- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,261
- רעאקציע ראטע
- 11,836
- פונקטן
- 1,943
א גוטן @לשם שמים, כ'נעם זיך אויך אהן פארן טאטן אין הימל, כ'ווייס אבער נישט וואס ער וויל.
כ'שריי לשם שמים, דאן שווייג איך לשם שמים. יוצא זיין ידי שניהם.
ווי סאך מסירת נפש האב איך געהאט דעם טאטן באערט, און דאן איינגעזעהן אז אפשר האט ער געוואלט פונקט פארקערט.
אז כ'ווייס נישט וואס איז זיין ווילן, וואס קען איך טון?
אז כ'ווייס נישט וואס איז גערעכט, ווי אזוי קען איך זיך פארמיידן פון שלעכט?
איין זאך יא, פראבירן צו זעהן מיינע שטילע נגיעות, פראבירן זיך ארויסצוריקן פונעם בילד ווען כ'ווער צו אינוועסטירט.
דאס איז די איינציגסטער זאך וואס כ'קען טון לשם שמים.
זיין אפן צו הערן אז אפשר איז זיין רצון אנדערש ווי כ'האב געטראכט.
לאמיר אינאיינעם לשם שמים זיין אפן צו יעדע אפציע און פראבירן לייגן דעם עגא אין א זייט, לשם האמת.