שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

שלום עליכם חברים וידידים,
איך בין א מענטש וואס גלייכט צו קוקען פון די הויעכע פענסטער, נישט ווייל ס’גלוסט מיר צו זיין פון די וואס זיצן ביים אויבערשטען חלק פונעם שטייסל פון כלל ישראל, און אויך נישט פון די דאזיגע וואס קוקען אראפ אויף אנדערע,
אבער כ’בין כסדר אנגעוויזען אויף פרישע לופט און ווי העכער אלס ריינער און קלארער איז די לופט.
עמער זיך קרעמלען דאהי בתוך שאר תושבי הקרעמל,
נ.ב. איך פלעג האבן א מקום קבוע און א פינת השקט אין קאווע שטיבל ז"ל,
ולפי ההלכה, שינוי מקום [ושינוי השם] צריך לברך, בברכת שים שלום טובה וברכה

הויעכע פענסטער
 
לעצט רעדאגירט:
שלום עליכם @הויעכע פענסטער
אז דו ביסט אריינגעקומען גלייך אלס וועטעראן מוז זיין אז אויכעט דארטן ביסטו געזעסן הויעך.
 
שלום יעדער איינער.

שוין פיר יאר זיץ איך אין קאווע שטיבל אונטער דעים 'אינגערמאנטשיקל' שלייער.

ביים זיך איינשרייבן בין איך שוין נישט געווען קיין אינגערמאנטשיקל אבער היות מיין בערדל איז געווען פעך-שווארץ און איך האב געגעבן אן אימפרעשן פון א אינגערמאנטשיקל האב איך געקליבן די ניק.

למעשה איז מיין בערדל שוין נישט אזוי שווארץ. אבער איך וויל בלייבן מיט די ניק לעת עתה.

איך האלט מיך נאך אינמיטן צוגעוויינען צום סיסטעם, עס זעהט אויס זייער סאפיסטיקירט!

עליכם שלום.
 
העלא מיינע טייערע פריינט!
עס איז גוט זיך צו טרעפן....

אין מיין אלטע הויז וואו איך וואוין שוין איבער 13 יאר, און איך האב שוין איבערגעפעינט און געסקרעיפט אזויפיל מאל, אריינגעבויעט א פסח קיטשען, שיינע LED לעקטערס, אויטאמאטישע וועקיום קלינערס, שיינע פעינטינגס אויפ'ן וואנט, און איך האב מיר עפעס איינגערעדט אז פה אשב כי אויתיה, דא פארבלייב איך שוין עמו"ש, דערווייל איז דער לענדלארד פלוצלינג אריינגעקומען, געטוישט די שלעסער, און מיר באפוילן צו פאקן פעק און פארלאזן דאס פלאץ.

איך בין געווען שאקירט. כ'האב נישט געוואוסט וואו צו גיין, וואו ווענד איך זיך, מאין יבא עזרי? איך גיי בלייבן היימלאז און נעכטיגן אונטערן בריק אין מאנהעטן?
אבער דאן האב איך געזען אשכולות וואס האט מיר געוויזן אז דער רבש"ע איז מקדים די רפואה בעפאר די מכה, וברוך ה' אשר לא השבית לנו גואל, און דער קרעמל שעלטער שטייט שוין גרייט אריינצונעמען אלע פליטים און אימיגראנטן וואס זוכן וואו אנידערצולייגן זייער קאפ און זוכן אויך א פלאץ וואו צו שרייבן זייערע מחשבות, האב איך מיר איינגעשריבן מיט חשק האפנדיג אז עס איז נאך דא פלאץ פאר מיר, און ב"ה דא בין איך!!

אצינדערט הייבט זיך אן א נייע בלעטל, יא, מען דארף זיך צוגעוויינען, אזוי ווי יעדע טשענדזש, אבער מיט'ן הילף פונעם באשעפער האף איך צו קענען ווייטער הנאה האבן און מהנה זיין עד כמה שידי מגעת, מיר זאלן קענען אינאיינעם פארברענגען בשבת אחים באהבה ואחוה, און פארשטייט זיך צומאל זיך טענה'ן מיט קולות כדי עס זאל נישט זיין צו באורינג, און מען וועט זיך האלטן פאזיטיוו, און ווייטער ממשיך זיין דעם סלאגאן פון "א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען".

לאוו יו אלל! (קרעדיט מיכאל)
 
איך בין געווען א אחראי כמעט די גאנצע 13-14 יאר, צוגעהאלפן די מנהלים און געארבעט אסאך הונטער די קוליסן.
עס איז באמת שווער צו זאגן וויפיל אומצאליגע שעות איך האב אריינגעלייגט צו פארבעסערן דעם סייט.
אבער איך בין נישט געווען פון די סאמע אדמיניסטראציע.
 
אפשר געבסטו אונז אביסל insight אויף די לעצטע יאר וואס די שטיבל האט זיך געמיטשעט און גע'חתמ'ט א DNR (Do not resuscitate), כדי צו שטארבן א גרינגע טויט?
 
מילא מ'קען נישט ברענגען די ארטיקלען. אבער עטליעסט די לייקס זאל מען קענען מיטברענגן......
וואס האסטו פון לייקס? וואו קענסטו עס איינקעשן....?
גלייב מיר בנאמנות, איך האב זוכה געווען צו האבן די מערסטע לייקס אין ק"ש, איבער 20 טויזנט!! און עכ"ז איז מיר דאס כמעט נישט געווען מעלה ומוריד, בעיקר האב איך הנאה געהאט דערפון צו זען וויפיל אידן איך האב ב"ה מהנה געווען, און איך דארף נישט האלטן קיין חשבון דערויף, אין הימל איז דא א גענויע חשבון.
 
@שמעקעדיג!!!
מיין לייף סעיווער אין מיינע שווערע צייטן אנהייב שרייבענדיג אויף ק"ש, פארן זיך אויסלייזן מיטן תה!
ווי חשוב כ'האב געפילט אז שמעקי רעדט מיט מיך אין אישי און איז מיך מחזק, ער גלייבט אין מיך!!
וועסט אלעמאל זיין פאר מיך דעם צורה ווי אזוי אן ערליכער איז דא פאר אידישע ברידער'ס און ברענגט ארויף פארן באשעפער דעם @שמעקעדיג'ן ניחוח!
זאל דער באשעפער דיך בענטשן זאלסט זוכה זיין צו העלפן די קומעדיגע דורות אויף קרעמל!
 
וואו! כ'גלייב נישט מיינע אויגן!!!
@מאָצל נח טויב/יואב איז דא!!!

כ'האב נישט זוכה געווען צו שפרעכן מיט דיך אויף ק"ש. כ'האב דיך אלץ פראבירט צו קאפיען (אהן ערפאלג 🫣)
וויפיל כ'האב זיך דערווארגן פון געלעכטער פון דיינע צודרייטע הומער 😂

שלום עליכם!!!
יהא בואכם לברכה!!!
 
איך בין געווען א אחראי כמעט די גאנצע 13-14 יאר, צוגעהאלפן די מנהלים און געארבעט אסאך הונטער די קוליסן.
עס איז באמת שווער צו זאגן וויפיל אומצאליגע שעות איך האב אריינגעלייגט צו פארבעסערן דעם סייט.
אבער איך בין נישט געווען פון די סאמע אדמיניסטראציע.
שלום עליכם הרב שמעקעדיג שליט״א

נישט צו גלייבן ווער עס קומט אלס אריבער צו קרעמל, מיר קענען קום ווארטן די זאלסט כאפן דיין ערשטע ״שניר ״ אין קרעמל, די פלעגסט שרייבן גוטע אשכול׳ס אויף קאווע שטיבל.
 
וואו!!! הרב @יצחק לאווי/לעיקוואד
שלום עליכם!!!

כ'פלעג זיצן אויף ק"ש ביים הודעות פון דעם באניצער לעיקוואד און גיין פון תגובה צו תגובה און אזוי אנקומען צו די סחורה. (ע"פ עצת @אלעזר/רביה"ק זי"ע.)
כ'פאלאו דיך אויף פייסבוק

כ'בין אינספערירט געווארן פון דיינע תגובות ס'זאל זיין א פלאץ וואס איז נישט געפענט דורך אנאנימע יחידים. א פלאץ וואס די בעה"ב איז די ציבור. ווי פרייהייט פון ווארט מיינט אמתע נאטירליכע פרייהייט!

יהי רצון שיתרבה הדעת על ידך
ונרווה בצמאון מימיך הטהורים
 
שלום עליכם חברים וידידים,
איך בין א מענטש וואס גלייכט צו קוקען פון די הויעכע פענסטער, נישט ווייל ס’גלוסט מיר צו זיין פון די וואס זיצן ביים אויבערשטען חלק פונעם שטייסל פון כלל ישראל, און אויך נישט פון די דאזיגע וואס קוקען אראפ אויף אנדערע,
אבער כ’בין כסדר אנגעוויזען אויף פרישע לופט און ווי העכער אלס ריינער און קלארער איז די לופט.
עמער זיך קרעמלען דאהי בתוך שאר תושבי הקרעמל,
נ.ב. איך פלעג האבן א מקום קבוע און א פינת השקט אין קאווע שטיבל ז"ל,
ולפי ההלכה, שינוי מקום [ושינוי השם] צריך לברך, בברכת שים שלום טובה וברכה

הויעכע פענסטער
שינוי החוזר לבריותו אינו קונה. די שינוי וועט נישט ארבייטן אויב די וועסט זיצן אין א פינת השקט. דא מאכט מען גערודער דא רעדט מען, לאז דיך שרייבן, פארוואס זאל זיין תורה מונחת בקרן זויות?
 
שלום עליכם אידן.

איך בין אויך אריבער פון קאוועשטיבעל יעצט, און איך האפ צוצולייגן צום שטיבעל דא כפי מסת הפנאי והטאלאנט.

איך האפ אז די סבות וואס האבן מיר דערווייטערט פון קאוועשטיבעל די לעצטע פאר יאר וועלן נישט זיין גילטיג דאהי, און איך וועל נהנה און מהנה זיין מיט מיין געדאנקן, מיינונגן, און שרייבעריי.

איך קלער נאר ווי אנצוהויבן, מיט א שטיקל בייסיגע קנאות, א ידיעה א נייעם, א געשיכטע פון פיקציע? איך האב באמערקט אין קאוועשטיבעל אז אין פיקציע איז דער עולם דארט נישט אזוי אינטרעסירט. דא איז עס אויך אזוי?
 
פיקציע קען זיין גאר אינטערעסאנט אויב ס'איז אין מיין אינטערעסירטע סוביעקטן און ברענג ארויס א פיליזאפישע פוינט ציוואס....
 
שלום עליכם אידן.

איך בין אויך אריבער פון קאוועשטיבעל יעצט, און איך האפ צוצולייגן צום שטיבעל דא כפי מסת הפנאי והטאלאנט.

איך האפ אז די סבות וואס האבן מיר דערווייטערט פון קאוועשטיבעל די לעצטע פאר יאר וועלן נישט זיין גילטיג דאהי, און איך וועל נהנה און מהנה זיין מיט מיין געדאנקן, מיינונגן, און שרייבעריי.

איך קלער נאר ווי אנצוהויבן, מיט א שטיקל בייסיגע קנאות, א ידיעה א נייעם, א געשיכטע פון פיקציע? איך האב באמערקט אין קאוועשטיבעל אז אין פיקציע איז דער עולם דארט נישט אזוי אינטרעסירט. דא איז עס אויך אזוי?
דא אין קרעמל איז יעדער העפליך געלאדענט מיטצוטיילן וואס די הארץ באגערט!
 
איך קלער נאר ווי אנצוהויבן, מיט א שטיקל בייסיגע קנאות, א ידיעה א נייעם, א געשיכטע פון פיקציע? איך האב באמערקט אין קאוועשטיבעל אז אין פיקציע איז דער עולם דארט נישט אזוי אינטרעסירט. דא איז עס אויך אזוי?
ס׳דא בלויז איין וועג אויסציגעפינען….
 
Back
Top