שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

אריינקומענדיג אין א נייע פלאץ, זוכט מען נאטירליך וואו מען קען זיך פארשטעלן פאר די וועלכע זענען שוין היבש היימיש אוו צומאל באלעבאטיש, אויף דעם ארט.
דעריבער שרייב איך דא מיינע ווערטער און איך טו דערמיט אפציעל באשטעטיגן מיין אנוועזנהייט אינעם פרישן קרעמל.
 
יעצט ריעלייזד אז איך האב מיר נאך נישט פארגעשטעלט.
איך בין די זעלבע @Nanach פון קאווע שטיבל.
מיין נאמען איז אינספייערד ביי די נ נח׳ס לא יבוש מפני המלעיגים ערעטאט. וואס זיי טוען וואס זיי האלטן פאר ריכטיג, נא מעטער וואס דו טראכסט.
איך שרייב געוויסע תקופות אסאך, געוויסע תקופות הערט מען נישט פון מיר, און אלעס אינמיטן.
איך האב דערווייל זייער הנאה דא, איך האב ענק וועלן אויך הנאה האבן פון מיר.
 
@Nanach ס'איז א כבוד אז ביסט דא! שכח פארן באשטייערן מיט הערליכע באלערנדע נאנאח תגובות!

האסט מיך יעצט געלייקט אויף מיינע הודעות דא אין שלום עליכם האבעך זיך דערמאנט פון מיין מנהג פון באגריסן אונזערע אידישע ברידערס.

@ערליך און אפן שלום עליכם! קוקסט אויס ווי א פרישער יונגאטש (כאילו כ'בין עפעס עלטער...) געבט צו צו שמועסן, ס'איז א מחיה! שכח!

@העלא שלום עליכם! קומסט אויך אריין פריש. היינט האסטו אנגעהויבן אריינקומען מיט עפעס א זיסן טוויסט, בעהטן פאר לייק'ס, פרעגן ווי אזוי מ'מאכט זיך היימיש 😊

@פעדער ביסט אריינגעקומען ווי א פארפעסינעלי שרייבער! כ'האב זיך אזוי מחיה געווען סיי מיט דיין תגובה דא אין שלום עליכם, זייער יוניק, און סיי מיט דיין קרעמל קאפ-וויי!

@ברק הכחול קומסט אריין זייער קלאר און באטעמט. אזוי שמיר שדיר ביסטו געווארן א וועטעראן. (מוז זיין ביסט גוט מיט די גוטע וואס זענען גוט מיט די גוטע)

המשך יבא
 
אז מ'לייגט עס אין פריזער האלט זיך עס פריש...
 
אז מדארף זעך אינטערדוסן, שוין העלעך
איז אזוי
כ'בין א אינגערמאנטשיקל, שטארקע ציוני, אנטי ביבי, נאכט פויגל, שטארקע פרא פון האלטן די סיסטעם און בעק טאש, און ווערן ארויסגענומען לעת הצורך. (סאמטינג לייק, דאנט גיוו א שי**ט, אבער זייימער נישט דעם גרויעם ראצל וואס אין יעדע קאנווערסעישן איז ער די וואן אגעינס אלל...ניץ די שכל צו מאנאווערן ווי איין און ווי אויס)

מיינע האביעס
עניטינג רילעטעד צו טעכנעלאגיע, מאחורי האחוריים, קוועסשענען די אבוויעס (און טורמס פון הלכה/פאקטן/מיטס), און... העלפן א צווייטן.

גאסיפ איז אייביג א פלאס, אבער קומערניש מיט רויע סחורה, סדארף זיין ברחל בתך הקטנה, אנע ראשי תיבות אדער רמזים, ס'שטייטזעך די נאמען און די מעשה עקסטער מחשש לשון הרע...

ברק
 
זייער שטארקע טרעיטס, איך בין זייער נייגעריג וואס דיין שטארקייט אין טעכנעלאגיע איז דא טו די פעקטאז טעכנעלאגיע איז אין וואס איך שווים יומם ולילה.
 
זייער שטארקע טרעיטס, איך בין זייער נייגעריג וואס דיין שטארקייט אין טעכנעלאגיע איז דא טו די פעקטאז טעכנעלאגיע איז אין וואס איך שווים יומם ולילה.
ספעציפיק אין טעלאפני סיסטעם = עסטעריסק ענדשין וכו

אבער בכלליות, עניטינג רילעיטעד צו טעכנעלאגיע, כהאב ליב ארויס צו האבן די לאגיק פון די סיסטעם און אראפקריכן ביז די ענדע און פארשטיין וויאזוי יעדע זאך ארבעט, און דשענערעל, נייע טעכנאלאגיע, נייע פיטשערס, נישט קיין ספעציפישע הינזיכט
 
פראגרעמינג לייק ?
 
שלום עליכם!

אמאל פלעג איך האבן מער צייט און געשריבן און באריכטעט אין קאווע שטיבל, ברוך השם איך בין פארנומען אבער איך דארף האבן ווי צו פארברענגען געשמאק ווען ס'פעלט אויס.

איך בין ניי דא און איך דארף זיך נאך צוגעוויינען אביסל (די אויגן ציפט נאך פון די לעכטיגקייט) איך האף צו ווערן באקוועם דא און האפענטליך אויך פרובירן אביסל צו שרייבן.
 
א גוטן, שלום עליכם!!!
(די ערשטע זאך דארף מען אפפרישיעיטן אז מ'דארף נישט שרייבן אין די אשכול די גאנצע לעבנ'ס ביאגראפיע אווי אין קאווע שטיבל....)
עס פריידט אין הארצן זיך צו ווידערזעהן דא מיט'ן עולם בפנים חדשות.
ויהי רצון שיהא כשם שיציאתך מקאווע שטיבל בלא חטא כן ביאתך לקרעמל בלא חטא..
און אין 12 און נאך אסאך מער יאר ארום זאל מיר זיין אזי שטאלץ און פרייליך מיט אונזער וואן ענד אנלי 'קרעמל'..
שלא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד.
 
Back
Top