שבת נאך פסח.....

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
294
רעאקציע ראטע
1,007
פונקטן
223
אוודאי איז מען עקסייטעד פאר די שבת סעודה טינקען די חלה מיט די פיש.... איז מען אויך אזוי עקסייטעד צו זינגען ווידעראמל לכה דודי און קל אדון וכדומה?

אה, און נישט פארגעסן די שליסל חלה און די געלע מצות..
 
אוודאי איז מען עקסייטעד פאר די שבת סעודה טינקען די חלה מיט די פיש.... איז מען אויך אזוי עקסייטעד צו זינגען ווידעראמל לכה דודי און קל אדון וכדומה?

אה, און נישט פארגעסן די שליסל חלה און די געלע מצות..
וואס קומט די שליסעל חלה זאגען?
וואס איז געלע מצה ?
 
אז העסט גיין ביינאכט צום רבינס טיש העסטו הערן שיינע רמזים
רמזים ווערן אלץ באשאפען נייע , עס קען זיין א חשש נולד אום שבת , אבער דער אמת פון ווי דאס קומט איז נישט קלאהר , אין ספר אוהב ישראל ווערט עס דערמאנט ער זאגט אויך רמזים אלץ א מליצה אויף א מנהג וואס איז געוועהן נפוץ אין זיין געגענט , עס קען זיין אז עס האט זיך גענומען פון די גוים וואס האלטען איסטער אין די צייט פון פסח, זיי האבען אויך עפעס מיט איסטער עגגס,האט מען עס אריינגעברענגט ביי יידן אלץ געלע מצה וואס איז א מצה אהנגעשמירט מיט אייער און איבערגעבאקען ,
אויך האבען זיי א מנהג אויפצוהענגען א שליסעל אויף די טיר, עס זאל אריינברענגען א השפעה, און פונדעם איז געווארען דער מנהג פון שליסעל חלה ,
עס מאכט זיי נישט ווינציגער חשוב אלץ מנהג, אז עס איז א טרעדישען איז - מנהג ישראל תורה.
 
אוודאי איז מען עקסייטעד פאר די שבת סעודה טינקען די חלה מיט די פיש.... איז מען אויך אזוי עקסייטעד צו זינגען ווידעראמל לכה דודי און קל אדון וכדומה?

אה, און נישט פארגעסן די שליסל חלה און די געלע מצות..
איך זינג קיינמאהל
נישט לכה דודי און נישט קל אדון
 
ניין, נישט איך קום שפעט אין ב"ה נישט א סקווערער

עס זענען דא אנדערע פלעצער וואס מען זינגט אויך נישט
 
ביי די ליטווישע
ביי קרלין און נאך
די ערשטע מאהל איך האב געהערט זינגען איז ווען איך בין געוועהן אין בורו פארק פאר א שמחה
 
ביי די ליטווישע
ביי קרלין און נאך
די ערשטע מאהל איך האב געהערט זינגען איז ווען איך בין געוועהן אין בורו פארק פאר א שמחה
ביי די ליטווישע אין לעיקוואוד זינגט מען יא, עס איז מיר
אויס געקומען צו זיין דארט שבת .
סתם אפ זאגען לכה דודי האט דען א טעם?
 
לעצט רעדאגירט:
ביי די ליטווישע אין לעיקוואוד זינגט מען יא, עס איז מיר
אויס געקומען צו זיין דארט שבת .
סתם אפ זאגען לכה דודי האט דען א טעם?
לעיקוואד זענען נישט עכטע ליטוואקעס. אין רשעות זענען זיי ערגער... ווי די אלט ווארט גייט...

א געווארענע איז ערגער ווי א געבארענע...

אין ארץ ישראל איז דא עכטע ליטוואקעס.

און מען רעדט נישט פון סתם אפזאגען, מען זאגט דאס מיט א נוסח וואס איז שענער פון זינגען
 
איך האב כמעט געהאט א פסח'דיגע שבת.

איבריגע מצות האב איך געהאט, געדולד צו אריינברענגן שבת און די זעלבע צייט אוועקטרייבן פסח אינעם זעלבן טאג האב איך נישט געהאט.

אבער די ווייב האט אינסיסטעט אז זי וויל מאכן שליסל חלה, און איך גיי נישט זיי דער וואס קראשט אירע דריעמס, אוי איז געווען א העווי פרייטיג, אבער די די גוף האט כסדר גע'חזר'ט אז באנאכט בייסט מען אריין אין א פיינע קריספי פרישע בארכע מיט א טבילה כמה פעמים אין פיינע טאמעטא דיפ.

למעשה האט מען געלייגט ציפול יוסט, די חלה איז געווען הארט ווי בלעך, לא חלה ולא דיפ, מ'איז געגאנגען מיט מצה עניוועי.

יעצט בלייבט צום האפן אז אונזער שליסל זאל זיך נישט אויסלאזן ווי ליכטמאן'ס 2024 שליסלעך.
 
ס'קען נאך נתברר אז ס'איז געווען א חשש פון חמץ שעבר הפסח מיטען מעהל, יוסט אדער וואס נאך ענק לייגען אריין אינעם חלה, און דיין ווייב האט געהאט א ווייטע בליק און סייעתא דשמיא אריינצולייגן עקסטרע יוסט צו ווערן אפגעהיטן פון עסען די חלה. והא ראיה ס'איז די ערשטע מאל געשען אזאנס פונקט אויפן שבת נאך פסח. וועסט איר נאך באלד קומען א מתנה פארן ראטעווען די סיטואַציע פון חמץ שעבר הפסח. #השגחהפרטית
 
Back
Top