך פגר אז מיין ווייב זאל אנהייבן לאזן וואקסן די האר, אבער אויב מיין ווייב סטאפט זיך צו שערן, וועט זי עס טון נאר פאר מיר, זי איז שוין אזוי צו צוגעוואונט, זי איז נישט אין די מאד פון טשעינדזשעס, זי פארשטייט אז ס'מאכט נישט קיין סענס צו פארמיסן א פרוי, אבער זי איז אקעי דערמיט יעצט.

יעצט מיין שאלה איז, דארף איך עס לאזן לויפן אזוי עני אנדערע פענטעסי? אדער האר איז עפעס אנדערש, ס'איז א בעיסיק האמען ניד, און די פרוי קען נישט סתם זאגן ניין.

און אנדערע ווערטער, ווער איז דא די מוציא מחבירו?
וואס הייסט לאזן לויפן ווי עני אנדערע פענטעסי?
 
Back
Top