שבועות - א חמץ׳דיגער יום טוב

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
114
רעאקציע ראטע
937
פונקטן
113
שטעלט זיך די קשיא, חמץ איז שאור שבעיסה, א גאנץ יאר איז חמץ אסור פאר קרבנות, און דא, אום יום טוב שבועות, צו וואס מען שטייגט ארויף נאך העכער פון פסח, איז די תורה מצווה חמץ דוקא?! פונקט דער הויך פונקט איז הכי חמץ שבשנה?

דער קשיה פרעגט דער מהר״ל, ער לייגט צו, אז אויך די שלמי החג איז אייגנארטיג און אויפן זעלבן גאטונג, שלמים איז גרעבער ווי נתחים. וועט יעדער בר דעת פארשטיין אז עפעס שטעקט דא.

דער ענטפער קען מען אליינס זיך פארשטעלן מיט אביסל מחשבה, נאר מיר וועלן געבן דא אונזערע הקדמות און השוואות.

חמץ איז טייטשט פארדארבן, מלשון נחמץ, אבער אויך אנטוויקלונג, און ביידע זענען צוויי זייטן פון איין מטבע. מילך אז עס ווערט פארדארבן, איז עס אין א סטעידזש פון שינוי צורה, עס ווערט א דבר חדש. דער דבר חדש איז טיפער אין דימענציע. פסח איז פריש געבוירן, מען האט נאך מורא צו פארלאזן דעם פעלץ, זיכערהייט זאנע, איז מען א צדיק און פעלץ, דעם ערשטן טאג איז מצוות אכילת מצה און קרבן פסח, גאר איידל, עידית שבעידית. נאר באלד א טאג דערויף איז די תורה מצווה, צייט ארויס צו גיין פון פעלץ, פארלאזט סעיף הארבאר, גייטס אין דעינדזשער זאנע. מען הייבט אן ציילן, קערפולי ארויס גיין פון פעלץ, ווייל מען איז מיועד צו גרעסערע זאכן, איינצונעמען וועלטליכקייט, ביסלעכווייז זיך פאר׳חמץ׳ן, נחמץ ווערן און זיך פארוואנדלען אין עפעס גרעסער.

פון א לויטערער נאכט מיט ניסים, שטייענדיג ארום גערינגלט מיטן ״כיפת הברזל״, פארזיכערט, פון א יציאה ארויס מקליפת מצרים, הייבט מען אן זיכן פרישע טראבל, ארום רימפלען דעם בעל צפון, מען הייבט אן גריבלען אין מיסט, ביז דעם זיבעטן טאג דארף מען נעמען די בולעטס, און אריין טאנצן אין א רויער ים, א נעקסט לעוול החמצה, אבער מען איז ממשיך מיטן החמצה פראצעסיע, מען לייגט צו הייוון, דעם פופציגסטן טאג איז מען גרייט מודיע זיין די וועלט, מיר הייבן דעם קאפ, מיר אנטלויפן נישט אין פעלץ, מיר ווערן נחמץ, ווייל מיר אנטוויקלען זיך צו עפעס גרעסערס, מיר גייען פארוואנדלען אן איי צו א ולד, א זרע צו א צמח, מיר פארקערפערן די מציאות פון די וועלט און מיר הייבן דאס אויף.

פארוואס? ווייל די גאנצע מציאות פון וועלט איז א ציקל פון בנויה און חורבן, תפירה און קורע על מנת לתפור, מען קען קיינמאל נישט שטיין אויף איין ארט, מען האט געמאכט אן איי, יעצט מאך עס ביסליך חרוב און לאז עס ווערן א ולד, אוו אז דער ולד וואקסט א תכשיט און גרייכט ווידער א מקום פון שלימות, ווערט ער ווידער בחינת ביצה, ווידער מאך עס חרוב און בוי עפעס גרעסער. אזוי ארבעט טאקע גימנאסטיג, און בעצם אלץ וואס האט בשייכות מיט growth , בונה עלמות ומחריבן, ווייל נישטא אזא זאך א דבר השלם וואס שטייט, א עומד, עס איז ווי א גלגל, צוגיקומען צו שלימות, גיי באלד ווייטער, אנדערש וועט דער שלימה שרינקען, זיך איינציען.

בראשית ברא אלוקים וכו׳ והארץ היתה תוהו וכו׳ בניגוד צום איינדרוק פון אט די דאראמאטישע ווערטער, הייסט תוהו ובוהו, נישט כאאס, נאר לויטער, ריין, אום-אנגעפאטשקעט, בלויז צוויי סובסטאנצן, שמים וארץ, אן הייוון. וואלט דאך דאס געדארפט זיין מברכים אל המוגמר, א דיאמאנט פון א בריאה, אבער ניין, קומט גאט און הייבט אן פאטשקענען, פאר׳חמץ׳ט די וועלט.

קען מען שוין טאקע זעהן א פארבינדונג צווישן בריאת העולם און יציאת מצרים, די צוויי וועלעכע ווערן געדענקט אום שבת. און אזוי גייט עס:

פון תוהו ציילט מען זיבן ביזן ויכולו, ויכולו הייסט אנטוויקלט, אבער אויך פארלענדעט מלשון כליון, און נישט בדרך מקרה, ווייל ס׳ווידעראמאל צוויי זייטן פון איין מטבע, כדי צו פערטיגן עפעס מוז מען אפפערטיגן אירע פריערדיגער פארעמעס, דאס זאג איך נישט קיין בויך סברות נאר אזוי זאגט דער בלשן הגדול מנחם בן סרוק, שבת איז אלזא די וועלט פאר׳חמץ׳ט געווארן, געגרייכט תכלית החימוץ.

אין פארגלייך, פון יציאת מצרים ציילט מען אויך א נומער בשייכות צו זיבן, דאס מאל זיבן מאל זיבן, שבועות איז דער עם הנבחר פאר׳חמץ׳ט געווארן, תכלית החימוץ, אנטוויקלט געווארן צו עפעס גרעסער. באשר דער נומער זיבן, זיבן קען מען זאגן סימבאליזירט די צייט אפשניט פאר טראנמוטאציע, מחריב ובונה צו א גרעסערער עקזיסטענץ, אויב איך געדענק גוט פלעגן טייל אלכעמיסטן ניצן דעם טיפולאגישן נומער פאר זייערע פראקטיצירונגען.

יצחק אבינו, דער ערשטער געבוירענער איד אין ארץ ישראל, דער ערשטער עובד אדמה אין ארץ ישראל, און ער בלייבט ריין, גייט נישט ארויס. יעקב גייט אויף די טאטעס וועגן, אבער עס ווארט אים עפעס גרעסער, ער מוז נחמץ ווערן, ווייל ער גייט זיין די אויסשלוסליכער פאטער פון כלל ישראל, ער ווערט פארשיקט פון ארץ ישראל. אז ער קומט צוריק טרעפט ער זיך בסוף ימיו אין מצרים, ס׳ווערט אלץ נחמץ.

אזוי זעהט מען לכל אורך הדורות דעם מאדעל פון מצה און חמץ, דער זרע ווערט באשאפן, און מען איז עס מחמיץ, פרישע זרעים, ווידער מחמיץ.

נישט בחינם זאגן חז״ל אז מלכות בית דוד קומט פון א כיפה של שרצים, דהיינו, נחמץ, דערנאך בריאה חדשה, ווייל חימוץ איז די פאטער פון א שפאגל ניי באשאף וואס שטייגט פאכיג איבער דעם מקור. האבן מיר פאר אונז א פראכטפולער פערצופאל, דוד׳ס יארצייט פונקט אום שבועות דער חג החמץ
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top