שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

ס'איז מיר אז כבוד צו האבן א פרישע @פנחס שרייבער
@הק' לייביש שרייבער דארף שוין א נייע חבר
אז ער קען נישט אליינס האבן די עול איז מסתבר
זאל זיך טאקע פארמערן אזעלכע ווי קינדער ביים אראבער


@למדן וחסיד א דערהער פון א קאמבינאציע, א מין געמיש
מן הסתם געלערנט אין ליטא, געקוועטשט באנק און טיש
אבער קען נישט אנגיין אן קאָטשעניו און געפילטע פיש
כאפ א הייסע מקווה און קום ארויס מיט א פשעטל על פי דרוש

@ויהי בוקר איז אן אור נוגה א שיין
א זון אויפשטייג וואס מאכט זיך מזמן לזמן

ינחני ב @מעגלי צדק זאגט שוין דוד אין תהילים
נישט ווי דתן ואבירם, נישט ווי בלק און בלעם
אויף אזא חשובער נאמען, באמת אין לי מילים
זאל צדק שוין געוועלטיגן, און קרומקייט? בראט איהם און גריל-איהם!

@לשם שמים איך גרייט מיר שוין אויף די געטומל
ווען איר גייט זיך אננעמען פארן טאטן אין הימל
איך האף נאר אז נישט ווי קרח אויף משה, א פאלשע אקט
מיינסטו עס אמת'דיג און נישט אבי געהאקט
איך וועל שטיין אין די זייט און צוקוקן מיט שפאנונג
ווער די ערד וועט צום סוף איינשלינגן האב איך נישט די מינדעסטע אנונג

א כבוד צו האבן דא @פארהייראט
איך האף נאר ס'איז מצא טוב און נישט אריינגעמיירעט
 
א גוטן @לשם שמים, כ'נעם זיך אויך אהן פארן טאטן אין הימל, כ'ווייס אבער נישט וואס ער וויל.

כ'שריי לשם שמים, דאן שווייג איך לשם שמים. יוצא זיין ידי שניהם.

ווי סאך מסירת נפש האב איך געהאט דעם טאטן באערט, און דאן איינגעזעהן אז אפשר האט ער געוואלט פונקט פארקערט.

אז כ'ווייס נישט וואס איז זיין ווילן, וואס קען איך טון?
אז כ'ווייס נישט וואס איז גערעכט, ווי אזוי קען איך זיך פארמיידן פון שלעכט?

איין זאך יא, פראבירן צו זעהן מיינע שטילע נגיעות, פראבירן זיך ארויסצוריקן פונעם בילד ווען כ'ווער צו אינוועסטירט.
דאס איז די איינציגסטער זאך וואס כ'קען טון לשם שמים.
זיין אפן צו הערן אז אפשר איז זיין רצון אנדערש ווי כ'האב געטראכט.

לאמיר אינאיינעם לשם שמים זיין אפן צו יעדע אפציע און פראבירן לייגן דעם עגא אין א זייט, לשם האמת.
 
עליכם שלום שעפטאל און מר שושנין, וועט מען אויך ענטפערן מיט גראמן

לשם שמים מיינט טון ווייל עס איז זיין געבאט, אדער טון וואס מ'וויל אין נאמען פון גאט?

מיינסט אז דער ערשטער מהלך איז יא לשם שמים, ס'ווידער פארן איך. אפי' דעם גאטנס זייט וויל מען פאר זיך.

אויב אזוי וואס איז די פארקערטע פון לשם שמים, נישט דעם זיך נאר די פארשעמטער ערד? דער סמך מים מיטן שווערד? דיע רצונות קומען נישט פון גאט אז זיי האבן נישט קיין ווערד?!

אלעס קומט דאך פון גאט. אסאך זייטן ער האט. אלע טוהן זיין געבאט.

פארוואזשע אויסוועלן צדק איבער רשע, ווען גאט האט אויך ווילן פאר פשע? אויב גאט איז ארץ פונקט ווי שמים, פארוואס דוקא לשם שמים?!
 
פארוואזשע אויסוועלן צדק איבער רשע, ווען גאט האט אויך ווילן פאר פשע? אויב גאט איז ארץ פונקט ווי שמים, פארוואס דוקא לשם שמים?!
😂
שלום עליכם לשם שמים ולשם ארץ און אלעס אינדערצווישן
 
ווי נאנט איך בין ווייס איך אויך נישט ווי אזוי גאט וויל כ'זאל אים באפיצן, און דערנאך שמייסט מען מיר פארן זיצן? קוקט אויס דוקא אונזער פראבירן און זוכן איז זיין ניצן.
 
ווי נאנט איך בין ווייס איך אויך נישט ווי אזוי גאט וויל כ'זאל אים באפיצן, און דערנאך שמייסט מען מיר פארן זיצן? קוקט אויס דוקא אונזער פראבירן און זוכן איז זיין ניצן
לייק וואס מ'טוט איז נישט גוט?😂
 
שלום וברכה צו ציין נייע קהילה
צום גרויסן בורא ביט איך א תפילה
וואס איך שרייב זאל נאר זיין פאר דיין כבוד
ארויסקומעם נאר א שטאלץ פאר׳ן מלכות בית דוד.
 
נישט געוואוסט אז איך האב דא א קרוב פון משפחת שרייבער.
רבי לייבוש, וועמענס ביזטו? א זון פון פעטער בערל?
דער פעטער בערל פון וועמען דו רעדסט, איז גאר א זוהן פון ר' לייביש וואס איז געווען דער פאטער פון מיין פאטער. ד.מ. מיין פאטער'ס ברידער. נישט אזוי גייט עס ?
 
דער פעטער בערל פון וועמען דו רעדסט, איז גאר א זוהן פון ר' לייביש וואס איז געווען דער פאטער פון מיין פאטער. ד.מ. מיין פאטער'ס ברידער. נישט אזוי גייט עס ?
כ'האב מורא אז עטס גייטס נאך ענדיגן דא ווי די באקאנטע שיעור פון יואלי לעבאוויטש פּעסטער רבי אין עפעס א משנה אין מס' יבמות
 
לעצט רעדאגירט:
שלום עליכם עליכם שלום

רבותי ס'קומט @חידושים איבער א @גלעזל קאווע וואס מ'קויפט ביי @שמערל פאר א @ניקל לע"נ דעם צאדיק פון @ריבניץ אזוי גיימער זיך פארמעסטן מיט @שאך שפילערס

ווי אויך א ווארימע באגריסונג פאר דעי וואס האבן ליידער נאכנישט זוכה געווען צו געהעריגע נעמען
@Abe5
@חסיד24
@moshe02
(א נאמען וואס מ'קען ארויסליינען גרינג איז מער רילעיטעבול, מ'קען אלעמאל טוישן די נאמען ביים פראפייל, חוץ טאמער מ'וויל דוקא בלייבן א רואה ואינו נראה).

מאכט אייך אלע היימיש און באקוועם, די טעמפעראטור איז געווענדליך צו די ווארימע זייט!
-

אגב @ניקל אויב דו ביסט דער זעלבער ניקל פון אנדערע סייטס פליז לאז מחנים וויסן וועט מען דיר געבן די כבוד פונעם אלגעמיינעם ניקל, און אויב נישט ביסטו קרעמלס ניקל.
 
פארוואזשע אויסוועלן צדק איבער רשע, ווען גאט האט אויך ווילן פאר פשע? אויב גאט איז ארץ פונקט ווי שמים, פארוואס דוקא לשם שמים?!
נאך אינטער די השפעות פון די ניס קראכעריי אום פסח…

איז ביים איינקויפן לכבוד פסח איז מען ביינונז מקפיד צו קויפן דוקא ניס מיט די שאלאכטץ אינאיינעם. איך פאק אויס די ארדער און איך הער ווי די זעקל הארטע קליפות זינגען און פרייען זיך אויף די כבוד מלכים וואס זיי קריגן איינמאל א יאר… אינצווישן די גערוישן כאפט מיין אויער אויף א קול דממה דקה וואס קומט ארויס מעמקי הקליפות וואס זאגט און טרייסט; אונז דארפן צו ווארטן נאך א ביסל און אוי גייט מען צו קנאקען די קליפות און זיך מחי׳ זיין מיט אונז!!

לאמיר זיך נישט זארגן פארן בורא, ער האט גענוג קליפות וויפיהל ער דארף. לאמיר נאר שטרעבן אונז זאלן זיך אלע אינאיינעם באלעקן די פינגער ביים סעודת שור הבר ולויתן… ״תערך לפני שלחן נגד צררי״.

איימיניט.. אזוי, נעמט מען אויף א גאסט?! 🫣

שוין. וואס זאל איך טון אז כ׳בין אין די גיסטע יעצט… עפטער אלל ביזטו אריינגעקומען מיט אזא פלעקסיבעל ווייב, סאוי כ׳האף אז דו האסט קיין קפידא אויף מיר.

בקיצור, תכלית!

שלום עליכם! יהא בואכם לברכה!!
איך האף אונז וועלן הנאה האבן און פארברענגען אינאיינעם @לשם שמים און @בתוך עמי וועט שעפן נחת 😄
 
נאכן זיכן אזוי לאנג דעם זיידע בערל האבן מיר כאטש געטראפן אן אייניקל? @בערל פון @אמזון, דער @mikva yid מיטן @טריפל בארד. טאקע נאך א @פרעמדער וואס פרעגט @מי אנכי, אבער מ'וועט נאך פיין הנאה האבן פון זיין @געשמאקע חלה

אויב מ'שרייבט אונטערן ספיד לימד פון 65 איז מען @Fine64

שלום עליכם לכולכם, מאכט אייך היימיש און באקוועם!
ווילקאם ווילקאם
גוט שבת 🕯️🕯️
 
Back
Top