העי! שמער שווייניגער
@motty איז דא! ביסטו טאקע יענער געשמאקער מאטי וואס איך קען מיטן גלאטן בארד, שיינעם ווייסן העמעד, און אי סיגרעט? אויב יא, זעמער דאך שוין אלטע פריינט. און אויב נישט לאמיר ווערן היינט!
ווער רעדט נאך פונעם סופר וואס מאנכע הענגן אהן אויף אים אזוי פיהל פון אונזערע טראדיציע...
@שפן הסופר האסט יעצט א נייער טשאנס צו שרייבען א היינטיגער ספר דברים...
@יסירא אוי ואבוי, אבער סמא דיסירא איז קבלה באהבה, אויב מ'זאגט זיי גאר
@Thanks
פארשטייט זיך אונזער העלד וואס האט פיין אנגערייצט דעם אליפורני ביז ער איז גוט מיד געווארן
@יהודית ברוכה הבאה
@סמארקאטש כ'בין אומוויסנד וואס דער נאמען באדייט, ביטע שעם זיך נישט ארויפקומען און מסביר זיין
און
@hsnnxnxello כ'האף אז דאס איז נישט אויך דיין פעסווארד...
מאכט אייך אלע היימיש און באקוועם!
א דאנק
@פארוואס פארן שרייבן! כ'קען קוים ווארטן!
און
@פרעמדער ביטע זיי נישט חושד קרעמל צו זיין קעגן עפעס, אדרבה אויב מענטשן האבן נישט ארויס אידישקייט פיהל פריי צו מסביר זיין און אונז אלע קלוגער מאכן!
---
א גריס צו דיר טייערער ליינער,
בעל הבית אויף דיר איז קיינער
הער אויס דעם זיך דיין איינער
בריאה איז גאר א שיינער
האב זיך ליב און געב נישט קיין דעקל
באפריי זיך פון יענעם פעקל
ביסט נישט דא צו דינן יענעם, דאס איז אן עקל
ביסט קיינעמס מעקל
שרייב פאר זיך דיין אייגן טשעקל
נאר דו דארפסט זיך ליב האבן
נאר דו דארפסט זיך אקאצעפטירן
נאר דיין אייגן הארץ טוהסטו פארמאגן
טוה מיט זיך שטאלצירן, מארשירן, זיך פירן.
כי הוא הנותן לך כוח לעשות חיל!


