שבת נאך פסח.....

איך האב כמעט געהאט א פסח'דיגע שבת.

איבריגע מצות האב איך געהאט, געדולד צו אריינברענגן שבת און די זעלבע צייט אוועקטרייבן פסח אינעם זעלבן טאג האב איך נישט געהאט.

אבער די ווייב האט אינסיסטעט אז זי וויל מאכן שליסל חלה, און איך גיי נישט זיי דער וואס קראשט אירע דריעמס, אוי איז געווען א העווי פרייטיג, אבער די די גוף האט כסדר גע'חזר'ט אז באנאכט בייסט מען אריין אין א פיינע קריספי פרישע בארכע מיט א טבילה כמה פעמים אין פיינע טאמעטא דיפ.

למעשה האט מען געלייגט ציפול יוסט, די חלה איז געווען הארט ווי בלעך, לא חלה ולא דיפ, מ'איז געגאנגען מיט מצה עניוועי.

יעצט בלייבט צום האפן אז אונזער שליסל זאל זיך נישט אויסלאזן ווי ליכטמאן'ס 2024 שליסלעך.
די חלה האט באקומען א יוסט אינפעקשאן...
 
Back
Top