שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

שלום עליכם מיינע ברידער!!

עכט בין איך שוין נישט צו שטארק ניי דא אבער דאך דארף מען זיך ערגעטס פארמאל באקענען (סאסייעטי עלערט).
 
Hello,

איך הייס לך לך ע"ש די נסיעות וואס איך האב אין מיין לעבן
איך גלייך צי לערנן חסידות אין ציטרינקען ביטערע טיי🥃
מיין ציל אין לעבן איז צי זען די פאסעטיוו זייט פין יעדע זאך (אפילו די סוסטעם)
איך ארבעט שווער ליב צי האבן יעדעם אפילו מיך אליין.

ועוד חזון
 
שלום עליכם אידן.

איך בין אויך אריבער פון קאוועשטיבעל יעצט, און איך האפ צוצולייגן צום שטיבעל דא כפי מסת הפנאי והטאלאנט.

איך האפ אז די סבות וואס האבן מיר דערווייטערט פון קאוועשטיבעל די לעצטע פאר יאר וועלן נישט זיין גילטיג דאהי, און איך וועל נהנה און מהנה זיין מיט מיין געדאנקן, מיינונגן, און שרייבעריי.

איך קלער נאר ווי אנצוהויבן, מיט א שטיקל בייסיגע קנאות, א ידיעה א נייעם, א געשיכטע פון פיקציע? איך האב באמערקט אין קאוועשטיבעל אז אין פיקציע איז דער עולם דארט נישט אזוי אינטרעסירט. דא איז עס אויך אזוי?
יהא בואך לברכה.
אז דו גיבסט אונז די אפציע, אפשר אזא ראמאנס פיקציע געפלאכטן מיט ליצנות אביסעל אויפצוהייבן די געמיטער פון די וואס טרויערן יעצט אין די בין המצרים?
 
האב איך מיך שוין אמאל פארגעשטעלט?
איך געדענק נישט...

עניוועיס, מיין ניק פרעזענטירט וואס מיין רצון איז, נעמלעך, זיין ערליך, אבער אפן!
זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם, און דינען דעם אייבערשטן אנע פיער פרעשער וכו', און זיין א תורה טרייע איד!
איך בין ב"ה א טאטע פון עטליכע זיסע קינדערלעך,
ארבעט שווער אהיימצוברענגען ברויט אין שטוב,
נישט אלעס אין לעבן גייט ווי געוואלט, מ'איז זיך מחזק מיט אמונה ובטחון,
מ'פראבירט זיך צו שטארקן מיט דיבוק חברים, און דא אינעם קרעמל איז דאס פלאץ!

איך האב עפעס פארגעסן...?

אה!
איך האב זייער ליב קאווע...
 
שלום עליכם
@אלטע שרייבער
וועלקאם האום! כ'האב א פיהלינג אז ביסט א חשובע שרייבער פיהל מיט תוכן, מאך זיך היימיש און באקוועם!

@שמעי' גרין שלום עליכם
דיינע ארטיקלן זענען פיינע נייעס!
שכח פארן אריין שיינען דא מיט דיינע זיסע ווייב'ס

@Lech Lechu שלום עליכם
יא, אביסל ליבשאפט און אקסעפטינס פארטרייבט אוועק אסאך קרענק! יהי רצון זאלסט אלעמאל אהערברענגן דעם נאמען פונעם באשעפער וואס הייסט שלום!
 
שלום עליכם!
אבער זיך באקענען? נישט אזוי שנעל, אפשר בכלל נישט....
מ’קומט דא אריין צו ליינען און שרייבן, מיט די וויסן אז דאס איז אנאנימוס, איז צו וואס דאס זיך באקענען?
האט’ס מיר אלע א לעכטיגן שבת.
 
העלא מיינע טייערע פריינט!
עס איז גוט זיך צו טרעפן....
אז שמעקעדיג איז דא קען מען אנהייבן...

אן שמעקעדיג וואלט מען נישט געקענט אנהייבן נאכמאכן קאווע שטיבל, יעצט קען מען פרובירן.

די פאזיטיוויטי וואס שמעקעדיג ברענגט איז עפעס וואס פעלט זיך גאר שטארק אויס.
 
יהא בואך לברכה.
אז דו גיבסט אונז די אפציע, אפשר אזא ראמאנס פיקציע געפלאכטן מיט ליצנות אביסעל אויפצוהייבן די געמיטער פון די וואס טרויערן יעצט אין די בין המצרים?
נא דיר א שטיק פיקציע כאוות נפשך לאמיר הערן דיין מיינונג, ווי אויך פון אנדערע
 
שלום עליכם אלע פריינד!
גוט צו זעהן יעדעם איינעם דא מיט א פרישקייט, איך בין טאקע שפעט דא, איך וויל זיך באדאנקען פאר צוקוועטשטע איילבירטן פון קאווע שטיבל וואס האט מיר געפענט די טויערן.
איך בין דא מיט א שינוי השם מען הייבט אן פון אלף כקטן שנולד.
 
אין אנדערע נייעס קומט אריין אז דעם אלעמען באקאנטן @יין שרף איז דא! שלום עליכם! כ'האב א קראש אויף דיינע וואן ליינערס!

@איך אויך איז אויכעט דא גרייט מיט שארפע נאמנים פצעי אוהב! בעלזא דארף זיך מער נישט זארגן אויף קרעמל 😊. שלום עליכם!

@חדשים דער מבין אין תורת הנפש/רפואה! שלום עליכם! דעם תורת הנפש פארום ווארט אויף אייך! (שטייצעך אזוי אויך אלע פארום'ס)!

@שלום בערגער די פאעזיע פארום שטייט גרייט! מיט שלום ווער קען זיך פארמעסטן!

@צוזאמגעדרייט האט זיך אהער געדרייט איבער דרייען, זאגן מיט א שטארקייט וואס ער האלט! שלום עליכם! מ'האלט שוין נאך די ניין טעג, מ'דארף א שאוער מחשבות שנירל!

@דעת תורה כשמו כן הוא! שלום עליכם! ס'איז א כבוד אז ביסט דא, מ'דארף דעם @דעת תורה לשמוע את דברי השם!

@עמרם שלום עליכם!
לאנג לעבן זאל עמרם דער וועטעראן,
מצליח זיין מיטן פלאן,
אנהאלטן אויך דעם חשוב'ן ק"ש זאל צוריק פארן ווי א באן!

@חמלה גדולה שלום עליכם!

@מרים הנבואה ברוכה הבאה! (אפאר ניקים דא קענען זי. לאמיר האפן זי וועט שרייבן דעם עזרת נשים'ס זייט)

@צוויי ווייזט אלעמאל נאך א @צוויי'טן וועג
@אלון מורה שרייבט ווי די אמאליגע טעג
@צדיק הדור רעד פון ענדיגן די לעבן'ס טעג
@ראדני. ק"ש האט איהם אפגערוימט פון וועג
(עם קורקלענד ו'צוקוועטשטע איילבירטן ועוד ניקים מיט א געיעג)

@קץ דוחק איז דוחק דעם זעג
@שדיים העלפן מעג

@רוח ונשמה @שטייגער @אורות @הודו נאנאש כ'בין שוין אויסגעלאפן פון גראמן, געט זיך נישט קיין רעג.

שלום לכולכם! יהא בואכם לברכה!
--
נכתב על פי מרוצת המוח ולא ע"פ סדר מסוים

נ.ב. כ'קען שוין נישט איבערליינען דעם רעגיסטרירטע באניצער ליסטע געדענקן ווער ס'איז אריין געקומען. מ'קען מיך מודיע זיין און דערמאנען פריוואט ניקים וואס שרייבן אסאך דא אדער אין ק"ש מ'זאל זיי אפגעבן זייער פארדינטן כבוד און שלום!
 
א גוט יאהר שעפטאל
מ'האב מיר זיך באגעגענט אין ק"ש.....
 
געראדע נישט נאר דיר אליין האט מען אויס געשלאסען
מיר אויך
 
שעפטאל
אפשר קענסטו אויסטרעפען מיין אלטע ניק?
 
Back
Top